בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 10:08 am
דורך לאמיר זאגן
אויב טוט מען די זאכן וואס איך האב געשריבן אין מיין תגובה, דאן שפירט די ווייב פולע צוטרוי אין דעם מאן.
Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 2:42 pm
דורך פרנס החודש
לאמיר זאגן האט געשריבן:אויב טוט מען די זאכן וואס איך האב געשריבן אין מיין תגובה, דאן שפירט די ווייב פולע צוטרוי אין דעם מאן.
ווען דו ביסט ווען א פרוי און דיין מאן עפנט זיך פאר דיר און זאגט דיר צב״ש אז ער גלייבט נישט אין תורה מסיני, וואס וואלט געווען דיין רעספאנס? לאמיר זאגען אז מען רעדט אז עטס זענט פארהייראט שוין א האלבע יאר, ווי האלטסטו ענדיגט זיך אזא מעשה?
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 2:58 pm
דורך קורקלענד
איך וואלט מציע געווען פאר אזא איינער. אנטשטאט צו זאגן די פרוי זיינע אז ער גלויבט פשוט נישט. זאל ער איר ענדערש זאגן אז ס'דא וואס האבן ספיקות וכו' אדער געוויסע ספעציפישע שאלות וואס עקזיסטירן.... אז ער זוכט א אויסגעהאלטענע מהלך וואס קען בעסער שטימען. און אזוי ארום מיט די צייט זאל ווערן די מחשבות מער אקצעפטירבאר.
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 6:22 pm
דורך לאמיר זאגן
פרנס החודש האט געשריבן:לאמיר זאגן האט געשריבן:אויב טוט מען די זאכן וואס איך האב געשריבן אין מיין תגובה, דאן שפירט די ווייב פולע צוטרוי אין דעם מאן.
ווען דו ביסט ווען א פרוי און דיין מאן עפנט זיך פאר דיר און זאגט דיר צב״ש אז ער גלייבט נישט אין תורה מסיני, וואס וואלט געווען דיין רעספאנס? לאמיר זאגען אז מען רעדט אז עטס זענט פארהייראט שוין א האלבע יאר, ווי האלטסטו ענדיגט זיך אזא מעשה?
אויב איז ער אזא מאן ווי דערמאנט, און זיי האבן זיך באמת ליב, דאן וועט זי אים נישט וועלן אפלאזן.
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 6:23 pm
דורך לאמיר זאגן
.
Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 7:02 pm
דורך פרנס החודש
לאמיר זאגן האט געשריבן:פרנס החודש האט געשריבן:לאמיר זאגן האט געשריבן:אויב טוט מען די זאכן וואס איך האב געשריבן אין מיין תגובה, דאן שפירט די ווייב פולע צוטרוי אין דעם מאן.
ווען דו ביסט ווען א פרוי און דיין מאן עפנט זיך פאר דיר און זאגט דיר צב״ש אז ער גלייבט נישט אין תורה מסיני, וואס וואלט געווען דיין רעספאנס? לאמיר זאגען אז מען רעדט אז עטס זענט פארהייראט שוין א האלבע יאר, ווי האלטסטו ענדיגט זיך אזא מעשה?
אויב איז ער אזא מאן ווי דערמאנט, און זיי האבן זיך באמת ליב, דאן וועט זי אים נישט וועלן אפלאזן.
אה יעצט לייגסטו שוין צו ״ און זיי האבן זיך באמת ליב״
האלט מיר שוין אויף א וועג….
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 7:13 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:איך וואלט מציע געווען פאר אזא איינער. אנטשטאט צו זאגן די פרוי זיינע אז גלויבט פשוט נישט. זאל ער איר ענדערש זאגן אז ס'דא וואס האבן ספיקות וכו' אדער געוויסע ספעציפישע שאלות וואס עקזיסטירן.... אז ער זוכט א אויסגעהאלטענע מהלך וואס קען בעסער שטימען. און אזוי ארום מיט די צייט זאל ווערן די מחשבות מער אקצעפטירבאר.
