בלאט 2 פון 5

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 2:24 pm
דורך פארווע חסיד
ווען קומט ארויס ח"ב?

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 2:48 pm
דורך [NAMELESS]
פארווע חסיד האט געשריבן:ווען קומט ארויס ח"ב?
נאך אפאר שעה.

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 5:10 pm
דורך שאלתיאל

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 6:24 pm
דורך טאמבל סאס
דער יום טוב חשין רעדט א היימישע אידיש. אויך די מאן פון די צווייטע פרוי מיט וועם ברלנד איז געליגן א צען מאל צו מער, די סוד הנחשדיגע, ער רעדט אויך אידיש. כ'האב נישט געוואוסט אז ברלנד האט אידיש רעדנדע אין זיין כת און נאך פראמינענט אויך.

דער אמת איז אז כ'האב נישט פארשטאנען וואס יו"ט חשין'ס אויסברוך איז דא גענוי. דו האסט א מאן, א פרוי און א רב, אלע דריי נואפים בהסכמה, לאז זיי זיך אויסקלאפן איינער דאס אנדערן. דער רב טראכט ער איז משיח, די מאמע אז זי איז מרים הבתולה און דער מאן אז זיין פרוי איז זוכה צו ביאת משיח - אלזא וואס איז די וויי-געשריי? זאג מיר נישט אז יו"ט האט נאר יעצט איינגעזען וואספארא צעדרייטע קולט ער העלפט פירן. דער אמת איז דער אויסברוך לייגט נישט יו"ט אין א גוטער ליכט. ער מאכט דא א פנים ווי א מענטשן פיינט-האבער.

ווי אויך האב איך געזען נייעס דא. איך האב אלעמאל געמיינט אז דאס איז א קושר צווישן די רב און די גבאי אויסצוניצן דעם חסיד. דא זעה איך אז ס'איז א בונד צווישן דער רב און דעם חסיד, און דעם גבאי נוצט מען נאר אלס שיין פנים. חוץ צוקר, ער קוקט אויך אויס ווי א שטיק שווער; אזא צעלאזטע, אומקאנטראלירבארע בריה וואס איז, ווי זיין שווער, אלל אווער די פלעיס.

אבער נאכאלס, די צוויי מארדן לאזט מיך נישט שלאפן..

נאך א נקודה, אין דער חלק איז ברלנד אויסגעקומען זייער רחמנות'דיג. אפילו קאמיקעל. קודם אין תפיסה, וואו ער איז זיך מתוודה אזוי נעבעכדיג און נאכדעם ווי ער פרובירט איבערבעטן זיין פרוי און זיין הלוך ילך אין ביתר. מען הערט נישט פון קיין רשעות און קיין באגוואלדיגן. ברעינוואשינג יא, אבער ווען דו הערסט די פרויען רעדן, לאחר המעשה, קוקט נישט אויס וואו זיי באשולדיגן אים אדער האבן אפי' עטוואס פאראיבל. חוץ די פרוי אויף די ווידיאו אין אויספארשונגס צימער. אבער זי מיין איך איז זיינס א גאר נאנטע קרוב. נחמן'ס טאכטער?! דאס איז יא שרעקעדיג!

שרייב נישט קיין מיאוס'ע ווערטער
מנהל

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 7:07 pm
דורך פארווע חסיד
כ'מיין די youtube לינק איז נישט ריכטיג

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 7:09 pm
דורך פארווע חסיד
https://www.youtube.com/watch?v=jNgTpz8-mKE

דאס איז די ריכטיגע

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:03 am
דורך שמן למאור
טאמבל סאס האט געשריבן:דער יום טוב חשין רעדט א היימישע אידיש. אויך די מאן פון די צווייטע פרוי מיט וועם ברלנד איז געליגן א צען מאל צו מער, די סוד הנחשדיגע, ער רעדט אויך אידיש. כ'האב נישט געוואוסט אז ברלנד האט אידיש רעדנדע אין זיין כת און נאך פראמינענט אויך.

דער אמת איז אז כ'האב נישט פארשטאנען וואס יו"ט חשין'ס אויסברוך איז דא גענוי. דו האסט א מאן, א פרוי און א רב, אלע דריי נואפים בהסכמה, לאז זיי זיך אויסקלאפן איינער דאס אנדערן. דער רב טראכט ער איז משיח, די מאמע אז זי איז מרים הבתולה און דער מאן אז זיין פרוי איז זוכה צו ביאת משיח - אלזא וואס איז די וויי-געשריי? זאג מיר נישט אז יו"ט האט נאר יעצט איינגעזען וואספארא צעדרייטע קולט ער העלפט פירן. דער אמת איז דער אויסברוך לייגט נישט יו"ט אין א גוטער ליכט. ער מאכט דא א פנים ווי א מענטשן פיינט-האבער.

