איך האב אסאך קשיות, איך וויל פארשטיין
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:ביזט גערעכט. אונדז פרעג מער לויט די רמח"ל וואס הייבט יא אן צי געבן הסברים אןן טרייט צי פארשטיין.ונבנתה העיר האט געשריבן: אז דו פרעגסט שוין הייב אן פון אנפאנג.
פארוואס האט ער געדארפט די גאנצע בריאה [ובכללו די טבע אז מען שעמט זיך], איז דער כלל פון 'טבע הטוב להטיב' נישט א הגבלה אויף א בלתי מוגבל? און וואס האט איהם געברענגט אז ער זאל בכלל באשאפן די טבע פון 'טבע הטוב להטיב'? וכו' וכו'.
אינעם המשך תרס"ו פון אדמו"ר רש"ב מליובאוויטש ברענגט ער א לשון פונעם אלטן רבי'ן: נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים, און אויף א תאוה איז קיין קשיא ניט.
דרך אגב דאס פלאן איך צי נוצן נאך מיין 120 מען וועט מיך פרעגן היתכן האסט דאס אין דאס געטאן? מיין תירץ אויף א תאוה פרעגט מען נישט קיין קשיות.
ווייסט וואס דער תירוץ גייט זיין? אריין אין גיהנם!
פארוואס? אויף א תאוה פרעגט מען נישט קיין קשיות.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
עולם_גולם האט געשריבן:מיר איז שווער, די גאנצע מישג פין נהמי דכסופי האט דאך די באשעפער געמאכט, ער וואלט געקענט מאכן, אז א מענטש זאל הנאה האבן פין שכר, פינקט אזוי ווען ער פלאגט זיך נישט, ווי ווען ער פלאגט זיך יא, אין געבען שכר פאר יעדען אן די גאנצע געפלאגעניש?
די זעלבע קשיא האביך אויף יענער מענטש וואס האט מיר געזאגט אז דער אייבישטער האט געמאכט אז בוש און נישט גאור זאל געווינען די וואלן ווייל ער האט געוואלט אז ס'זאל זיין א קריג מיט איראק און ער האט געוויסט אז בוש וועט גיין אין מלחמה.
האט השם נישט געקענט מאכן אז גאור זאל וועלן גיין אין מלחמה?
וואו ענדיגט זיך ג-ט'ס כח?... (ח"ו)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
זר זהב האט געשריבן:עולם_גולם האט געשריבן:מיר איז שווער, די גאנצע מישג פין נהמי דכסופי האט דאך די באשעפער געמאכט, ער וואלט געקענט מאכן, אז א מענטש זאל הנאה האבן פין שכר, פינקט אזוי ווען ער פלאגט זיך נישט, ווי ווען ער פלאגט זיך יא, אין געבען שכר פאר יעדען אן די גאנצע געפלאגעניש?
די זעלבע קשיא האביך אויף יענער מענטש וואס האט מיר געזאגט אז דער אייבישטער האט געמאכט אז בוש און נישט גאור זאל געווינען די וואלן ווייל ער האט געוואלט אז ס'זאל זיין א קריג מיט איראק און ער האט געוויסט אז בוש וועט גיין אין מלחמה.
האט השם נישט געקענט מאכן אז גאור זאל וועלן גיין אין מלחמה?
וואו ענדיגט זיך ג-ט'ס כח?... (ח"ו)
די שאלה איז נאר אויפ׳ן תחילת הבריאה, איינמאל די וועלט איז באשאפן געווארן פירט זי זיך בדרך כלל לויט די חוקי וכללי הטבע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
איך מיין צוזאגן אז דער אייבערשטער איז מסבב סיבות אז די הנהגה זאל שטימען מיט די דרכי הטבע.
ממילא אויב איז בוש א מלחמה גייער וועט ער מסבב זיין אז ער זאל ערוועלט ווערן.
