בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 4:40 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב א קרוב/ה אין לעיקוואוד וואס פארקויפט טישו פעפער מיט וואס די רבי האט זיך אפגעווישט פה קדשו. אויך די אנדערע. שיין אויסגעביגלט. און גרייט צו באניצן...וואספארא נאנסענס. נישט סתם נאנסענס. נאר קראנקע נאנסענס...פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ ז"ל איז גערעכט געווען ווען ער האט געזאגט אז די היינטיגע חסידות איז פולחן נוכראה. עבודה זרה...!
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 5:18 pm
דורך פאלאצ'ינטא
מיט אפאר יאהר צוריק איז א חבר מיינע געוועהן אין מאנראו (מאנדראו אין אידיש) ביי סאטמר רבי יאהרצייט און עס זענען געשטאנען דארט אפאר בחורים און פארקויפט מקוה וואסער פון די רעבא זחיסעיגאע לייני.
ווען ער האט געפרעגט ווי איז דאס געוועהן די לעצטע 40 יאהר? ער איז דאך אוועק תשל"ט? ווי האט מען געהאלטען די וואסער ביז יעצט? און ווער האט באשלאסען אז פונקט יעצט גייט מען דאס ארויסגעבען צו פארקויפען?
האבען זיי אנגעפאנגען שרייען (כמנהגם) שייגאץ אפיקורס
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 5:27 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: און ווען מ'האט א פאר יאר נאך די פטירה פון מורי ורבי הרה"צ ר' רפאל בלום מ'קאשוי זצוק"ל פארקויפט וויין פון כוס של ברכה. אבער דאס איז נאר געווען גרעיפ דזשוס. אבער פיש קייטלעך. און אויגן פון פיש. און טישו'ס פון וואס די רבי האטציך אפגעווישט...פוי...!
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 7:59 pm
דורך monseyrental
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:נאך אביסל וועט מען פארקויפן מקווה וואסער ווי דער רבי האט זיך געטובל'ט שושן פורים אויסגעמישט מיט אפר פון די אייער וואס דער רבי האט געגעסן ערב ט' באב.
נאך די פטירה פוונ'ם טאהש'ע רבי זצ"ל האבען א סאך יודען געוואלט טובל'ן אין די מקווה וואס מ'האט דארט געמאכט די טהרה פאר'ן רבי'ן און א סאך צייט מ'האט נישט געטוישט די וואסער (כאטש די וואסער זענען געווארען זעהר שמיציג) און מ'האט גענימען א גרויסע מטבע כדאי אריין צו געהן אין די מקווה
נישט אמת מען האט בכלל נישט געבעטען געלט
אין מען האט געברענגט א קאמפעני מיט ספעציעלע מאשין עס צי ריינוגען
נשלח: מוצ"ש יוני 18, 2022 5:45 pm
דורך טאמבל סאס
ווי טרעפליך, מרבה נשים מרבה כשפים..
נשלח: מוצ"ש יוני 18, 2022 10:06 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איינער גייט אריין אין בית מדרש און גייט אריין אין קאווע שטיעבל אין וויל זיך מאכען א קאווע זעהט ער דארט הענגען א צעטל...
ביטע נישט אריין ברענגען קאווע אין בית מדרש, עיין יורה דעה סימן רצ"ג.
דער איד איז גוועהן א שטיקל תלמיד חכם און פרובירט זיך דערמאנען וואס עס שטייט אין יורה דעה רצ"ג וועגען קאווע אין בית מדרש.
גייט ער אריין און נעמט ארויס א יורה דעה און מישט אויף אום זעהט אז די גאנצע בלאט איז אנגעגאסען מיט קאווע
נשלח: מוצ"ש יוני 18, 2022 11:39 pm
דורך הקטן
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:מיט אפאר יאהר צוריק איז א חבר מיינע געוועהן אין מאנראו (מאנדראו אין אידיש) ביי סאטמר רבי יאהרצייט און עס זענען געשטאנען דארט אפאר בחורים און פארקויפט מקוה וואסער פון די רעבא זחיסעיגאע לייני.
ווען ער האט געפרעגט ווי איז דאס געוועהן די לעצטע 40 יאהר? ער איז דאך אוועק תשל"ט? ווי האט מען געהאלטען די וואסער ביז יעצט? און ווער האט באשלאסען אז פונקט יעצט גייט מען דאס ארויסגעבען צו פארקויפען?
האבען זיי אנגעפאנגען שרייען (כמנהגם) ששייגאץ אפיקורסייגאץ אפיקורס
ווער איך א שייגאץ אפיקורס פארן נישט גלייבן דיין "חבר"?
נשלח: מוצ"ש יוני 18, 2022 11:40 pm

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 3:08 am
דורך דוד שריפטליך
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:איינער גייט אריין אין בית מדרש און גייט אריין אין קאווע שטיעבל אין וויל זיך מאכען א קאווע זעהט ער דארט הענגען א צעטל...
ביטע נישט אריין ברענגען קאווע אין בית מדרש, עיין יורה דעה סימן רצ"ג.
דער איד איז גוועהן א שטיקל תלמיד חכם און פרובירט זיך דערמאנען וואס עס שטייט אין יורה דעה רצ"ג וועגען קאווע אין בית מדרש.
