בלאט 2 פון 3

Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ

נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 3:44 pm
דורך קאווע טרינקער
אויב אזוי, גוט אז די בעלזא יושבים זענען פארגאנגענהייט.
אין שלחן ערוך הלכות סעודה זעהט מען דאך קלאר די גרויסע איסור פון איבערגעבען פאר א צווייטען א כוס וואס מ'האט געטרינקען

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 6:42 am
דורך John Doe
געפילטע פיש האט געשריבן:
kitov האט געשריבן:How about these IMFARSHEYMTE individuals who blow their noses in the water

כי-טוב, ווי איז דיין אחדות, דייו אהבת ישראל?
מ'זאגט נאך פון די בעלזע יושבים אז זיי פלעגען זיך שווענקען דאס מויל מיט די שוים וואס ס'פלעגט זיך אנזאמלען אין מקוה, אשריהם ואשרי חלקם...
האסט עפעס אקעגען ידישע נעזער? די אנטעסעמיט.
און וואס איז מיט דעי וואס האבן דעם מנהג קדמון פון קטן'ן אין מקוה? האסט אמאל אריינגעטראכט וואס טוט זיך אין מקוה שבת אינדערפרי? וויפיל מצוות און מעשים טובים ס'גייען אריין דארט? ממש מבהיל על הרעיון!

אז מ׳רעדט פון קט׳ן אין די מקוה, ליין וואס טוט זיך אין סווימינג פולס, ס׳כאפט א שוידער.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 8:54 am
דורך ידען
John doe

די לינק האט יידל שוין געברענגט אין א אנדערע אשכול.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 4:39 pm
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
די ענין פון מקוה עטיקעט איז שוין לאנג א פארווייטאגטע ענין ביי מיר.
לאמיר נעמען צווי אנדערע מענטשען לדוגמה שמערל און בערל (נישט פון די מעלות)

בערל קומט אריין און מקוה גייט צו צו די האנטעכער נעמט ארויס דעם ערשטען האנטוך וואס ער געפינט און גייט שטיל ארום דער מקוה צו טרעפן א מקום מנוחה ווי ער קען זיך באקוועם אנטאן און אויסטאן, נאכער אכטונג געבענדיג בכבוד ובממון פון דעם אנדערן איד וואס האט זיך קובע מקום געווען אינעם דערנעבעניגן מקום נעבן זיך הענגט ער אויף זיינע בגדים אויף א ליידיגער הענגער, ביז צען מאמענטען איז ער אינדרויסן פון מקוה און קיינער ווייסט ניטאמאל אז ער איז דארט געווען.

דער שמערל איז שוין צוויי שעה וואס ער דרייט זיך און די האלל פון בית מדרש שלינג שלאנג שוין גערייכערט א האלבן פושקה ציגערעטלעך און די בית הכסה פון בית מדרש, קומט אריין און מקוה מיט א שטורם ער דארף דאך נאך כאפן חצות, נאכן דורך שמעקן א דאזען האנטעכער צו זעהן צו עס איז דא א האנטוך וואס עס פאסט צו זיין ריינע קאליבער שטעלט ער זיך צו צים ערשטען מקום וואס ער טרעפט אן, אראפטראסקענדיג דעם שכן׳ס וועש אויף די באנק (און מקצת אויפן ערד) איז ער זיך קובע מקום אויף נישט ווייניגער ווי פיר הענגערס ווען יעדער פון די אינטערוועש גייט אויף א באזונדערע הענגער, קומט ער שוין ענדליך אן און מקוה מאכט ער זיכער אריינצוגיין פון די זייט ווי עס שטייט ״ארויס״ און דא פאנגט זיך אן די ש״י טבילות ווען ארום און ארום שפריצט וואסער אזש אז אלע ארימיגע מקוה טובלערס פילען זיך ווי און א וואטער פארק, דערנאך לויפט ער צום שויער ווען אויפן וועג טרעפט א שעמפא דאס וועג אריין און זיינע הענט (חס וחלילה געגאנבעט פשוט געבארגט) עס פליסט זייף אויף אלע זייטן, עפעס א קליינקייט צו מזכה זיין אידן מיט זייף א בחינה פון א פרייע קאר וואש, דערנאך בלאזט מען זיך די נאז מיט די הענט אזוי אז דער אלטער איד וואס הערט שוין נישט אזוי גיט פרעגט זיין שכן זייט ווען פארן דא אריבער באנען? ענדליך א דריי פערטל שעה נאך חצות שפאנט שמערל ארויס פון די מקוה מיט א זויערן פנים וואשט ער זיך די הענט שווענקט זיך אויס דאס מויל פון טעפל און ווישט זיך אפ דאס פנים מיט די פובליק האנטוך....

קאמענטארן זענען איבריג.
יעדער מיין איך האט דעם שמערל שוין געטראפן...