ממילא אויב איז בוש א מלחמה גייער וועט ער מסבב זיין אז ער זאל ערוועלט ווערן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
זר זהב האט געשריבן:די זעלבע קשיא האביך אויף יענער מענטש וואס האט מיר געזאגט אז דער אייבישטער האט געמאכט אז בוש און נישט גאור זאל געווינען די וואלן ווייל ער האט געוואלט אז ס'זאל זיין א קריג מיט איראק און ער האט געוויסט אז בוש וועט גיין אין מלחמה.
האט השם נישט געקענט מאכן אז גאור זאל וועלן גיין אין מלחמה?
איז דאך ידוע אז לב מלכים ושרים ביד ה'.
און טאקע דעריבער האלט איך אז דער פרעזידענט איז נאר א פאפוגיי וואס פאלאוט דעם באשעפער'ס רצון, ער איז נאר א שליח פון אויבערשטן.
ממילא עס איך מיר נישט אזוי דאס געזונט ווען א פרעזידענט איז נישט לויט מיין גוסטע, איך לאך פון די פאליטיקאנטן וועלכע שלאפן נישט רואיג ביינאכט בלויז ווייל דער אדער יענער איז פרעזידענט/גאווערנאר/וכדומה.
אודאי, ווי ונבנתה זאגט, השי"ת איז מסבב כל הסיבות אז דער מיט די טבע צו טון זיין רצון זאל געווינען, און מיר דארפן טון השתדלות און וואוטן אויב מען קען, אבער איינמאל מיר טוען אונזער השתדלות, איז לב מלכים ושרים ביד ה', און זיין רצון וועט סיי ווי פאסירן, אפגעזעהן פון וועמען מען האט אריינגעוואוט אין ווייסן הויז.
אסאך אידן גלייבן כמעט נישט אין באשעפער, אז כל מזונותיו של אדם קצובים מר"ה ועד ר"ה. זיי בלעימען נאר אבאמא. ווען נישט ער, וואלט אלעס געווען אין ארדענונג. איז דאס ריכטיג אמונה?
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
איך מאך א דזשאק? לאו דוקא, די קאנסעפט מיין איך מיטן פילסטען ערענסקייט.
נאכמאל איך רעד נאר לויט די מהלך פינעם אדמו"ר רש"ב מליובאוויטש.
מיר קענען נישט פרעגן קשוית אין מיר פארשטייען בכלל נישט צי גאט. אלעס קען זיין ווען מען רעדט פין א כל יכול.
פרעג מיך נישט איי ס'שטייט אין די תורה רחום וחנון? מיר פארשטייען נישט גאט אז מיר זאלן קענען פרעגען סתירת אין עם.
נאכמאל איך רעד נאר לויט די מהלך פינעם אדמו"ר רש"ב מליובאוויטש.
מיר קענען נישט פרעגן קשוית אין מיר פארשטייען בכלל נישט צי גאט. אלעס קען זיין ווען מען רעדט פין א כל יכול.
פרעג מיך נישט איי ס'שטייט אין די תורה רחום וחנון? מיר פארשטייען נישט גאט אז מיר זאלן קענען פרעגען סתירת אין עם.
- qwerty
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 33 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
עס איז געווען א "סעט אפ"
זר זהב האט געשריבן:קען זיין ס'נארישע פראגעס. אבער אין הביישן למד.
ווען דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט איז דאך געווען אין פלאן אז מ'גייט זיין אין גן עדן, רייט? נאר ווייל אדם האט געזונדיגט איז ער פארטריבן געווארן פון גן עדן און "מיתה" איז "באשאפן" געווארן (אן אקסי-מאראן...?)
וויאזוי שטימט דאס מיט די לערנונגען פון נהמי דכסופי, אז די סיבה פארוואס אונז זעמיר דא אויף דער וועלט איז זיך צו שלאגן מיט'ן יצר
כדי צו האבן שכר אויף יענע וועלט אן קיינע בושות,,, אמער נישט דאס איז דאך בכלל געווען די אריגינעלע פלאן פון השם?!?!
----------------------------------
"זר זהב" פרעגט זייער א שטארקע קושיא און זייער א גוטע קושיא. איך האב דורך געלייענט אלע תגובות און עס איז דא אסאך שיינע ביאורים, אבער עס איז אלעס נישט קיין ביאור מספיק און זיין קושיא איז פארט שטארקער פון אלע תירוצים.
