בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:30 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:געפילטע, איך קען דיר נישט זאגן וויפיל מאל דו ביסט שוין געווען פאראנווארטליך פארן מיך מאכן שמייכלן אין אן אנגעצויגענע מינוט.
איך בין עפעס שולדיג אז דו האסט אן אנגעצויגענע מינוט? קענסט מיר נישט בלעימען פאר דעם.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:27 am
דורך zurich
חכם מחוכם האט געשריבן:די רבי וואלט אויפגעקומען מיט עפעס א קלוגע איידיע, אבער אסר’ן וואלט ער זיכער נישט, דאס איז ממש אומעגליך, איי ער האט געאסר’ט טעלעווישאן?, ס’איז אינגאנצן אנדערש, אן א טעלעווישאן וועט א מענטש ס"ה נישט וויסן די נייעס מיט נאך אפאר שטותים, אנע אינטערנעט איז נישטא קיין אימעיל, ביזנעס, סטאק מארקעט, גארנישט
נא זיין איידיע וואלט געווען צו טרעפן אן איידיע ווי אזוי יודן זאלן מאכן געלט אן דעם אינטערנעט!!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:37 am
דורך חכם מחוכם
אפשר וואלט ער געפענט א נייע סוירטש ענדשן?, געגאנגען קאמפעטישן מיט גאגל’ען, כ’גלייב נישט אז ס’וואלט געגאנגען
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:52 am
דורך real jew
חכם מחוכם האט געשריבן:אפשר וואלט ער געפענט א נייע סוירטש ענדשן?, געגאנגען קאמפעטישן מיט גאגל’ען, כ’גלייב נישט אז ס’וואלט געגאנגען
קענט איר זיך פארשטלען סאטמאר רב זצ"ל מיט א אייגנעם סוירטש ענדשן?
ארץ ישראל וואלט געהייסן פאליסטון
קליונבערגער רב איז אוועק פאר די קריג
די כותל וואלט געפעלט פין די מאפ
יעדער סוירטש מיט די אות ת' וואלט אויפגעברענגט די ילדי תימן
בעלז'ער רב האט סוף ימיו חוזר געווען...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:27 pm
דורך a1b2
אפשר וואלט ער געפענט א נייע סוירטש ענדשן?, געגאנגען קאמפעטישן מיט גאגל’ען, כ’גלייב נישט אז ס’וואלט געגאנגען
זאג עס נאר פאר מהר''א מסאטמער ער וועט עס מאכן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:37 pm
דורך אויס מענטש
ציונות האט נאך אפגעפירט סאך מער אידן ווי אינטערנעט {ביזדערווייל}.
און דער שטן האט עס געברענגט אין נישט מורא געהאט פאר קיינעם
ער איז פשוט געווארן באורד פון ציונות, ער האט אויך ליב עקשן האט ער געברענגט א נייע נסיון, אינטערנעט.
און ער האט זיך גערישט אז עס קומט א מערכה ווי טי.ווי. אבער ווי? וואס ? ווען ? ער האט איבערגעשאצט די היינטיגע רבנים,
{במאמר המוסגר: ער האט אינמיטן אויך געטרייט א נסיון פון די עירוב, אבער דארטן האבן אים די רבנים צו שטארק צוגעפיקסט האט ער געמוזט שנעל אויפקומען מיט עפעס ניי.}
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:29 pm
דורך פויער
דאס איז קלאר אז דער הייליגער ר' יואל וואלט דאס פעסט קעיר גענומען און גוט געטריעט.
איך בין שוין אויך נישט פונעם פאריגן דור אבער אז מען קוקט צוריק זעהט מען פון איין זייט ווי שטרענג ער איז געווען אויף זיינע שטרענגע זאכן, און פון די אנדערע זייט האט ער נאכגעגעבן און אויסגעארבעט צענדליגער זאכן וואס ער האט געוואוסט אז מען קען נישט אנגיין אנדעם, אדער אז מען וועט עס נישט קענען פארסירן ווי עס דארף צו זיין, בבחינת כשם שמצוה לומר וכו'.
TV האט ער געוואוסט אז ס'איז בלויזע הבל און זבל, זברענגט נישט גארנישט פארן מענטש א חוץ אנצופולן די איברעריגע צייט האט ער אראפגעשטעלט א פיס, משא"כ האט ער געוואלט אז זיינע אינגעלייט זאלן ארויסגיין ארבעטן אפילו אין די גוי'שע גאס.