קורקלענד: נאר מ'דארף געדענקען אז א פרוי וואס יאז ארויסגעגאנגען פון אן ערליכן בית חינוך. און זי האט איינגעזאפט אין זיך אמונה בה', אין בריאת העולם, יציאת מצרים און תורה מסיני וועט זיין אזוי שטארק שאקירט ווען זי הערט איהר מאן רעדן אזעלכע ווערטער, אז ס'איז נישט זיכער וויאזוי זי וועט רעאגירן. אנדערש ווי א (יונגער) מאן וועלכע טרעפט זיך מיט אלערליי מענטשן און הערט אלערליי דיעות. איז ער נישט שאקירט. און ער קען עס ענדערש פארנעמען.
נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 4:38 pm
דורך תרמב
אז מ'האט אזא שלום בית אז די ווייב וועט איבערלאזן דעם מאן פארן האבן אנדערע מיינונגען אנדערש ווי זי איז געוואוינט, איז נישט ווערט צו בלייבן צוזאמען, ס'איז סיי ווי נישט קיין לעבן אזוי, אז מ'האט א עכטע גוטע שלום בית קען מען מיט די צייט מאכן גרויסע שינוים, מ'דארף אודאי ארבעטן מיט חכמה און שטייטעלעך נישט שפרונגען גרויסע טריט אבער צום סוף וועט מען זעהן פירות, איך וואלט געזאגט אז מ'זאל קודם ארבעטן אויף די שלום בית און נאכדעם אויף די שינויים, דאן וועט עס געשעהן אן ארבעטן שווער בככל, נאך א נקודה מ'דארף זיין אפען מיט די ווייב אז מ'שפילט זיך ארום מיט איר טויג נישט, זיך אראפשטעלן אלס א צדיקל בשעת מ'איז דירעקט די פארקערטע איז א רעצעפט פאר א דעזעסטער.
נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 4:41 pm
דורך נישטקייןאנונג
אויב די פרוי איז פארביסן קען מען זיך הענגן אויף א צוקערשטריק
געדענק יעדער עסט אנדערש אהבה....
נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 5:38 pm
דורך בת קול
מען קען נישט טוישן אנדערע. ענדערש טויש זיך אליין.
נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 10:26 pm
דורך קהל'ס נער
בת קול האט געשריבן:מען קען נישט טוישן אנדערע. ענדערש טויש זיך אליין.
אוואדאי קען מען טוישן אנדערע (ווילאנג יענער טיט נישט פארקערט אויף להכעיס) בפרט א מאן אויף א ווייב, מען דארף עס נאר טוען מיט שכל און געדילט.
נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 11:55 pm
דורך דוד שריפטליך
תרמב האט געשריבן:אז מ'האט אזא שלום בית אז די ווייב וועט איבערלאזן דעם מאן פארן האבן אנדערע מיינונגען אנדערש ווי זי איז געוואוינט, איז נישט ווערט צו בלייבן צוזאמען, ס'איז סיי ווי נישט קיין לעבן אזוי, אז מ'האט א עכטע גוטע שלום בית קען מען מיט די צייט מאכן גרויסע שינוים, מ'דארף אודאי ארבעטן מיט חכמה און שטייטעלעך נישט שפרונגען גרויסע טריט אבער צום סוף וועט מען זעהן פירות, איך וואלט געזאגט אז מ'זאל קודם ארבעטן אויף די שלום בית און נאכדעם אויף די שינויים, דאן וועט עס געשעהן אן ארבעט שווער בככל, נאך א נקודה מ'דארף זיין אפען מיט די ווייב אז מ'שפילט זיך ארום מיט איר טויג נישט, זיך אראפשטעלן אלס א צדיקל בשעת מ'איז דירעקט די פארקערטע איז א רעצעפט פאר א דעזעסטער.