ווי אויך האב איך געזען נייעס דא. איך האב אלעמאל געמיינט אז דאס איז א קושר צווישן די רב און די גבאי אויסצוניצן דעם חסיד. דא זעה איך אז ס'איז א בונד צווישן דער רב און דעם חסיד, און דעם גבאי נוצט מען נאר אלס שיין פנים. חוץ צוקר, ער קוקט אויך אויס ווי א שטיק שווער; אזא צעלאזטע, אומקאנטראלירבארע בריה וואס איז, ווי זיין שווער, אלל אווער די פלעיס.

אבער נאכאלס, די צוויי מארדן לאזט מיך נישט שלאפן..

נאך א נקודה, אין דער חלק איז ברלנד אויסגעקומען זייער רחמנות'דיג. אפילו קאמיקעל. קודם אין תפיסה, וואו ער איז זיך מתוודה אזוי נעבעכדיג און נאכדעם ווי ער פרובירט איבערבעטן זיין פרוי און זיין הלוך ילך אין ביתר. מען הערט נישט פון קיין רשעות און קיין באגוואלדיגן. ברעינוואשינג יא, אבער ווען דו הערסט די פרויען רעדן, לאחר המעשה, קוקט נישט אויס וואו זיי באשולדיגן אים אדער האבן אפי' עטוואס פאראיבל. חוץ די פרוי אויף די ווידיאו אין אויספארשונגס צימער. אבער זי מיין איך איז זיינס א גאר נאנטע קרוב. נחמן'ס טאכטער?! דאס איז יא שרעקעדיג!
אודאי איז דא עכט היימישע אידיש רעדנדע חברה דארטן, ער האט טאקע אסאך בעלי תשובות, אבער גאר אסאך פון זיינע חברה זענען ברסלעבע שוין פון דורו דורות, טאקע אזוי ווי יו"ט חשין, וואס זיי זענען עכטע ירושלימע משפחות וואס זענען געווארן בערלאנדיסטן

איך פארשטיי נישט וואס די פארשסטייסט נישט וועגן יו"ט חשין'ס אויסברוך, די רוקארדירונג ווי ער רעדט צו די מאן איז נישט פון נעכטן, עס איז פון יארן צירוק הארט נאך וואס ער איז געוואר געווארן דערפון, ווען ער האט נאך געהאלטן אינמיטן די פראצידור פון איינערקענען די מציאות אז דער צדיק וואס ער אליין איז געווען פארגלייבט אין אים, און האט געהאט א שטארקע קירבה צו אים, איז א אדם רשע ומגונה.
איך ווייס נישט צו די ווייסט, אבער יו"ט חשין פירט שוין יארן לאנג א מלחמה כבידה מיט ברלנד, ער שטייט ממש ברוש פון די גאנצע מערכה, ער פירט שוין יארן די "קו ברסלב" (845-531-5299) וואס שיט פעך אין שוועבל אויף בערלאנד,
חשין איז א אמת'ע ערליכע איד און עס ברענט באמת אין אים א פייער צו אידישקייט, ער פארנעמט נישט אז א איד, און נאכדערצו א ראש עדה זינדיגט פשוט מיט אשת איש, אז די פרוי מיט די מאן זענען נעבעך בשטיפת מוח, מיטן סוד הנחש, ווערט עס טאקע מער רחמניות'דיג אבער א גראבע עבירה בלייבט עס,

צוקר מאכט גראדע א רושם אויף מיר ווי זייער א ישרות'דיגע מענטש, ער האט טאקע געפירט די וועד הצניעות ווי א בערלאנדיסט און געוואלט "אוועקנעמען די תאווה" פון זיין שווער מיט געוואלד, אבער איך פארשטיי פון ווי ער קומט,
דא רצח'ט מען אן אימשילדיג אינגע בחור'ל וואס איז אביסל נאכגעגאנגען זיינע תאוות, און דא טרענט די רבי אליין ארום מיט אשת איש בבחינת הוא למטה והיא למעלה בעולם האצילות, ווי איז שייך קולט צו זיין אזעליכע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]
ער דערמאנט מיר פון פנחס מיט זמרי...

