השכלה מהו? די דורות פראבלעם, און צו איז "קאווע שטיבל" השכלה?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קל וחומר האט געשריבן:איך גלייב אז מיינע אור אייניקלעך וועלן זיין צעהן מאל קלוגער ווי מיך אין א וועלט פון פארגעשריטענע AI - אורים ותומים
:like :like :like
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

כלפי דער טענה אז פין די משכילים איז גארנישט געבליבן. אמת, פין די אידן איז אויך גארנישט געבליבן, אלע זענען היינט חרדים...
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

און פון די ערשטע דורות אמעריקאנער איז אויך גארנישט איבערגעליבן ווייל אמעריקאנער היינט גייען מער נישט מיט די זעלבע פאני בגדים...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

ווען מ'האט באשריבן גער אין די וועקער האב איך געשיקט די וועקער פאר מיינס א גערע חבר. און דאס איז פאר גער איז געגאנגען אינגאנצען קרעזי. מיין חבר איז א רייכע אינגערמאן מיט אפאר הונדרעט ארבייטער אונטער זיך. איך האב אים עס געשיקט צוזאמען מיט א מתנה פאר יום טוב, א שיינע פלאש וויין.

ער נעמט די וועקער, ער בלעטערט דערין, הפנים ער האט שוין געוויסט דערפון, און קוקט מיך אן מיט צוויי אויגן "די משכילים זענען אויך געווען גערעכט און האבן אויך געהאט גוטע שרייבערס". דאס איז א קליגער מענטש וואס פירט גרויסע געשעפטן ַַ

הכלל אידן, אויב זענען די משכילים געווען גערעכט ווי רבי שאול אלטער, בין איך א משכיל. ווער דארף קראנקע co-dependent דורות. נישט איך. איך האב נאר א שאיפה אנצוקומען צו די אמת. איי מיינע קינדער וועלן נישט זיין גערע. צו גהינם מיט גער.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

השכלה מהו? די דורות פראבלעם, און צו איז "קאווע שטיבל" השכלה?

שליחה דורך חוקר ודורש »

אין די צייטן פון משה מנדלסון זענען געוויסע (הפלאה ועוד) ארויסגעקומען קעגן אים ווייל זיי האבן מורא געהאט פון שינויים ״ותוצאותיו״ מי ישורנו, אנדערע מהר״ם מינץ ועוד) זענען נישט ארויסגעקומען קעגן אים מיט זיין ביאור, דער מהר״ם שיק האט געלערנט אינעם ביאור ביז זיין רבי דער חתם סופר האט אים געהייסן אויפהערן.

מנדלסון איז געווען א שומר מצוות, אין נישט געזיכט (אפנערהייט) צו ״אפקילען״ אידישקייט, דאס איז ערשט געשען שפעטער מיט די רעפארמישע באוועגונג אנגעפירט דורך אברהם גייגער, שמואל הולדהיים ועוד.

עכ״פ די זעלבע מיט קאווע שטיבל זאל יעדער מאכן זיין החלטה, עס איז נישט שייך צו זאגן פאר יעדעם די זעלבע, פאר איינער איז קאוווע שטיבל שלעכט און פאר א צווייטע נישט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חוקר ודורש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שוב יום אחד לפני מיתתך
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

@בענדזשאמין פרענקלין אז כ'האב דיר שוין יא אריינגעשלעפט דא, ביסטו מכובד אונז איבערצולאזן מיט א פיינע חמין במוצ"ש...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: השכלה מהו? די דורות פראבלעם, און צו איז "קאווע שטיבל" הש

שליחה דורך טאמבל סאס »

געבטס עס אפאר הונדערט יאהר וועלן מענטשן, אור אייניקלעך פון היינטיגע בערלאנד חסידים, זאגן: קוקטס פון די אנדערע חסידים אדער ברסלבע קהילות איז גארנישט איבערגעבליבן. נאר אונז האבן זיך געהאלטן. זיי וועלן אזוי דרשענען, נישט וויסענדיג אז מערסטנס פון זייערע זיידעס זענען אייגענטליך קודם געווען אוכלי נבילות וטריפות.