גייט ער אריין און נעמט ארויס א יורה דעה און מישט אויף אום זעהט אז די גאנצע בלאט איז אנגעגאסען מיט קאווע
Lol בלע"ז
נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 3:12 am
דורך דוד שריפטליך
berlbalaguleh האט געשריבן:פאלאצ'ינטא: און ווען מ'האט א פאר יאר נאך די פטירה פון מורי ורבי הרה"צ ר' רפאל בלום מ'קאשוי זצוק"ל פארקויפט וויין פון כוס של ברכה. אבער דאס איז נאר געווען גרעיפ דזשוס. אבער פיש קייטלעך. און אויגן פון פיש. און טישו'ס פון וואס די רבי האטציך אפגעווישט...פוי...!
פוי קען מען זאגן אויף יעדע זאך. פיש קייטלעך איז מיר א חידוש אבער פיש אויגן איז שוין א אלטע מעשה נישט אזוי ווייט אלס שיריים ווי אלס א סגולה.......
נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 3:49 am
דורך שמן למאור
שבת אחים האט געשריבן:א צווייטער אין סקווירא האט איר שוין נאכגעמאכט. איי געיס קאמפעטישאן ברענגט ביזענס. יענע פארקויפט קייטלעך פון די פיש וואס האט נישט מעהר געדאכט גערעדט אין סקווירא וואס איז א גלגול פון צדיקים.
איך האב עס גלייך באשטעלט, איך שטיי ביי די טיר, איך ווארט בכליון עינים פאר די יו פי עס טראק זאל מיר ברענגן דאס קייטל. כ׳זאל קענען כאפן א שמועס מיטן פישל וואס איז א גלגול פון הויכע נשמות.
אין וויזניץ עסט מען פסח פאלשע-פיש געמאכט פון פלייש. זאגט דער בדחן רבי חיים מענדל “סאיז באוואוסט אז צדיקים ווערן מגלגול אין פיש. און פאלשע צדיקים ווערן מגלגול אין פאלשע פיש”…
איך שעם מיך פון זיך אליין אז איך האב נישט גלייך עומד געווען אויף די געדאנק דא,
איך האב מיך געווינדערט פארוואס דוקא פיש, די שמעקעדיגסטע מאכל, וואלט נישט בעסער געווען א שטיקל חלה? אקעי חלה וואלט מען געדארפט מבער זיין פסח, אבער פארוואס נישט א שטיקל אפיקומן? דאס איז שוין יא עפעס וואס אסאך חסידים לייגן אוועק פון זייער רבי, אדער א שטיקל פון די הושענות וכדומה
יעצט נאכן ליינען דיין תגובה כאפ איך שוין דער ענין, היות די צדיקים ווערן מגולגל אין פיש, וויל מען ארימגיין אייביג מיט א שטיקל פונעם רבי זכרוינע לבראכע,
יעצט פארשטיי איך שוין די פתגם אויפן עדווערטייזמענט take the rebbe with you wherever you go, עס מיינט נישט בלויז במחשבה, די געדאנק אז מען האט א חפץ פון די רבינ'ס טיש, ניין... מען מיינט גארנישט דעם היינטיגן רבין, מען מיינט גאר די רבי זי"ע
האט יענער גוט געזאגט, אז עס קומט פון לעיקוואד האט עס זיכער עפעס א לומדות און זיך
נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 12:27 pm
דורך [NAMELESS]
בין איך דער איינציגסטער וואס ברויזט אויף די וואס רופן אן די אידענע אין לעיקוואוד און מאכן איר משוגע? איר קענט האבן א גוטער לאך פונעם פראדוקט, אבער זי איז נישט הפקר און אזוי אויך אירע געפילן. עס באדערט מיר געפערליך.
Re: א נייע דרגה אין שוואנצאנעס: פיש קייטלעך
נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 5:02 pm
דורך כניאק
קען זיין אז סאיז נישט שיין חוזק צו מאכן פון איר, אבער איך פיל אז זי פארשעמט די גאנצע זאך פון שיריים מיט דעם, און ס׳ארט מיך פערזענלעך אלץ איינער וואס עסט שיריים.
נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 8:57 pm
דורך שטורמישער
מיליאנער האט געשריבן:טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:נאך אביסל וועט מען פארקויפן מקווה וואסער ווי דער רבי האט זיך געטובל'ט שושן פורים אויסגעמישט מיט אפר פון די אייער וואס דער רבי האט געגעסן ערב ט' באב.
נאך די פטירה פוונ'ם טאהש'ע רבי זצ"ל האבען א סאך יודען געוואלט טובל'ן אין די מקווה וואס מ'האט דארט געמאכט די טהרה פאר'ן רבי'ן און א סאך צייט מ'האט נישט געטוישט די וואסער (כאטש די וואסער זענען געווארען זעהר שמיציג) און מ'האט גענימען א גרויסע מטבע כדאי אריין צו געהן אין די מקווה
ביי סאטמאר רבי ז''ל איז אויך געווען אזוי. איך האב אבער נישט געהערט עס זאל האבן געקאסט געלט, כ'מיין אז ס'איז געווען די פאבליק מקוה.
די מעשה קומט פון די ערשטע בעלזא רב, דער שר שלום איז אוועק דריי טעג פאר ראש השנה, מ'האט געלאזט די מקוה וואסער פון די טהרה דורכאויס אלע ימים טובים, גאנץ חודש תשרי, און טויזענטער אידן האבן זיך געטובל'ט דערין, שפעטער נאך שמחת תורה האט יעדער חסיד אהיימגענומען א "שטיקל"....
נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 9:36 pm
דורך קידוש
עס קען אפשר אריינגיין אין די קאטיגאריע פון " עסן פונעם יאר" אין געווינען א מעדאל ביים kosher fest