ברלנד קומט נישט אויס ווי א נעבעך, נאר ענדערש ווי א געפערליכן מאסן מאניפאלירער, און א צערידערטע פארשוין,
ער שרייט "איך גיי ענק צישניידן אויף שטיקער" מיט נאך שיינע סלאגאנען, ווי א וואנזיניגער,
און דא ברעינוואשט ער תמימות'דיגע פרויען אז ער גייט מיט זיי ברענגען משיח... (הגם זיי גלייבן אז ער אליין איז דאך משיח, נו פארוואס דארף מען ערשט געבוירן א נייע משיח? זעט אויס אז עס איז אלעס פארבינדן מיטן סוד הנחש)
די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ ווי די אויספארשער פרעגט אים פארוואס ער האט עס געטון, און ער קלאפט זיך על חטא ווי א צדיק און זאגט אני לא יצא מגיהנם, אז למה עשית את זה??? און ער לייגט זיך די הענט אויפן פנים, מיט אזא מינע אויפן געזיכט, ווי צו זאגן, כאנישקאנאנונג!!

איך פארשטיי ממש נישט וויאזוי די חסידים זיינע קענען נאך האלטן פון אים, פשוט פון די ווילדע וואנזיניגע אויסברוכן, איך וואלט געטראכט אז עס קומט פון א בעל תשובה נאטור, אבער למעשה מרכז ויזניץ יוכיח, די רבי מעג זיין משוגה און זאגן פאריקטע סטעיטמענטס...און.. גארנישט...
איך בין נייגעריג אויב אין אנדערע פלעצער וואלט עס אויך געווען אזוי, מסתמה יעדע פלאץ אנדערש, מיט אנדערע פראצענטן וואס וואלטן פארלאזט די קהילות,

עד היום האט דער ברלנד נאכאלטס א ריזיגע סטאדע פון פארגלייבטע דזשיהאדיסטן, וואס האלב האלטן אז די אלע מעשיות איז לא היה ולא נברא, און די צווייטע האלב האלטן אז די צדיק מעג אלעס טון
מענטשן זענען דאך עפעס נישט נארמאל... אזוי פארגלייבט צו זיין, ממש אהן קיין שכל.. איך הייב אהן שטארק צו צווייפלען אין די אינטעליגענס פונעם מין האנושי...

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 9:20 am
דורך טאמבל סאס
איים סארי פאר די מיאוסע ווערטער. אלע ווייסן ס'נישט מיין דרך אבער דאס איז געווען אזוי אומגלויבליך, ס'האט זיך געפאדערט א שטארקע באצייכענונג :lol:

עצי שטים, כמדומה אשת איש אין די תורה רעדט אויך נישט אין אזא פאל - ווען יא וואלט אויך געווען אן עונש פאר די מאן. די עבירה פון אשת איש אינקלודט אויך די פארראט אדער צביעות אין די עבירה און איז מסתמא אפ' א גרעסערע חלק פון די זינד. אין א פאל ווי אלע דריי זענען מסכים (און עס איז נישט אויף די חשבון פון אנדערע בני הקהילה ווי עס איז די פאל דא) איז עס אפשר נישט א רעליגעיזע זאך אבער דאס איז נישט חשין אדער צוקר'ס געשעפט. איים סארי איך ענטפער נאר אויף דעם יעצט, כרגע בין איך ביזי.

זיי מיר מוחל, איינער וואס גלייכט משמרת הצניעות נושאים איז א שלעכטער מענטש מעיקרא. עמיצער וואס האט ליב צו גרובן אין שמוץ און קאנטראלירן אנדערע מענטשנ'ס פריוואטע לעבנס. א פּערווערט. צביקה צוקר איז גארנישט קיין פנחס - ער אליינס האט בלוטיגע הענט פון די מערדערס כאמור און זיי מיר מוחל, אנטראגן פאר זיין שווער אפצוהאקן די הענט און די פיס הערשט ווען די אשת איש מעשיות פאסירן און נישט מיט יארן פריער פאר אלע אנדערע גראבע זינד, ווייזט אויף עמיצער וואס איז בלויז 1 טרעק מיינדעד און אויף עמיצער וואס איז נישט צופיהל אנדערש ווי די טאליבאן, אייסיס אדער אל קאידא. איך האב קיין טראפ מיטגעפיהל פאר צוקר. באמת איז שווער צו מיטפיהלן מיט סייוועלכע פון די אלע חסידים וואס רעדן דארט. די אלע שיינען מיר ווי שונאי אדם. (איז דאס נישט די סיבה פארוואס זיי האבן זיך אנגעשלאסן אין די מאוומענט אין די פוירסט פלעיס?) האסטיך אויפגעוועקט? גוט מארגן! די פרויען ברענגען ארויס רחמנות. ספעציעל די וואס צעוויינט זיך דארט ביים סוף.