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 4:52 pm
דורך smart
געפילטע פיש האט געשריבן:
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:וואס?! וואספארא בפירוש'ע הלכה רעדט איר פון?

גמרא שבת מא. האמר ר' אבא אמר רב הונא אמר רב כל המניח ידיו כנגד פניו של מטה כאילו כופר בבריתו של אברהם אבינו
פירש רש"י: כי נחית - לנהר פניו כלפי הנהר ואין כאן משום צניעות אסור לכסותו. כי סליק - ופניו כלפי העם מותר משום צניעות.
משנה ברורה סימן ב': וכן בבית המרחץ שדרכן של בני אדם לילך שם ערמים ואי אפשר בענין אחר אין בזה משום פריצות וכן כשרוחץ בנהר הדין כן, רק יזהר לפשוט וללבוש סמוך לנהר כל מה שאפשר... ואפילו ערותו אין צריך לכסות בירידתו לנהר ולא עוד אלא שהמכסה נראה כאילו הוא בוש בדבר וכאילו כופר בבריתו של אברהם אבינו אך בעליתו מן הנהר שפניו כלפי העם ישחה או ישים ידו כנגד ערותו לכסותה ובלבד שלא יגע בה.

אנטשולדיג אבער ווי איך פארשטיי פונעם משנה ברורה איז עס יא א הידור זיך צוצודעקן, בפרט ווען מען רעדט פון א האנטוך וואס דעס באדעקט אסאך מער ווי נאר די ערוה אליין איז עס זעכער א הידור

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 5:53 pm
דורך געפילטע פיש
smart האט געשריבן:אנטשולדיג אבער ווי איך פארשטיי פונעם משנה ברורה איז עס יא א הידור זיך צוצודעקן, בפרט ווען מען רעדט פון א האנטוך וואס דעס באדעקט אסאך מער ווי נאר די ערוה אליין איז עס זעכער א הידור

זעט אויס אז פארן משנה ברורה איז נישט איינגעפאלן אז מ'קען ניצן א גרעסערע האנטוך.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 5:54 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב געהערט אז אין סקווירא נוצט מען גאר קליינע האנטוכער (מנשה איז עס אמת?)

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 5:57 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אין קרית יואל, אין די גרויסע בית המדרש, אין מקוה, האב איך געזעהן ליגט נעבן די שאוערס קליינע האנטוכלעך מיט וואס זיך צו וואשן די גוף. מען נוצט עס ווי א wash cloth

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 11:53 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:ע"פ הלכה איז נישטא קיין שום פראבלעם צו גיין אין שאוער נאכן מקוה.

ס'איז אבער יא דא א שאלה על פי התורה נישט צו גיין אין שאוער פאר מען גייט אין מקווה. בל תשקצו.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 12:46 am
דורך העי נאו
אין די מקוה אליין שבת צופרי למשל איז נישט בל תשקצו?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 1:19 am
דורך berlbalaguleh
העי נאו האט געשריבן:אין די מקוה אליין שבת צופרי למשל איז נישט בל תשקצו?

ס'ווענדט זיך וואו. אז רוב מענטשן גייען פרייטיג און אנדערע טעג ערשט אין שויער, און נישט זיך סתם אפלעקן, ווי הדד בן בדד וואלט געוואלט, נאר זיך גוט ארומוואשן, איז נישט דא קיין בל תשקצו. נאר אויב איינער גייט נישט צוערשט אין שויער, צוליב כניאקישקייט אדער ווייל ער האלט אז די מקוה איז זיין גארבידזש קען וואו ער לאזט איבער זיין שמוץ און דזשערמס פאר א צווייטן, איז עס מער ווי בל תשקצו. מען קען ח"ו כאפן אלערליי קרענק ווי פאנגאס און סעליולייטיס און נאך ערגערס. :oops:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 2:05 am
דורך העי נאו
נעם אזא מקוה ווי אין ראדני ארום צען אזייגער שבת צופרי קודם די קאליר פון די וואסער איז ברוינער פונעם איסט ריווער סוער נאכדעם סשווימען דארט ארום אזעלעכע אינזלען פול מיט אלע מין סארט די ענט עי. איך וויל נישט אויס רעכענען פינקטלעך וואס סליגט דארט וואל מוועט עס אויסמעקן. בקיצור זאג מיר נישט אז אזא מין מקווה גייט נישט אריין אין די גדר פון בל תשקצו.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 2:45 am
דורך גאלד
איך ווייס א מעשה שהי' א מקוה האט געליטן פון א אנשיקעניש פון מי רגליים און די מקוה, האבן זיי איין טאג אויסגעהאנגען א צעטיל ווי פאלגענד:
דער מקוה איז אויסגעשטאט מיט א מאשינקע אז ווען איינער איז משתין אין דעם בור צינדט זיך אן א הויכער פייפער,
נאך יענעם טאג קומט ארויס א בחור פונעם בור אין שרייט אויס זיגרייך: "עטס זעהט עס האט נישט געפיפן!"