לפענ"ד איז נאר דא איין וועג ווי דאס צי פארענטפערען.
די איינציגע וועג צי פארענטפערען די (וואס זעהט אויס כאילו ווי א) סתירא (און עד"ז בנוגע צי זיין צווייטע קשיא וועגן אדם און חוה) ועד"ז איז דא אין תורה זייער אסאך ענדלעכע קשיות מיטן זעלבן פוינט ...
דער ענטפער קורץ און שארף איז אז דער אייבעשטער האט געמאכט ע"ד ווי אזא מין "סעט אפ" כביכול אז אלעס איז געווען ידוע פין אנפאנג אבער די פרטים האבען זיך געדארפט "אויסשפילען" במשך הזמן בבחירתו פין מענטשען און אעפ"כ איז די ידיעה פין דעם אייבערשען נישט מכריח די בחירה פין בני אדם.
דער מהלך המחשבה פארענטפערט גאר אסאך קושיות און איז זייער גרוסער יסוד.
בנוגע לענינינו הייסט עס אזוי:
דער אייבעשטער האט געוואלט מלכתחילה אלע פרטים וואס עס האט זיך אויסגעשפלט צום סויף און עס איז אלץ גווען א חלק פון דעם "מאסטער פלאן" און אעפ"כ אז א מענטש זינדיקט ווערט ער נאנש על רוע בחירתו אבער אפילו דער חטא איז אויך א חלק פון דעם "מאסטער פלאן" כדי דער מענטש זאל שפעטער תשובה טאן און דורך דם פירט זיך דורך תכלית הכונה.
דער אויבענדעראנטער מושג איז זייער טיף אבער באקאנט פאר די אלע וואס זיינען גוט באהאווענט אין קבלה און ספרי חסידות.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- qwerty
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 33 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:אויף דיין צווייטע שאלה וואלט איך גענטפערט אוודאי איז דאס געווען די פלאן פון אנפאנג, די תורה שרייבט דאס נאר אויף אזא אופן אונז צו לערנען די געדאנק פון לא טוב היות האדם לבדו, וואס עס זאל נישט מיינען ס'דא כמה מהלכים אינעם לא טוב.
שטייט נישט דא דער רעיון?
דער ענין איז באמת זייער טיף אין זייער פלא'דיג.
עס ווענדעט זיך ווי טיף מען טראכט זיך אריין אין דעם און וואס ווייטער איז נאך מער פלא'דיג.
לאמיר גיין מין הקל אל הכבד:
ווען אין דער תורה שטייט אז פריער איז געווען איין זאך און שפעטער א צווייטע זאך און נאכדעם א דריטע זאך איז נישט אזא שטארקע קושיא פארוואס עס איז געווען מיט אזא סדר ווייל איינס איז נישט קיין סתירא צי די שפעטערדיקע וכן להיפך. למשל פריער אדם און שפעטער חוה. און מען קען עס אויך דערקלערען אז עס איז דא עפעס צי לערנען פין דעם אזוי ווי איר האט דערקלערט.
אבער בנוגע צו די ערשטע קושיא וואס 'זר זהב' פרעגט איז זייער פלא'דיג :
מצד כמה טעמים, ווייל סאיז משמע פין חז"ל אז עס איז געווען כאילו ווי אן אריגענעלער פלאן וואס האט אזוי געקענט בלייבען און דער פלאן איז אדירך געפאלען וואס דאס קימט אויס ווי בסתירא צים שפעטערדיקען פלאן !
דער גרעסטער פלא פין אלעס איז זייער שווער צי פארשטיין בעיקר ווען עס איז בקשר מיט א חטא איז דענסטמאל פלא פלאים אז מען זאל קענען נעמען אין באטראט אז א חטא וואס איז נגד רצון העליון איז פינדעסטוועגען (אים דירעקט) אויך געווען א חלק פין דעם אריגענעלע פלאן פין רצון העליון, ווען דיא זאך איז דאך א חטא און איז נגד רצון העליון !