איין מין, איך מאך עס נישט אוועק, ס'קומט זיך זיי א באנטש מיט קרעדיט פאר'ן ארויסקומען אבער מען טאר נישט פארגעסן אז ווען זאכן זענען געגאנגען גוט האבן די אלע פיין מיטגעטאנצן מיט די אלע רשעותער וואס איז אפגעטוהן געווארן אין די נאמען פון רעליגיע און אין פארטיקולאר, ארגענייזד רעליגיע. דאס אז עמיצער איז א סעינט מאכט אים נאכנישט אויטאמאטיש פאר א פיינער מענטש. איך וויל וויסן, וויפיל פון די זענען ארויסגעטרעטן נישט וועגן די "עבירה פון אשת איש" און די זנות נאר בדרך כלל ווייל זיי האבן איינגעזען אז די גאנצע געשעפט האט מיט אידישקייט קיינמאל גארנישט געהערט, אז מען האט געמאכט פון עבירות מצות און פון מצות עבירות, און אז ווען ברלנד האט געשריגן "דאס האב איך אלץ אויפגעבויעט מיט מיין בלוט אדער מיט מיינע צען פינגער" (איך געדענק שוין נישט פונקטליך וואס ער האט געזאגט) האט ער טאקע פלעין און פשוט רעפערד צו זיין ביזנעס און נישט צו א ממלכת כהנים וגוי קדוש.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 11:17 am
דורך [NAMELESS]
ס׳וועט זיין זייער שווער צו ערקלערן פאר עמיצן וואס האט נאכנישט באמערקט די התנהלות פונדערנאנט וואס פונקטליך דארטן קומט פאר. לאמיר נישט פארגעסן אז אליעזר בערלאנד איז פאר יארן לאנג געווען ארויפגעקוקט און רעספעקטירט ביי די גאר גרויסע ברסלב׳ע מנהיגים. צו נעמען אזא מענטש ווי יום טוב חשין וואס נאכן תחקיר קען מען זען ווי נתפעל די דזשורנאליסטן זענען פון זיין געריבנקייט, און אים מאכן גלייבן אז ער איז צדיק הדור, צו דעם מוז מען זיין א גאר געלונגענער אקטיאר און מאניפולעיטאר. חשין איז נישט סתם א צולאזטע ברי׳ נאר ער איז א געלערנטער און גיבט איבער פילאזאפישע שיעורים. בערלאנד׳ס קהילה איז געווען צוטיילט צווישן בעלי תשובה וואס זענען געקומען פון די אונטערוועלט און פון די אויבערוועלט, און די צווייטע זייט איז געווען פול מיט ברסלב׳ע משפחות, צווישן זיי גאר פראמינענטע און געשעצטע פאמיליעס ווי פוקס, שפירא, און אנשין.

צביקה צוקער איז יארן לאנג געווען א געפארפולער באנדיט פון טוהר המחנה, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון זיין קנאות און עבודת ה׳. ער איז געגאנגען אזוי אין פייער פאר זיין שווער אז עס איז אים נישט אנגעגאנגען צו לאזן אומברענגען ניסים שטרית אויף דעם חשבון. אויך קען מען זען וויאזוי ער דערציילט ווי ער האט געוואלט אומברענגען דעם שווער׳ס יצר הרע בפועל ממש... ער איז א גאר מאדנע מענטש.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 12:33 pm
דורך שמן למאור
טאמבל סאס האט געשריבן: עצי שטים, כמדומה אשת איש אין די תורה רעדט אויך נישט אין אזא פאל - ווען יא וואלט אויך געווען אן עונש פאר די מאן. די עבירה פון אשת איש אינקלודט אויך די פארראט אדער צביעות אין די עבירה און איז מסתמא אפ' א גרעסערע חלק פון די זינד. אין א פאל ווי אלע דריי זענען מסכים (און עס איז נישט אויף די חשבון פון אנדערע בני הקהילה ווי עס איז די פאל דא) איז עס אפשר נישט א רעליגעיזע זאך אבער דאס איז נישט חשין אדער צוקר'ס געשעפט. איים סארי איך ענטפער נאר אויף דעם יעצט, כרגע בין איך ביזי.

זיי מיר מוחל, איינער וואס גלייכט משמרת הצניעות נושאים איז א שלעכטער מענטש מעיקרא. עמיצער וואס האט ליב צו גרובן אין שמוץ און קאנטראלירן אנדערע מענטשנ'ס פריוואטע לעבנס. א פּערווערט. צביקה צוקר איז גארנישט קיין פנחס - ער אליינס האט בלוטיגע הענט פון די מערדערס כאמור און זיי מיר מוחל, אנטראגן פאר זיין שווער אפצוהאקן די הענט און די פיס הערשט ווען די אשת איש מעשיות פאסירן און נישט מיט יארן פריער פאר אלע אנדערע גראבע זינד, ווייזט אויף עמיצער וואס איז בלויז 1 טרעק מיינדעד און אויף עמיצער וואס איז נישט צופיהל אנדערש ווי די טאליבאן, אייסיס אדער אל קאידא. איך האב קיין טראפ מיטגעפיהל פאר צוקר. באמת איז שווער צו מיטפיהלן מיט סייוועלכע פון די אלע חסידים וואס רעדן דארט. די אלע שיינען מיר ווי שונאי אדם. (איז דאס נישט די סיבה פארוואס זיי האבן זיך אנגעשלאסן אין די מאוומענט אין די פוירסט פלעיס?) האסטיך אויפגעוועקט? גוט מארגן! די פרויען ברענגען ארויס רחמנות. ספעציעל די וואס צעוויינט זיך דארט ביים סוף.