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 12:25 pm
דורך פארשטאנד
ס'איז דא א קעמיקאל צו קויפן וואס טוישט די השתנה קאליר צו שארף רויט, ס'איז בושות אויב איינער פארגעסט זיך, מ'ניצט עס אין אסאך פאבליק שווים באסיינען.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 12:39 pm
דורך berlbalaguleh
גאלד האט געשריבן:איך ווייס א מעשה שהי' א מקוה האט געליטן פון א אנשיקעניש פון מי רגליים און די מקוה, האבן זיי איין טאג אויסגעהאנגען א צעטיל ווי פאלגענד:
דער מקוה איז אויסגעשטאט מיט א מאשינקע אז ווען איינער איז משתין אין דעם בור צינדט זיך אן א הויכער פייפער,
נאך יענעם טאג קומט ארויס א בחור פונעם בור אין שרייט אויס זיגרייך: "עטס זעהט עס האט נישט געפיפן!"

דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב געהערט אלס יונגל. (לאמיר זעהן אויב איך געדענק עס נאך). אין א רעביש'ן הויף איז געגנב'ט געווארן א טייערער זילבערנער בעכער. מען האט נישט געוואוסט ווער דער גנב איז. האט מען אויסגערופן בשם דעם רבי. אז א יעדער וואס איז דארט געווען אין יענע צייט מוז זיך שטעלן אין א ליין און מ'וועט ברענגען א האן און א יעדער מוז געבן א גלעט פאר'ן האן און ווען דער גנב וועט איהם געבן א גלעט וועט דער האן קרייען. מ'האט פארמאכט די לייט אין צימער. (זעט אויס ס'איז שוין געווען לעקטער אין יענע צייטן). און ווען מען האט אנגעצינדן די לייט און א יעדער האט אויפגעהויבן די הענט האט מען געזעהן אלע האבן שווארצע הענט און איין האנט איז געבליבן ווייס... :lol: :oops:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 12:42 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:

יש מקשים. צו האט דען דער רבי נישט געקענט אויסגעפונען מיט רוח הקודש ווער ס'איז דער גנב. אבער דאס איז אפיקורסות.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:48 pm
דורך [NAMELESS]
היינט האב איך געזעהן א חידוש אין מקווה. איינער האט מיטגעברענגט טאטפעיסט און א בראש , און האט זיך געפיצט די ציין אין שויער!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:52 pm
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:היינט האב איך געזעהן א חידוש אין מקווה. איינער האט מיטגעברענגט טאטפעיסט און א בראש , און האט זיך געפיצט די ציין אין שויער!!

מ'סתם א סאברע, ס'א פרענקישע מנהג, פעך.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:56 pm
דורך משה געציל
ראשעקאל האט געשריבן:היינט האב איך געזעהן א חידוש אין מקווה. איינער האט מיטגעברענגט טאטפעיסט און א בראש , און האט זיך געפיצט די ציין אין שויער!!

גיי כאפ אמאל א בליק אין אר״י וואספארא עבודה די פרענקינען לייגן אריין אין זייער שויער, א זעקל בערשטלעך, קראצערס, רייבערס, נעגל שניידערס, ציין בערשטלעך, זייפס, שעמפויס, (פארשטייט זיך אלעס בטעם תות בננה...).
מען קומט ארויס אפגעשוירט און פריש, מען נעמט די אלטע גאטשעס מען שאקעלט עס צו אלע פיר זייטן מען פארטרייבט די בייזע רוחות... און יאלא... צוריק צום אלטן...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:39 am
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:היינט האב איך געזעהן א חידוש אין מקווה. איינער האט מיטגעברענגט טאטפעיסט און א בראש , און האט זיך געפיצט די ציין אין שויער!!

מ'סתם א סאברע, ס'א פרענקישע מנהג, פעך.

נע. א היימישע סאטמארע נא יארקע יונגערמאן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:32 am
דורך petergrifin
ראשעקאל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:היינט האב איך געזעהן א חידוש אין מקווה. איינער האט מיטגעברענגט טאטפעיסט און א בראש , און האט זיך געפיצט די ציין אין שויער!!

מ'סתם א סאברע, ס'א פרענקישע מנהג, פעך.

נע. א היימישע סאטמארע נא יארקע יונגערמאן.

א האמלעס? :mrgreen:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:03 am
דורך איחוד פעלד
היינט זעה איך א אינגערמאו קאטענט אין שויער. ערר האט געמיינט קיינער איז נישט דארט.
בין יאך צוגעגאנגען און אים געזאגט גוט גוט, בעסער דא ווי אין מקוה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:01 am
דורך שמואל הלוי
פעך פאר דער וואס האט עס געטון, און פעך פאר דער וואס קוקט.