רעליגיע איז נישט עפעס א מין הערעדיטרי אייטעם. רעליגיע איז זעלבסטשטענדיג פאר זיך, א פאקט, אן עססענשעל אינגרידיענט אין די בריאה (מיט כל מיני אינטערפערטישאנס פון רעליגיע), און דורות כוואליענען זיך אריין און ארויס פון איר. נישטא אזא מושג אז א געוויסע סעקטע זאל own'ען א געוויסע, און די זעלבע, אינטערפערטישאן פון רעליגיע לדורות, מיט א עווער לאסטינג בלאד-ליין. ס'איז אלץ פאנטאזיעס.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

טאמבל סאס האט געשריבן:וואס הייסט דאס "ס'גארנישט געבליבן פון זיי?"
איך שטעל זיך פאר ס'מיינט, דאס די קינדער זענען אזוי ווייט פאקראכן פין די וויזיע וואס די עלטערן זעלבסט האבן געהאט פאר זיך און פאר זייערע דורות, וואלטן די עלטערן געוויסט וואספאר עפעקט זייער מעשים וועט האבן אויף זייערע אייגענע קינדער וואלטן זיי זיך אנדערש געפירט.

אפגעזען אויב די ארגינעלע השכלה אדער ריפארם איז יא אדער נישט געבליבען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

צקון לחש האט געשריבן:דאס זארג אז די דורות זאלן בלייבן אידן שמעקט מיר ווי א לויטער מענטשליכע עגאאיסטישע שטרעבן, ווייל פאר'ן רבוש"ע דארפן מיר זיך דאך נישט זארגן, נישט אזוי?
כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך יהוה
והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת ואמרת אליו
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

יעקב מענטש האט געשריבן:איך מיין אז מ'ברויך קודם דעפינירן וואס השכלה האט געוואלט און געמיינט.
לויט די תשובות פון ר' שמשון הירש ז"ל, האט זיך נישט געהאנדלט פון לערנען אביסל מער, דקדוק, וכו' מ'האט פארהאנדלט איבער בלייבן שומרי תורה ומצות, שמירת שבת, און זיך אסימילרן להתדמות לגוי.

די אלע אנדערע פרטים פון לערנען מער, שטודירן זענען שוין געווען אמצעים צום ענדגילטיגן ציהל, און זעלבספארשטענדליך אז דאס איז געווארן די צענטער פון די מחלוקת.

ערגעץ געליינט (אדער געהערט) אמאל: סאקמער רב ז"ל האט אמאל געזאגט ביי אן אסיפת מלמדים, אז ער האלט אז ס'איז א עוולה אז מ'לערנט נישט קיין נ"ך, מ'האט עס טאקע געמוזט אסר'ן אין אייראפע צוליב וואס די משכילים האבן עס פארכאפט אלץ זייער לימוד, אבער ס'איז זייער וויכטיג אז קינדער זאלן לערנען נ"ך אין זיך באקענען מיט די אידישע היסטאריע.

און אויב דו וועסט אריינקוקן אין וועלכע ספר ס'רעדט נאר דערפון וועט מען זיך באגעגענען מיט א ענליכע מעסעדזש.
איך אלס אינגל אין סאטמר חדר האט מען געלערנט נ"ך
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

מערערע ניקס מישן א קאשע.

השכלה איז נישט רעפארם. ביי דרשות ווי מען האקט, לייגט מען אויך ביידע בחדא מחתא.

מען טוט עס, ווייל מיט השכלה גופא איז נישטא קיין פראבלעם, אדער איז שווער מסביר צו זיין דער פראבלעם, ממילא איז גרינגער, כדרכןַ שלַ חרדים, מען זאגט אביסעל ליגענט ַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַ

מען מעג זאגן ליגענט, בפרט פאר אזא דבר חשוב.


,
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
מאנטריאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 12:04 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: השכלה מהו? די דורות פראבלעם, און צו איז "קאווע שטיבל" הש

שליחה דורך מאנטריאל »

איז דען נישט איבערגעבליבן פון די משכיל'ישע ביכער ניתי ספר וניחזי. לאמיר זעהן וואס זיי האבן געוואלט.
איך האב מורא אז פון זייערע ביכער איז אויך נישט געבליבן.
אבער אין אמת'ן ווייסן אונז אז רעפארם זענען די משכילים.
און זייער מהלך אויף תורה מן השמים איז אינגאצן ליבעראל און אפילו די קאסערוואטיווע האט א רב פון זיי מיך געזאגט אז תורה מן השמים איז אינגאצן אנדערש ווי ביי אונז.
די חילוק פון קאנסערוואטיוו און רעפארם איז צו מען זאל נאך גיין די שולחן ערוך די רעפארם איז שולחן ערוך א דזשואק ווס. קאנסערוואטיוו מעגן עס אנקוקן די שולחן ערוך.