איין מין, איך מאך עס נישט אוועק, ס'קומט זיך זיי א באנטש מיט קרעדיט פאר'ן ארויסקומען אבער מען טאר נישט פארגעסן אז ווען זאכן זענען געגאנגען גוט האבן די אלע פיין מיטגעטאנצן מיט די אלע רשעותער וואס איז אפגעטוהן געווארן אין די נאמען פון רעליגיע און אין פארטיקולאר, ארגענייזד רעליגיע. דאס אז עמיצער איז א סעינט מאכט אים נאכנישט אויטאמאטיש פאר א פיינער מענטש. איך וויל וויסן, וויפיל פון די זענען ארויסגעטרעטן נישט וועגן די "עבירה פון אשת איש" און די זנות נאר בדרך כלל ווייל זיי האבן איינגעזען אז די גאנצע געשעפט האט מיט אידישקייט קיינמאל גארנישט געהערט, אז מען האט געמאכט פון עבירות מצות און פון מצות עבירות, און אז ווען ברלנד האט געשריגן "דאס האב איך אלץ אויפגעבויעט מיט מיין בלוט אדער מיט מיינע צען פינגער" (איך געדענק שוין נישט פונקטליך וואס ער האט געזאגט) האט ער טאקע פלעין און פשוט רעפערד צו זיין ביזנעס און נישט צו א ממלכת כהנים וגוי קדוש.
לפי די תורה איז אשת איש אסור אפילו אלע דריי זענען מסכים, מען קען אפילו מאכן א שיינע מחליפות נשתיהם מיט יעדנס הסכמה, אבער אויב איז דא עדות מיט התראה באקומען אלע פיר סקילה!! פארפאלן דאס זאגט די תורה!
פון א סעקולערע קוקווינקל איז טאקע די עוולה נאר אויב איינער איז נישט מסכים, און אויב יעדער איז מסכים קומט נישט פאר קיין פאליסמאן זיך אריינצימישן,
אבער דא איז גאר עפעס אנדערש, מען רעדט פון א געפערליכע באנדיט וואס מאניפאלירט זיינע חסידים אז זיי ברענגען משיח, בשעת ער גיבט זיך פשוט אויס זיינע שמיציגע תאוות
ס'נישט פשט אז ער איז געגאנגען צו א בית זונות אין תל אביב צו זיכן ווער עס וויל זינדיגן בהסכמה, ער האט פשוט געריטן אויף ערליכע תמימות'דיגע אידענעס פון זיין קהילה, וואס האבן באמת געמיינט אז "עפעס העכערס" קומט דא פאר,
דאס איז א געפערליכע פארברעך, און עס איז דוקה יא די אחריות פון די ראשי הקהילה ווי חשין און צוקר אויפצודעקן קלונו ברבים, וואס דאס האבן זיי טאקע געטון,

איך האב שוין געהערט אסאך די סלאגאנען אז יעדער אין די משמרת הצניעות איז א חזיר, אדער אז אלע מקוה לעידיס זענען לעסביענס, אבער מען קען קלאר נישט ארויפציען א נאסע ליילעך אויף יעדעם, איך קען בכלל נישט דעם צוקר, קען זיין אז ער איז א באנדיט, אבער פון די ווידיא אליין זע איך נישט עפעס אויסערארענטליך, חוץ פון די וועלן מסרס זיין די שווער, וואס דאס איז שוין געטראכט ווי א בערלאנדיסט,

אבער צו בליעמען אלע פון די חברה אלס מענטשן האסער איז קלאר נישט ריכטיג, דעם תמימות'דיגע אינגערמאנטישקל וואס האט געקראכן אפאר שטאק אין געזען מעשה מרכבה אין עולם האצילות, שיינט צו זיין א איידעלע נשמה'לע, אזוי אויך די אנדערע עלטערע איד וויאזוי הייסט ער נאר

עס איז גאר גרינג פאר א ניו יארקע חסידישע איד, בפרט פאר א אויפען מיינדעד אידל וואס זיצט אויף קאווע שטיבל, צו דזשאדזשן, און זאגן אז זיי זענען באנדיטן, ווייל פארוואס דען האבן זיי געדזשוינט די קהילה,