ווי קען דאס זיין אז א זאך וואס איז נגד הרצון העליון, און אעפ"כ איז דאס גופא א חלק פין רצון העליון ? ? ?
דאס איז ווי מען ריפט עס אן, "נימנע הנימנעות" ע"ד ווי דער פלא ווי "מקום הארון אינו מן המידה" וואס דאס איז א סתירה מיני ובי, און אעפ"כ איז אזוי די פאקט !
אויב איר ווילט גיין נאך ווייטער און נאך טיפער, קענען מיר גיין נאך ווייטער און נאך טיפער דאס צי פארשטיין - אויב עס איז דא איינער דא וואס איז אינטערעסירט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- qwerty
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 33 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:איין מיניט וואס זאגסטו אויף דאס אז לויט די ערשטע פלאן זעט אויס אז נהמא דכסופא איז נישא קיין פראבלעם?
זאגסט אז סקיינמאל נישא געווען אזא פלאן? ניין די זאגסט ביידא איז אמת. ס'יא א פראבלעם אין ס'נישא?
כאטש מרעדט דא וועגען זייער טיפע מושגים וואס אפילו די גרעסטע גאונים קימט זיי אן שווער אריינגיין לעומקו של ענין אבער אויף א קינדערישען אויפען קען מען עס ערקלערען זייער לייכט אז אפילו א קינד קען עס א ביסל פארשטיין מיט א משל:
א קינד קען זיך פארשטעלען ווי איינער טיט עס אדער ער האט אליינס דיע עקספיריענס אז ער שפילט זיך ארום מיט א א שפיל פין "פאפעט" שאו.
דער סדר איז אז דער וואס שפילט דעם שפיל ציט די שטריקלעך פין דיע פאפעטס און מאכט זיי גיין וואו ער וויל אין ווי ער וויל און פינקטלעך וואס זיי דיע פאפעטס זאלען טיען מיט אלע פרטים און בפרטי פרטיות און אן דעם קאנטראל פין דעם מנהיג ה'פאפעטס איז מבלעדו לא ירום איש את ידו ואת רגלו און דאס איז נישט ווייל זיי דארפען רשות נאר ווייל א פאפעט האט אינגאנצען נישט קיין שום חייות חוץ פון דעם קאנטראל פין דעם מנהיג הפאפעטס.
אדם און חוה (און מיר אלע) זיינן באמת נאר פאפעטס און דער אייבעשער ציט אלע שטיקלעך.
ביז אהער איז גרינג צי פארשטיין.
די נעקסט סטעפ איז אז לויט דעם משל קימט אויס א ווען דיע פאפעטס טיען אן עבירה, איז ווער טיט עס? דער פאפעט אדער דער וואס ציט די שטריקלעך?
איז דער אמת, איז באמת, איז דער פאפעט, איז נישט קיין מציאות לעצמו נאר קאנטראלירט בהשגחה פרטיות בפרטי פרטיות, ממילא קימט אויס אז די עבירה האט געטאן דער וואס ציט די שטריקלעך !
נאר ווייל אין הרגש האדם שפירן מיר נישט דעם אמת אז מיר זענען קאנטראלירט, נא מיר שפירען אז מיר האבען בחירה חפשיות, דערפאר זענען מיר ריספאנסעבל און מיר באקימען שכר ועונש אבער באמת טיט אלץ דער אייבעשטער אליינס (דורך אינדז).
פינקט אזוי איז געווען מיט אדם און חוה וואס בהרגש האדם האט ער בוחר געווען עסען דעם עץ הדעת אבער דאס איז נאר פין דעם געפיל שטאנדפונקט פין אדם הראשון אבער באמת האט ער עס גמיזט טיען ווייל אזוי איז געווען השגחה העליונה אנציפירען אזוי מיט די לעבעדיגע אמת'ע "פאפעטס" אדם און חוה.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- qwerty
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 33 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:די זאגסט זייער טיפע זאכן ביז אבער פליז קודם ענטפער וואס איז מיט נהמא דוכסופא? ליוט די ארגענעלע פלאן זעט אויס אז סאיז נישט בהכרח א פראבלעם, ריכטיג?