Soדו ברענגסט ארויס דא צוויי נקודות און קורצן
1 אז מען דארף ארבעטן מיט חכמה שטייטליך וכו וכו
2 אז מען דארף זיין אפן מיט די ווייב וואס מען האלט ..... ווייל דאס איז א רעצעפט פאר א דיזעסטער
יעצט איז די פראגע אלס איינער וואס האט שוין אויספרובירט ביידע און דאך האט זיך עס געענדיגט מיט 12 שורות... וואס איז יעצט דא צו טאן אז עס זאל נישט געשען נאכאמאל?
נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 11:57 pm
דורך דוד שריפטליך
קהל'ס נער האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:מען קען נישט טוישן אנדערע. ענדערש טויש זיך אליין.
אוואדאי קען מען טוישן אנדערע (ווילאנג יענער טיט נישט פארקערט אויף להכעיס) בפרט א מאן אויף א ווייב, מען דארף עס נאר טוען מיט שכל און געדילט.
יא קהלס נער איך האלט פונקט ווי דיר אבער זיי מסביר מער אויספירליך ביטע
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 1:19 am
דורך קהל'ס נער
דוד שריפטליך האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:מען קען נישט טוישן אנדערע. ענדערש טויש זיך אליין.
אוואדאי קען מען טוישן אנדערע (ווילאנג יענער טיט נישט פארקערט אויף להכעיס) בפרט א מאן אויף א ווייב, מען דארף עס נאר טוען מיט שכל און געדילט.
יא קהלס נער איך האלט פונקט ווי דיר אבער זיי מסביר מער אויספירליך ביטע
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=485404#p485404
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 2:27 am
דורך בת קול
קהל'ס נער האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:מען קען נישט טוישן אנדערע. ענדערש טויש זיך אליין.
אוואדאי קען מען טוישן אנדערע (ווילאנג יענער טיט נישט פארקערט אויף להכעיס) בפרט א מאן אויף א ווייב, מען דארף עס נאר טוען מיט שכל און געדילט.
מען קען נישט טוישן א מענטש אינערלעך. אפשר וועט זי דיר פאלגן אויסערלעך אבער זי וועט דיר קיינמאל נישט מוחל זיין פאר איר צווינגען צו פאלן פאר דיינע תאוות.
וואס איז זי שולדיג אז דו ווילסט נישט ארבייטן אויף דיין יראת שמים?
זי איז איר אייגענע מענטש און האט איר אייגענע דרך.
דו מיינסט דו בוסט אויפגעקלערט און דו מוזט איר טוישן און אויפקלערן, אבער צווינגען א צווייטן צו טוישן פאר דיר איז די שפיץ פון צוריקגעשטאנענקייט.
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 3:05 am
דורך ברוינשטיין
ווער רעדט פון צווינגען?
מען רעדט פון אויפקלערן און מאכן דאס לעבן שענער בעסער און מער אמת'דיג.
איר מיינונג קען פונקט אזוי גענומען ווערן אין באטראכט, אבער ס'איז פארשטענדליך אז א מאן זאל וועלן אז זיין ווייב זאל טראכטן ברייט און אנהויבן לעבן אין ברייטקייט צוזאמען מיט אים.
ווער רעדט פון טוישן אינערליך? טוישן אינערליך מיינט נעמען א מענטש וואס איז למשל בטבע א נאטור ליבהאבער און יענעם פרובירן צו מאכן פאר א amusement park ליבהאבער,
אבער נעמען א באליבטער און אים\איר אויסברייטערן די קאפ און ווייזן נייע גוטע(?) וועגן אין לעבן, פארוואס דען נישט?
(מען גייט מיט א משל אז דער מאן וויל-זיין\איז מער אויפגעקלערט [לויט אים] ווייל אזוי שטעלט זיך עס געווענליך ארויס, אבער אין אויסנאם(?) פעלער קען דאס טאקע זיין פארקערט)
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 11:30 am
דורך לאמיר זאגן
פרנס החודש האט געשריבן:
אה, יעצט לייגסטו שוין צו "און זיי האבן זיך באמת ליב",
האלט מיר שוין אויף א וועג….