Sent from my SM-G950W using Tapatalk
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

אצינד מישט איר דריי קאשעס. רעפארם, קאנסערוואטיוו, משכילים.

משכילים זענען געווען געהעריגע אידען שותומ"צ. געוועהן נזהר בקלה כבחמורה, ווי צ.ב.ש. רמ"ד וחביריו.

לייענט אדורך דא דערנאך וועט מען רעדן ווייטער.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

איך האב אביסל אריינגעטראכט אין עצי שיטים’ס דילעמא, און איך בין צוגעקומען צו נאך א נקודה. דאס איז די נושא פון שידוכים. דאס מיינט אזוי, איינער וואס בלייבט אין די סיסטעם, וועט געווענליך האבן א ברייטע סעלעקשען צו אויסוועלן א בדומה לו. דאס מיינט, אז די קינדער וועלן פארן ווייטער אויף כמעט די זעלבע סיסטעם, וואס זיי האבן גע’ירש’נט פון ביידע זייטן. משא”כ, איינער וואס בויעט זיך אויס אויף א אייגענע מהלך, וועט נישט טרעפן איינער וואס איז פונקט ווי אים, און אפילו נישט איינער וואס איז בערך ווי אים. צוויי אינגערלייט וואס טראכטן אוט-אויף-די-באקס, און קומען צו צו אייגענע שיטות וואס איז אנדערש וואו די סיסטעם, וועלן בדרך כלל אנקומען צו אנדערע מסקנות. לכבוד דעם, וועט ער מוזן זיך משדך זיין מיט איינער וואס שעירט די זעלבע יסודות’דיגע שיטה פון טראכטן אנדערש ווי די סיסטעם, אפילו ער האט אנדערע מסקנות. דאס מיינט אז עס איז א גרעסערע טשאנס אז די קינדער זאלן פארן סאך ווייטער וואו זייערע עלטערן.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

חדשים האט געשריבן:איך האב אביסל אריינגעטראכט אין עצי שיטים’ס דילעמא, און איך בין צוגעקומען צו נאך א נקודה. דאס איז די נושא פון שידוכים. דאס מיינט אזוי, איינער וואס בלייבט אין די סיסטעם, וועט געווענליך האבן א ברייטע סעלעקשען צו אויסוועלן א בדומה לו. דאס מיינט, אז די קינדער וועלן פארן ווייטער אויף כמעט די זעלבע סיסטעם, וואס זיי האבן גע’ירש’נט פון ביידע זייטן. משא”כ, איינער וואס בויעט זיך אויס אויף א אייגענע מהלך, וועט נישט טרעפן איינער וואס איז פונקט ווי אים, און אפילו נישט איינער וואס איז בערך ווי אים. צוויי אינגערלייט וואס טראכטן אוט-אויף-די-באקס, און קומען צו צו אייגענע שיטות וואס איז אנדערש וואו די סיסטעם, וועלן בדרך כלל אנקומען צו אנדערע מסקנות. לכבוד דעם, וועט ער מוזן זיך משדך זיין מיט איינער וואס שעירט די זעלבע יסודות’דיגע שיטה פון טראכטן אנדערש ווי די סיסטעם, אפילו ער האט אנדערע מסקנות. דאס מיינט אז עס איז א גרעסערע טשאנס אז די קינדער זאלן פארן סאך ווייטער וואו זייערע עלטערן.
אין דעם הינזיכט איז שוין כלל ישראל מער ווייניגער איינגעטיילט אין צוויי חלקים, די פרומע, און די קילע סארט,
די קילע זענען לאו דוקה משכילים, זיי קענען זיין פינקט אזוי צוקוועטשט ווי די פרימע, גיבט א קוק אויף א יואלי ראטה חסיד פאר א דוגמה, די סארט קען זיין פינקט אזוי ערליך און געטריי צו גאט ווי די פרימע, זיי זענען נאר מער קילער, ביי זיי איז עסן אין א רעסטאראנט מיט די בני בית נישט קיין פראבלעם, און האבן א סמארטפאון אויף די הויזן אויך נישט, אבער א גרויסע פילטער וועט ער יא ארויפלייגן ווייל רב וואזנער האט אזוי געפסקנט,
וואס איך מיין צו זאגן איז, אז סתם אזוי איז דא געניג שדוכים על פי רוב פאר וועליכע סארט מען איז נאר, סיי פאר די פרימערע און סיי פאר די בעלעבאטישע,
און א פרימע קילע בעלעבאס פארהערט נישט געווענטליך די מחותן צו זען ווי פארכאפט ער איז און השכלה וכדומה
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