גאר אסאך פון זיינע חסידים זענען געווען גענצליך פריי און האבן נאר אפגעלאזט אלע זייער תאוות עולם הזה, און געווארן גענצליך פרימע אידן אדאנק אים, זייער גאנצע אמונה בשם, איז געקניפט אין געבינדן מיט אמונה אין ברלנד, זיי זענען על פי רוב נישט די באנדיטן,
איך האב אסאך געשמועס אין אר"י מיט אזא איינער, ער איז געווען פיל מיט טאטוס איבער זיין גאנצע קערפער, אבער זיצט היינט רוב טאג אין לערנט, און איז עוסק בתורה ובמצות מיט אן אמת, מען קען טרעפן אסאך פון די חברה אין די היכל התורה פון תולדות אהרן,
עכ"פ דעם בעל תשובה וואס איך בין געווען באקאנט מיט אים, האט פארציילט ערשטהאנטיגע אותות ומופתים וואס ער האט אליין בייגעוואוינט אצל הרב,
ער האט מיר למשל פארציילט, אז אמאל בשעת הרב הלך באפריקע בגלות, איז ער געפארן אויף אזא זאמטיגע ראוד, און געהייסן די קאר זיך אפשטעלן נעבן א זימפ, ער איז גאגאנגען כאפן א טבילה אינעם טייכעלע
מען האט בשעת מעשה געזען גרויסע ריזיגע קראקאדילן ארימשווימען איבעראל, אבער זיי האבן נישט געהאט קיין שליטה אויפן רב
ווען מען האט געפרעגט די רב פשט האט ער געזאגט, שמי ששומר הברית לא צריך לפחד מכלום... ;)

נאך האט ער מיר פארציילט, אז ער אליין איז געגאנגען צו רב דארטן מחמת איזה סיבה, און אונעם לופטפעלד האט ער זיך געקויפט א פריפעיד פאון מיט א נייע נומער,
ווי נאר ער לייגט אריין די סים קארטל באקומט ער גלייך א ריף פונעם רב וואס זאגט אים ברוך הבא! שלום עליכם שבאתי לכאן!, דאס אלעס אויף א נייע נומער וואס ער האט קיינמאל געהאט פארדעם

בקיצור די חברה האבן ממש בעל שם'סקע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] צו פארציילט ביז איבערן דאך, כאפ נאר א קורצע שמועס מיט אזא חסיד,
על פי רוב זענען די בעלי תשובות פון די חלק חסידים וואס לייקענען די מעשה זנות, זיי וועלן זאגן אז אויף ר' נחמן און אפילו אויף משה רבינו איז אויך געווען לשון הרע, (עס איז על פי רוב נאר די בריונים וואס האלטן אז די זנות איז אמת, ולצדיק מותר) און די תמימות'דיגע חברה זענען נישט עומד בראש אזוי ווי חשין אדער צוקר צו זען הערט די מעשיות ערשטהאנטיג, און האבן זיכער נישט קיין אינטערנעט צו זען די עדות'ן און זען אז ניכרים דברי אמת, זיי האלטן אז עס איז אלעס פשוטע בלבולים אויפן רב

פאר איינער וואס וואקסט אויף אין אזא קולט, אדער ווערט פארכאפט דערינען, איז זייער שווער זיך ארויסצוזען דערפון, ובפרט פאר א בעל תשובה וואס דארף נאכדערצו פעיסן זיינע אלטע פרייע חבירים וואס לאכן נאך פון אים פארן דשזוינעם די חרדישע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], וואס זאל ער יעצט טון מאכן א עקס אויף בערלאנד אין לויפן קיין בעלז? דארט איז יא די אמת? עס גייט נישט אזוי, בען בלאקט ארויס די אלע "לשון הרע" און שוין

די אלע וואס זענען יא ארויס, און טראכטן נאך גראד קומט זיך זיי גאר אסאך קרעדיט! בשעת מען איז און די קולט מאכט אלעס סענס, ווי די איידעלע מיידל פארציילט דארטן ווי מען האט פשוט אנגעקוקט די רציחה אויפן בחורל ווי די סנהדרין איז דן איינעם למיתה, עס נעמט אסאך צייט מיט הערן גאר אסאך מעשיות, ביז מען הייבט אהן איינצוזען אז די גאנצע זאך שטינקט, עס איז נישט קיין יושר צו שרייען, פארוואס ביסטו נישט אנטלאפן נאך די ערשטע קרומע מעשה וואס די האסט געזען?

