בלאט 2 פון 2
Re: דורכברוך: די ערשטע אדמו"ר ערשיינט אויף יוטוב
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 11:39 am
דורך טאמבל סאס
אט אזוי. כהאב הנאה אז כהאב געדרוקט אויף א רויע נערוו..
הגם איך דענק אז נישט אלעמאל האסטו אזוי ליב געהאט צולייענען וואס איך האב געשריבן...
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 1:07 pm
דורך טאמבל סאס
קהל'ס נער האט געשריבן:א דורכברוך אין די היימישע קאמיוניטי ווען הרב יעקב יוסף מושקוביץ אדמו"ר מבאראוו ערשיינט אויף יוטוב אויף די לעטס טאלק תכלית שאו מיט אהרן ב.
כ'האב צוגעהערט דעם באראווער רבי. אוועראל מאכט ער א גוטע רושם. א טאלעראנט מענטש. נאר אביסל א SMOOTH TALKER און רעדט ווי כאילו קיינער האט נישט אזוי גוט ארויס ווי אים וואס מיינט אידישקייט. פיין, נישט געפערליך. אבער וואס ער זאגט אז קינדער טאר מען נישט געבן קיין צייט פאר זיך ווייל בטילה מביאה לידי שעמום וכו', זאל ער מיר מוחל זיין איז א שטיקל ממזרות. איינע פון די גרעסטע עוולות וואס כ'שפור מען האט מיר אפגעטוהן אין מיין יוגנט איז דייקא דאס צורויבן דאס ביסל פרייע צייט און עס אנשטופן מיט זאכן, ווי טישן און באטעס, וואס האבן קיין שום לאנג טערם תועלת פאר מיר. אלץ נאר כדי צו איראודן דעם אנכי, למען הכלל. זאל ער מיר נישט ברענגען קיין פסוקים וואס רעדן פון עדאלטס און וואס באציעהן זיך צו ליידיגייערס וואס ארבעטן נישט נאר לעבן אויף צדקות און גאווערנמענט הילף.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 5:33 pm
דורך מרדכי מרדכי
נייגעריגע אינגערמאן האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:א דורכברוך אין די היימישע קאמיוניטי ווען הרב יעקב יוסף מושקוביץ אדמו"ר מבאראוו ערשיינט אויף יוטוב אויף די לעטס טאלק תכלית שאו מיט אהרן ב.
בקרוב וועלן מיר האפנטליך זעהן נאך אדמו"רים רעדן צי די חסידים דורך די אינטערנעט, ווי למשל לייו סטרימען א טיש אויף טוויטש, אדער פארקויפן מערטש ווי למשל א "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יראת שמים" טישירט אדער א "אוי ווי גיט און וואויל וועט זיין בביאת הגואל" קעפ, צי גאר א "גור'ע טרערן טאמבלער" , אדער "באבאב'ער חן" סטיקערס.
עווענטשעלי וועלן די רעבעצינס פון די אדמו"רים ערשיינען אויף "only fan's" צי לערנען דיני צניעות פאר די בית יעקב אלו הנשים.
פארשטייט זיך אז יעדע חסידות וועט האבן א פעיסבוק בלאט, און צען וועט באקימען א הנחה ביי די עדווערטייזערס דורכן ניצען די url פון די באשטימטע קהלה ווי למשל stamps.com/pupa.
פארשטייט זיך אז ווען ס'וועט אויספעלען אן אסיפה דחופה וועט מען מאכן א לייוו אויף אינסטעגרעם.
און די רבי'ס גייען פאוסטן אויף סטאטוס בילדער פון וואס די רעבעצין האט עים אנגעגרייט פאר נאכטמאל.
פארשטייט זיך ר' שאול וועט גאנץ שנעל ווערן גע'בענד פון יוטוב, מיטן אויסרייד אז ער פארשפרייט וויילענס, וועט ער עפענען א ראמבל אקקאונט.
ר' מענדעלע וועט זיין שטארק אקטיוו אויף טיק טאק, ער וועט פאוסטן א דענס צי זיין שוואנצאנות ניגון.
@רביה"ק השלישי האט שוין א געמיינדע אויף רעדיט.