עצי שטים האסט א פוינט
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

ס'איז היינט דא א גרעסערע שידוכים אויסוואל צווישן די קילע ווי דרייסיג יאר צוריק צווישן היימישע וויליאמסבורגע. ס'איז דא מער און מער קילע און צוואנציג יאר ארום גייט זיין מער קילע ווי גאנצע סיסטעם אידן. פערינא'ס נבואה.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

היסטאריע האט געשריבן:מערערע ניקס מישן א קאשע.
השכלה איז נישט רעפארם. ביי דרשות ווי מען האקט, לייגט מען אויך ביידע בחדא מחתא.
מען טוט עס, ווייל מיט השכלה גופא איז נישטא קיין פראבלעם, אדער איז שווער מסביר צו זיין דער פראבלעם, ממילא איז גרינגער, כדרכןַ שלַ חרדים, מען זאגט אביסעל ליגענט ַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַ
מען מעג זאגן ליגענט, בפרט פאר אזא דבר חשוב.
,
דו מישט א קאשע
נישט אלע משכילים, און נישט אלע צייטען זענען געווען גלייך
איך שטעל זיך פאר דו ווילסט נישט זאגן ליגענט נאר פשוט דו ווייסט נישט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

עצי שטים האט געשריבן: וואס איך מיין צו זאגן איז, אז סתם אזוי איז דא געניג שדוכים על פי רוב פאר וועליכע סארט מען איז נאר, סיי פאר די פרימערע און סיי פאר די בעלעבאטישע,
און א פרימע קילע בעלעבאס פארהערט נישט געווענטליך די מחותן צו זען ווי פארכאפט ער איז און השכלה וכדומה
איך קען זען דאס זאל זיך טוישן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

עצי שטים האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:איך האב אביסל אריינגעטראכט אין עצי שיטים’ס דילעמא, און איך בין צוגעקומען צו נאך א נקודה. דאס איז די נושא פון שידוכים. דאס מיינט אזוי, איינער וואס בלייבט אין די סיסטעם, וועט געווענליך האבן א ברייטע סעלעקשען צו אויסוועלן א בדומה לו. דאס מיינט, אז די קינדער וועלן פארן ווייטער אויף כמעט די זעלבע סיסטעם, וואס זיי האבן גע’ירש’נט פון ביידע זייטן. משא”כ, איינער וואס בויעט זיך אויס אויף א אייגענע מהלך, וועט נישט טרעפן איינער וואס איז פונקט ווי אים, און אפילו נישט איינער וואס איז בערך ווי אים. צוויי אינגערלייט וואס טראכטן אוט-אויף-די-באקס, און קומען צו צו אייגענע שיטות וואס איז אנדערש וואו די סיסטעם, וועלן בדרך כלל אנקומען צו אנדערע מסקנות. לכבוד דעם, וועט ער מוזן זיך משדך זיין מיט איינער וואס שעירט די זעלבע יסודות’דיגע שיטה פון טראכטן אנדערש ווי די סיסטעם, אפילו ער האט אנדערע מסקנות. דאס מיינט אז עס איז א גרעסערע טשאנס אז די קינדער זאלן פארן סאך ווייטער וואו זייערע עלטערן.
אין דעם הינזיכט איז שוין כלל ישראל מער ווייניגער איינגעטיילט אין צוויי חלקים, די פרומע, און די קילע סארט,
די קילע זענען לאו דוקה משכילים, זיי קענען זיין פינקט אזוי צוקוועטשט ווי די פרימע, גיבט א קוק אויף א יואלי ראטה חסיד פאר א דוגמה, די סארט קען זיין פינקט אזוי ערליך און געטריי צו גאט ווי די פרימע, זיי זענען נאר מער קילער, ביי זיי איז עסן אין א רעסטאראנט מיט די בני בית נישט קיין פראבלעם, און האבן א סמארטפאון אויף די הויזן אויך נישט, אבער א גרויסע פילטער וועט ער יא ארויפלייגן ווייל רב וואזנער האט אזוי געפסקנט,
וואס איך מיין צו זאגן איז, אז סתם אזוי איז דא געניג שדוכים על פי רוב פאר וועליכע סארט מען איז נאר, סיי פאר די פרימערע און סיי פאר די בעלעבאטישע,
און א פרימע קילע בעלעבאס פארהערט נישט געווענטליך די מחותן צו זען ווי פארכאפט ער איז און השכלה וכדומה
איך רעד דוקא נישט פון די קילע אינגעלייט. זיי זענען א סיסטעם פאר זיך. מיין פוינט איז געווען אויף די וואס טראכטן אוט-אויף-די-סיסטעם, הנקראים בפי כמה, משכילים. ביי זיי, איז לא ראי זה כראי זה, און עס קלאפט אויס ביי שידוכים, און ביי די דורות ווייטער.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