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 3:47 pm
דורך שאלתיאל
אן עטיאפישן בערלאנד

https://www.youtube.com/embed/k7ylVpCTeJc

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 3:51 pm
דורך שמן למאור
אגב, איך האב מיך געפריידט אז מען האט שוין מער מגלה געווען אין די צווייטע חלק, די סוד פונעם נחש...

דהיינו אז מען נעמט די נ' פון נ-חש און מען מאכט דערפון א מ' מיט א י' צוזאמען מיט די חש ווערט עס משיח
איך בין נאר נאכנישט קלאר פארוואס עס געשעט נאר דורך מזנה זיין מיט א אשת איש, איך האף אז ביים קומענדיגע חלק וועט עס ווערן אויסגעקלארט...

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 5:38 pm
דורך moody
כ'אב א שטיק צייט צרוק אויסגעהארכט עטליכע שיעורים פון רבינו/חברינו @לעקוואד און זיין ביהמ"ד למחשבה, אויף איינער פון די שעורים, איך נישט קיין צייט/געדולט צו אויפזיכען וועלכע, זאגט ער, אז ער ווייסט בידוע ברורה, סיי פון זיינע אייגענע הבנה אין ברלנד'ס ספרים און סיי וואס ער האט געהרערט פון זיינע תלמידים, אז מעשים וואס ברלנד טוט אפ, קומט פון דעם, וואס ער האט א טעות אין די משמעות פון כתר עליון (עפעס אזוי)! ממש די ליטערל (משל'דיגע) אפטייטש פון מקצץ בנטיעות.

יעצט צום שמועס אויב עס איז דא אידש רעדענדע ברלנד'יסטן, איך האב געהייט א חבר, א ברלנד'יסט וואס זיין טאטע איז געווען א היימישע וויזניצ'ע חסיד און געווארן א ברלנד'יסט ער האט מיר טאקע געזאגט אז עס איז נישטא נאך אזלכע.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 7:23 pm
דורך [NAMELESS]
עצי שטים האט געשריבן:אויב איז דא עדות מיט התראה באקומען אלע פיר סקילה
חנק

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 7:26 pm
דורך [NAMELESS]
ער זעהט אויס ווי א מטורף מיט זיין גאנצע וועזן און רעדן און אויפפירונג. ווי אזוי זענען זיי געפאלן פאר אים??? אדער איז ער אראפ פון זינען שפעטער?

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 7:55 pm
דורך berlbalaguleh
עמינדב: איך בין מסכים מיט דיין צווייטן פשט. ווען ער האט אנגעהויבן איז ער געווען זייער שטארק א טאלאנטירטער יונגערמאן. א תלמיד חכם ובקי עצום. און א גוטער רעדנער. אויך אן ערליכער. אליין א בעל תשובה. האט ער פארשטאנען צו בעלי תשובה. אזוי האט ער צוגעצויגן טויזנטער תלמידים וחסידים. איך געדענק אז מ'האט געשמועסט (בראשית דרכו) אז ער איז דער בעסטער און גרעסטער (אין צאל) מנהיג אין ברסלב. נאר ערגעץ אין מיטן וועג זעהט אויס אז עפעס איז קאליע געווארן. אין זיין הנהגה. און אין זיין ערליכקייט. ה' ירחם.

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 7:38 pm
דורך משה פריעדמאן
לא יודע אבל אני מאוהב עם הרב ברלנד, לא יודע למה אבל איכשהו אני לא מרגיש כל כך את הפשע שלו.

לפי נסיבות המציאותית במצב כזה שהאשה לפי השקפת עולמה היא נהנית כל כך, והיא מאושרת עד יומה האחרון, אין שום עינוי, שום, היא ואף בעלה מסכימים לגמרי, והיא משתוקקת לו, היא בעולמה שלה היא שמחה, כל עוד לא מוציאין אותן משם.

אז מה הבעיה, הוא לא 'פגע' מינית 'במציאות' בשום אדם.

הטענה יכולה להסתובב על השטיפה בכלליות על זה שיש לו כוחות-על. אבל למה זה עשוי להטריד מישהו כל עוד שאין בזה שום עוולה וצער לאף אחד.

אז כל עוד שיש מישהו כריזמטי שביכולתו לסבב הסביבה שלו לטובתו, אז השכר היא שלו.

אז כל הפשע הזה היא רק בעינינו ההומוים שהם מחוץ לארון, ובמשקפיים שלנו זה פשע.

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
גם במשקפי אלוקים. שנתן לנו את עשרת הדיברות. ושם נאמר. הציווי..."לא תנאף"...!

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 12:52 am
דורך שושן פורים
משה פריעדמאן האט געשריבן:לא יודע אבל אני מאוהב עם הרב ברלנד, לא יודע למה אבל איכשהו אני לא מרגיש כל כך את הפשע שלו.