אויב איז ער אזא מאן ווי דערמאנט, וועט זי אים אי"ה אויך ליב האבן.
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 11:48 am
דורך פרנס החודש
אם ירצה השם
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 4:25 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
פאר ווער ס׳וויל נישט גיין צו ווייט... נאר פשוט ׳לויז׳ צו מאכן די סיסטעם אין שטוב, ווילעך באמערקן א פשוט׳ע פראקטישע טענה וואס דו קענסט כסדר אריינווארפן איר צו דערמאנען; ׳אין לך אשה כשרה בנשים אלא מי שעושה רצון בעלה׳.
קלער איר אויף, אז ס׳איז אזוי גרינג פאר איר צו זיין אויף די ריכטיגע אידישע רעלסן, דורך פשוט טון וואס דו ווילסט (ובפרט ווען דו ווילסט דאך זי זאל ענדזשויען לייף...). מילא פאר א מאן איז דא הלכות אויף פרט ופרט..., אבער פאר איר
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:פאר ווער ס׳וויל נישט גיין צו ווייט... נאר פשוט ׳לויז׳ צו מאכן די סיסטעם אין שטוב, ווילעך באמערקן א פשוט׳ע פראקטישע טענה וואס דו קענסט כסדר אריינווארפן איר צו דערמאנען; ׳אין לך אשה כשרה בנשים אלא מי שעושה רצון בעלה׳.
קלער איר אויף, אז ס׳איז אזוי גרינג פאר איר צו זיין אויף די ריכטיגע אידישע רעלסן, דורך פשוט טון וואס דו ווילסט (ובפרט ווען דו ווילסט דאך זי זאל ענדזשויען לייף...). מילא פאר א מאן איז דא הלכות אויף פרט ופרט..., אבער פאר איר
אידישקייט איז בעצם סאך טיפער און העכער ווי פשוט׳ע הלכות אין שולחן ערוך. עס איז א געפיל זאך און איז לאו דוקא אראפגעבינדן צו הלכות, פארשטייט זיך אז עס איז זייער וואויל און פיין פאר דעם וואס האלט זיך צו יעדן הלכה׳דיגע זאך, אבער ווען מען סטראגלט מיט הלכות קען מען דאך זיכער נישט האלטן קיין חומרות. דערפאר איז פשוט בעסער זיך צו מתמקד זיין אין אידישקייט. לערנען ספרי חסידות ומחשבה איז א געוואלדיגער שליסל דערצו און עווענטואל קומט מען ממילא צו היטן אלע הלכות - נאר מיט א טעם.
ענטפער. וואסערע חומרות רעדסטו פון?
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 1:09 am
דורך דוד שריפטליך
וואסערע חומרות רעדסטו פון?
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 1:17 am
דורך מאנטריאל
און וואס איז נאכן אויפקלערן די ווייב?
וואס קען מען שוין טוהן מער ווען מען גלייבט נישט?
טוישן לבוש חומרות דאס קען מען טוהן אפילו ווען מען גלייבט.
און לאמיר זאגן אז ווען מען גלייבט שוין נישט דעמאלטס קען מען שוין טוישן. קען מען דען דעמאלטס? האט מען נישט די פער פרעשור פון מענטשן?
די זאכן וואס אונז פירן זיך איז ווייל עס ליגט אין אונזער בלוט, און מען באקומט א גילטי קאנשוס אויב מען טוט עס נישט, ווי למשל תפלין אדער מחלל שבת זיין.
און אויך ווילן מיר זיך געפעלן פאר אונזער קאמיוניטי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 1:46 am
דורך פרנס החודש
מען קען דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת, דורך בחירה, אן געצווינגען ווערן דורך די ווייב און שוויגער.