חדשים האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:איך האב אביסל אריינגעטראכט אין עצי שיטים’ס דילעמא, און איך בין צוגעקומען צו נאך א נקודה. דאס איז די נושא פון שידוכים. דאס מיינט אזוי, איינער וואס בלייבט אין די סיסטעם, וועט געווענליך האבן א ברייטע סעלעקשען צו אויסוועלן א בדומה לו. דאס מיינט, אז די קינדער וועלן פארן ווייטער אויף כמעט די זעלבע סיסטעם, וואס זיי האבן גע’ירש’נט פון ביידע זייטן. משא”כ, איינער וואס בויעט זיך אויס אויף א אייגענע מהלך, וועט נישט טרעפן איינער וואס איז פונקט ווי אים, און אפילו נישט איינער וואס איז בערך ווי אים. צוויי אינגערלייט וואס טראכטן אוט-אויף-די-באקס, און קומען צו צו אייגענע שיטות וואס איז אנדערש וואו די סיסטעם, וועלן בדרך כלל אנקומען צו אנדערע מסקנות. לכבוד דעם, וועט ער מוזן זיך משדך זיין מיט איינער וואס שעירט די זעלבע יסודות’דיגע שיטה פון טראכטן אנדערש ווי די סיסטעם, אפילו ער האט אנדערע מסקנות. דאס מיינט אז עס איז א גרעסערע טשאנס אז די קינדער זאלן פארן סאך ווייטער וואו זייערע עלטערן.
אין דעם הינזיכט איז שוין כלל ישראל מער ווייניגער איינגעטיילט אין צוויי חלקים, די פרומע, און די קילע סארט,
די קילע זענען לאו דוקה משכילים, זיי קענען זיין פינקט אזוי צוקוועטשט ווי די פרימע, גיבט א קוק אויף א יואלי ראטה חסיד פאר א דוגמה, די סארט קען זיין פינקט אזוי ערליך און געטריי צו גאט ווי די פרימע, זיי זענען נאר מער קילער, ביי זיי איז עסן אין א רעסטאראנט מיט די בני בית נישט קיין פראבלעם, און האבן א סמארטפאון אויף די הויזן אויך נישט, אבער א גרויסע פילטער וועט ער יא ארויפלייגן ווייל רב וואזנער האט אזוי געפסקנט,
וואס איך מיין צו זאגן איז, אז סתם אזוי איז דא געניג שדוכים על פי רוב פאר וועליכע סארט מען איז נאר, סיי פאר די פרימערע און סיי פאר די בעלעבאטישע,
און א פרימע קילע בעלעבאס פארהערט נישט געווענטליך די מחותן צו זען ווי פארכאפט ער איז און השכלה וכדומה
איך רעד דוקא נישט פון די קילע אינגעלייט. זיי זענען א סיסטעם פאר זיך. מיין פוינט איז געווען אויף די וואס טראכטן אוט-אויף-די-סיסטעם, הנקראים בפי כמה, משכילים. ביי זיי, איז לא ראי זה כראי זה, און עס קלאפט אויס ביי שידוכים, און ביי די דורות ווייטער.
מיין פוינט איז בעיקר געווען, אז עס קלאפט אויס ביי שידוכים בעיקר, אויב די בחור אדער מיידל איז שוין געגאנגען אסאך ווייטער ווי די טאטע צוליב די טאטעס השכלה
אבער פון דעם אליין אז די טאטע איז א משכיל איז עס געווענטליך נישט קיין פראבלעם פאר די צווייטע מחותן וואס איז אויך א משכיל, אדער וואס איז סתם אזוי קיל,
געווענליך בשעת די בעשוי, זיצן די מחותנים און שמועסן וועגן הבלים, נישט צו דארווין'ס שיטה שטימט ע"פ תורה, אויב מען נעמט אהן סליפקינס מהלך, וכ...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:ווען מ'האט באשריבן גער אין די וועקער האב איך געשיקט די וועקער פאר מיינס א גערע חבר. און דאס איז פאר גער איז געגאנגען אינגאנצען קרעזי. מיין חבר איז א רייכע אינגערמאן מיט אפאר הונדרעט ארבייטער אונטער זיך. איך האב אים עס געשיקט צוזאמען מיט א מתנה פאר יום טוב, א שיינע פלאש וויין.