ס'וועט נישט אויספעלן זיך צי טענה'ן וויפיל חסידים יעדע רבי האט, מען וועט פשוט קיקען וויפיל פאלאווערס ער האט אויף יעדע פלאטפארמע, (חוץ אויב די פלאטפארמעס וועלן אויך אנהייבן צי שרייבן חלק מהקהל).
די ערשטע באמת איז געווען לעבאוויטשע רבי
די לעבאוויטשע רבי (

) (ליובאוויטש) האט מען אפגעכאפט פון עם קיין יוטיוב איז נאכנישט געווען
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 2:21 am
דורך berlbalaguleh
א סאך מאל ווען איינער וויל זאגן עפעס א חידוש, טראכט ער נישט אריין אז דאס קען נישט זיין במציאות. יא. פילם איז שוין געווען (פאר א לאנגע צייט) אבער נישט יו. טוב.
מאוויס איז שוין דא באלד 150 יאר. ווידיא און די.ווי.די. איז ערשט דא 30 יאר.
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 5:47 am
דורך נייגעריגע אינגערמאן
מרדכי מרדכי האט געשריבן:נייגעריגע אינגערמאן האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:א דורכברוך אין די היימישע קאמיוניטי ווען הרב יעקב יוסף מושקוביץ אדמו"ר מבאראוו ערשיינט אויף יוטוב אויף די לעטס טאלק תכלית שאו מיט אהרן ב.
בקרוב וועלן מיר האפנטליך זעהן נאך אדמו"רים רעדן צי די חסידים דורך די אינטערנעט, ווי למשל לייו סטרימען א טיש אויף טוויטש, אדער פארקויפן מערטש ווי למשל א "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יראת שמים" טישירט אדער א "אוי ווי גיט און וואויל וועט זיין בביאת הגואל" קעפ, צי גאר א "גור'ע טרערן טאמבלער" , אדער "באבאב'ער חן" סטיקערס.
עווענטשעלי וועלן די רעבעצינס פון די אדמו"רים ערשיינען אויף "only fan's" צי לערנען דיני צניעות פאר די בית יעקב אלו הנשים.
פארשטייט זיך אז יעדע חסידות וועט האבן א פעיסבוק בלאט, און צען וועט באקימען א הנחה ביי די עדווערטייזערס דורכן ניצען די url פון די באשטימטע קהלה ווי למשל stamps.com/pupa.
פארשטייט זיך אז ווען ס'וועט אויספעלען אן אסיפה דחופה וועט מען מאכן א לייוו אויף אינסטעגרעם.
און די רבי'ס גייען פאוסטן אויף סטאטוס בילדער פון וואס די רעבעצין האט עים אנגעגרייט פאר נאכטמאל.
פארשטייט זיך ר' שאול וועט גאנץ שנעל ווערן גע'בענד פון יוטוב, מיטן אויסרייד אז ער פארשפרייט וויילענס, וועט ער עפענען א ראמבל אקקאונט.
ר' מענדעלע וועט זיין שטארק אקטיוו אויף טיק טאק, ער וועט פאוסטן א דענס צי זיין שוואנצאנות ניגון.
@רביה"ק השלישי האט שוין א געמיינדע אויף רעדיט.
ס'וועט נישט אויספעלן זיך צי טענה'ן וויפיל חסידים יעדע רבי האט, מען וועט פשוט קיקען וויפיל פאלאווערס ער האט אויף יעדע פלאטפארמע, (חוץ אויב די פלאטפארמעס וועלן אויך אנהייבן צי שרייבן חלק מהקהל).
די ערשטע באמת איז געווען לעבאוויטשע רבי
די לעבאוויטשע רבי (

) (ליובאוויטש) האט מען אפגעכאפט פון עם קיין יוטיוב איז נאכנישט געווען
די פוינט וואס איך האב געמיינט ארויס צוברענגען איז אז ער איז נישט די ערשטע צו אנערקענען אין טעכנעלאגיע (פון זיין צייט) און עס ניצן לקדושה
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 12:23 pm
דורך שאלתיאל
ווי קען מען אויסלאזן דעם בנש"ק הרה"צ רבי מענדל ראטה שליט"א משומרי אמונים-רעוואלוציע וואס איז שוין באלד אן אלטגעזעסענער יוטיובער.