לפי נסיבות המציאותית במצב כזה שהאשה לפי השקפת עולמה היא נהנית כל כך, והיא מאושרת עד יומה האחרון, אין שום עינוי, שום, היא ואף בעלה מסכימים לגמרי, והיא משתוקקת לו, היא בעולמה שלה היא שמחה, כל עוד לא מוציאין אותן משם.

אז מה הבעיה, הוא לא 'פגע' מינית 'במציאות' בשום אדם.

הטענה יכולה להסתובב על השטיפה בכלליות על זה שיש לו כוחות-על. אבל למה זה עשוי להטריד מישהו כל עוד שאין בזה שום עוולה וצער לאף אחד.

אז כל עוד שיש מישהו כריזמטי שביכולתו לסבב הסביבה שלו לטובתו, אז השכר היא שלו.

אז כל הפשע הזה היא רק בעינינו ההומוים שהם מחוץ לארון, ובמשקפיים שלנו זה פשע.
בעצם וואס איז די פראבלעם פון א קאלט?

ווען איין בשר ודם האט אזוי סאך פאוער איבער אנדערע מענטשן און ער נוצט זיי אויס פאר זיינע פערזענליכע געברויכן, היסטאריע האט געוויזן אז געווענליך ענדיגט זיך עס נישט גוט צומאל ציט מאסן זעלבסטמארדן וואס לאזט איבער צענדליגע צו גאר הונדערטע צושאסענע מענטשן על לא דבר צוליב איין וואנזיניגער פערזאן וואס האט געהאט א איבערפלוס פון קאפריזן.

אז א מענטש וואס האט געפירט א קהילה וואס האט געפרעדיגט קנאות און קדושה צו אן עקסטרעמע דערהער, און בו בזמן האט ער געקענט נעמען פרויען פון זיין אייגענע קהילה וואס זענען אויפגעצויגן געווארן על ברכי הקנאות והקדושה און זיי איבערצייגן אז די גרעסטע עבירה פון די סארט איז גאר א מצוה, און נאך מיטן רבי'ן אליינס.

אזא מענטש איז א געפארפולע פערזאן וואס געהערט אונטער גראטעס!

Otze Shitims Comment on Rebbe Reb Elimelech Zl

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 12:17 pm
דורך gergele
אבער די רבי אליין... ממש טויט שיכור, ער האט געמוזט האבן גאר א שטארקע משקה.
How DO you dare to say that ? Did you SEE or ever LEARN the
הייליגע צעטיל קטן About Drinking PLAIN משקה המשכר ??
Menahalim ???????? אתמהה

from Otzei Shitim's Comment about Rebbes

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 12:26 pm
דורך gergele
עס איז דא א באקאנטע מעשה, אז מען האט געפרעגט א פויער וואס האט נאך מיטגעהאלטן א תפלה פון ר"ר אלימלך מיט די תלמידים, האט ער
געזאגט אז די גאנצע עולם איז געווען גוט שיכור, אבער די רבי אליין... ממש טויט שיכור, ער האט געמוזט האבן גאר א שטארקע משקה...

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 2:14 pm
דורך [NAMELESS]
moody האט געשריבן:מעשים וואס ברלנד טוט אפ, קומט פון דעם, וואס ער האט א טעות אין די משמעות פון כתר עליון (עפעס אזוי)! ממש די ליטערל (משל'דיגע) אפטייטש פון מקצץ בנטיעות.
ס׳מיר פיל גרינגער צו גלייבן אז ער טוט עס פון טירוף און תאות השליטה, און מיט כתר עליון האט ער א קלענערע פראבלעם. דער חזיר איז דאך ווילד און מטורף ווי א פארציקענדער טיגער. פארהאן א ווידעא ווי ער ווארפט זיך ארויף אויף איינע פון זיינע לייט און קושט אים צאם ווי א בהמה שנזדקק, אויך איז דא א קליפ ווי ער קושט צאם דעם ספינקא רבי׳ן אזש עס רינט אים שמאלץ. עס האט נישט מיט כתר עליון ווי מיטן נחש.

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 2:49 pm
דורך שמן למאור
gergele האט געשריבן:עס איז דא א באקאנטע מעשה, אז מען האט געפרעגט א פויער וואס האט נאך מיטגעהאלטן א תפלה פון ר"ר אלימלך מיט די תלמידים, האט ער
געזאגט אז די גאנצע עולם איז געווען גוט שיכור, אבער די רבי אליין... ממש טויט שיכור, ער האט געמוזט האבן גאר א שטארקע משקה...
וואס פינקטליך איז דיין פראבלעם מיט די מעשה? די מעשה איז א באקאנטע חסידישע מעשה וואס מען פארציילט