ער נעמט די וועקער, ער בלעטערט דערין, הפנים ער האט שוין געוויסט דערפון, און קוקט מיך אן מיט צוויי אויגן "די משכילים זענען אויך געווען גערעכט און האבן אויך געהאט גוטע שרייבערס". דאס איז א קליגער מענטש וואס פירט גרויסע געשעפטן ַַ

הכלל אידן, אויב זענען די משכילים געווען גערעכט ווי רבי שאול אלטער, בין איך א משכיל. ווער דארף קראנקע co-dependent דורות. נישט איך. איך האב נאר א שאיפה אנצוקומען צו די אמת. איי מיינע קינדער וועלן נישט זיין גערע. צו גהינם מיט גער.
איך האב אויך נישט לאנג צוריק פארציילט וועגן דעם וועקער פאר א עלטערע, קלוגער, געלערנטער פראפעשאנעל - א מאדערנע איד. ער איז אינגאנצן נישט נתפעל געווארן דערפון. ער האט איין זאך געוואלט וויסן: ווער פינאנצירט עס?? ס'איז נישט אז ער ווייסט נישט פון די נושאים אדער פארשטייט זיי נישט; ער מאכט זיך בלינד צו זיי. איז זיך מתעלם פון זיי. ווייל ס'איז נישט גוט פאר ביזנעס..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

הכל הולך אחר המטרה,
אויב השכלה איז לשם השכלה,אויב די מאטיוו איז צו זיין וואו מער משכיל און סווערט א מטרה למען להיות משכיל,איז עס א פארקערטע מאטיוו פון זיך אונטערווארפען אונטער א גאט,סווערט א מטרה פון זיך אליינס צו בויען און באפעסטיגען און די מענטש באקומט אזא אינטענדענסי פון ווידערשפעניגען.

ווייטער אויב לערנט מען ביקורת מיט א ריכטיגע מטרה,צו וויסען וואס איז עכט ריכטיג און אמת׳דיג וואס איז באמת רצון השם, פארוואס האט אונז גאט געשיקט דא,און מלערנט זיך אויס און מלערנט אויס די קינדער מענטשליכקייט און ערליכקייט דעמאלס איז עס מיט א גוטע מטרה.

מדארף אייביג טרעפן דיע וואס זענען יא געווען רעכטפארטיג און קלוג און פארציילען און ווייזען דאס פאר די קינדער,סאיז געווען ביי אונז גאר גרויסע לייט וואס האבען געהאט ביידע,זיי זענען געווען עהרליך ביזען סוף לד׳ ולבריות.

א שטייגער וואו די טשעבינע רב און די חזון איש, און מקען היינט אוכט טרעפן אזאנע מענטשען, טאקע גאר ווייניג צווישען די בנש״קליך און די ראשי ישיבות, אבער צווישען אונז דרייען זיך גענוג עקזעמפאולס פון מענטשען וואס מקען עכט און ריכטיג רעספעקטעו.

זיי זענען לאו דווקא דער מוראדיג און געוולאדיגע מענשט וואס די הערסט און בית מדרש,
א עכטע עהרליכע און רעכטפארטיגע מענשט מאכט געווענטליך נישט קיין נאוז,סאו די גייסט עם שווער באמערקען,אבער מיט א טיפערע קוק קען מען זיי טרעפען.
פארשפארט