דער ערשטער פלאן איז מלכתחילה קיין מאל נישט געווען אן אמת'ר פלאן סופית
נאר שטעל דיך פאר ווי די וואטשט א מואווי פין א פליי אין די זעסט דעם ערשן סקיט -
אבער דער דיירעקטאר און פראדוסער פון די מואווי האט מלכתחילא באמת קיין מאל נישט געקלערט אז די מואווי זאל זיך ענדיקען גלייך נא דיע ערשטע סקיט.
נאר עס איז ע"ד ווי כביכול אזא "שפיל" וואס דאף זיך אויסשפילען ביז'ן סוף.
ווער עס מאכט א פראפעשענעל מואווי, מאכט עס אזוי גיט אז ווען די וואטשט דעם ערשן חלק שפירסט די אז עס איז אזוי אמת'דיק אז סאיז נישט דא, אין עס וועט נישט זיין, קיין צוויטער סקיט,
אבער צים סויף פארשטייט מען שוין אז סוף מעשה איז געווען במחשבה תחילה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום qwerty, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- qwerty
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 33 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:
אז די ערשטע סקיט האט נישט קיין פראבלעם מיט נהמא דוכסופא פארוואס האט די צווייטע יא?
פארוואס נישט?
נולד מאוחר האט געשריבן:ריכטיג אבער אין די ערשטע סקיט דארף אלעס שטימען כאילו ווי דאס איז די זאך, קארן קענען נישט פארן אויף וואסער.
עס איז נישט אזא אוממעגלעכע זאך ווי א קאר אפען וואסער.
ווייל באמת, קען מען אפילו פרעגען די קושיא, פונקט פארקערט, דהיינו אז די גאנצע זאך פין נהמה דכסופה איז דאך א געפיל זאך און דע געפיל האט אויך דער אייבעשטער געמאכט!?! (איך גיי ניט יעצט עטפערען די קושיא ווייל דער פוינט יעצט איז די קושיא) ממילה איז דא א פאר טשויסעס:
א - אויב " עס איז נישט דא קיין ברירה כביכול, לויט סקיט 1, איז "בלית ברירה" קען מען זיך באגיין אן דעם אויך און עס איז אויך גיט צי הנאה האבען פין נהמה דכסופה אויך, נאר פיל בעסער איז ווען מפילט אז מען האט עס פארדינט - נו אז גיט איז גיט, איז בעסער נישט בעסער?
ב - "בלית ברירה" קען דער אייבעשטער טוישען דעם געפיל פראבלעם - ווערט עס אויס פראבלעם.
ג - אדם האט נישט געהאט ממש אזא "פרי רייד", ער האט געהאט א פאר דזאבס דארט צי טיען. ער איז געווען דזענעראל מאנאדזער, פין גן עדן אין זיין דזאב אי געווען "לעבדה ולשמרה", איז כל זמן ער האט כאטש א שטיקל דזאב איז עס "נאט סא טערבל", נהמה דכסופה, אינגאנצען ווייל ער האט כאטש אביסל געאבעט צי וואטשען דעם גאטען און צי מאכען אביסל גארדענינג.
און ער האט אויך געהאט א מצוה נישט צי עסען פין עץ הדעת און ער האט געהאט נאך א מצוה פין פרו ורבו און בפרט נאך אין שנה ראשונה פארשטייט מען דאך אז ער איז געווען ביזי מיט מצות.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- qwerty
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 33 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:
ג ווידערים אז אויך פראבלעמאטיש אויב שוואכע ארבעט איז געניג אוועק צי נעמען די נהמא פראבלעם איז הדרא קשיוא לדוכתא פארוואס האט אינדז גער אוישטער געגבען אזא שווערע סטראגעל?
אז גיט איז גיט, איז בעסער נישט בעסער?
"רצה הקב"ה לזכות את ישראל - לפיכך הרבה להם תורה ומצוות"
וויניקער מצות איז אויך עפעס אבער מער איז בעסער.
יעדער קינד פארשטייט אז 1 קענדי איז גיט און 2 איז בעסער אין 613 קענדיס איז אין לשער!