אויף צניעות האט ער געהאקט און געבראקט און פארפירט וועכענטליך ביי די של"ס, אבער אויף שייטלעך וואס האט אים אויך געבאדערט האט ער קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן חוץ אינדערהיים אדער ווען מענטשן זענען געקומען פרעגן פריוואט).
ס'איז זיכער אז ער וואלט פארשטאנען אז אינטערנעט איז א מציאות און א פאקט וואס אנע דעם איז קיין ביזנעס נישטא היינט, ער וואלט מסתמא אויפגעקומען מיט עפעס א פילטער אדער אן אנדערע חכמה.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:51 pm
דורך טראכט
פויער האט געשריבן: שייטלעך וואס האט אים אויך געבאדערט האט ער קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן חוץ אינדערהיים אדער ווען מענטשן זענען געקומען פרעגן פריוואט.
איינמאל זענען טאקע אפאר שוואנצן ארימגעלאפן פייניגן זיינע מענטשן אז די רבי האט גע'אסור'ט שייטלעך, און ווען ער האט זיך דערוויסט דערפין האט ער האט זיך זייער געבייזערט, און געבעטן זיי זאלן זאפארט אויפהערן מיטן "שייטלעך קאמפיין".
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 12:02 am
דורך gehlungen
zurich האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:באקאנט ווען עס איז געווען די אסיפה וועגן טעלעוויזשן האבן קאשוי און קראסנע רבנים געשריגן אז מ'זאל אויך אריינשרייבן אינעם איסור ראדיא און גוישע צייטונגען האט ר' יואליש געזאגט לא מיט אן אלף, ער האט געזאגט אז אויב שטעלט איר דאס צוזאם וועט דער איסור אויף טעלעוויזשן האבן די זעלבע פנים ווי דער איסור אויף ראדיא. למעשה איז ער געווען גאר קלוג גערעכט טעלעוויזשן איז געווארן אסור ווי חזיר און דער סאטמאר עולם האט געהערט ראדיא וועלט איז נישט אינטערגעגאנגען. מען קען נאר שפעקולירן אז ר' יואליש וואלט באגריפן דעם טיפקייט אז אינטערנעט איז א פאקט וואז איז נישט שייך צו אסר'ן ער וואלט בחכמתו עפעס אויפגעקומען. די היינטיקע קיצונים וואלטן נישט געטראכט צוויי מאל און געמאכט א גרויסן איסור פון ראדיא טעלעוויזשן אינאיינעם פארוואס דען נישט ביידע זענען אסור. א עכטער מנהיג ישראל קוקט אבער אנדערש.
איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו רעדסט, דו גלייכסט צו רעדיא צו אינטערנעט?? סא פונקט ווי רעידיאו האט ער נישט גע'אסר'ט וואלט ער נישט גע'אסר'ט אינטערנעט??
נוי וועי, ער וואלט זיכער ארויסגעקימען בחרב ובחנות, באש ומים, מיט וואס דו ווילסט נישט, און צוזאמען מיט אלע רבנים פונעם פריעדיגען דור וואלט ער עס גע'אסר'ט קאמפליטלי!! מיט פילטערס, אן פילטערס, נישט פאר פרנסה, יא פאר פרנסה, נאדא!! גארנישט!! ס'נישט דא קיין אינטערנעט אין א יודישע שטוב!!!
וואס מיינטס עטץ דער בעל דבר האט געווארט ביז יעצט? ווייל ער האט געוואוסט אז מיט זיי [די פריערדיגע גדולים] וועט זיך עס נישט אויסארבעטן!!
ער האט געטרייט מיט די טי. ווי. און ער האט געכאפט אזא קאפע אז ער האט נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער איז, האט ער געטראכט - אזוי ווי עשו האט געזאגט ווען ער איז געוואר געווארן אז יעקב האט בא'גנב'עט די ברכות, האט ער געזאגט "יקרבו ימי אבל אבי" און איך וועל מיך אפרעכענען מיט אים. די זעלבע זאך יעצט, דער שטן האט געזעהן וויאזוי די רבנים הקדושים האבן זיך באצויגן צום טעלעוויזשאן האט ער געזאגט נא נא, די אינטערנעט איז נישט געמאכט פאר יעצט אבער... ווארט נאר ווארט ווען די רבנים וועלן נפטר ווערן, אוי וועט זיין פאן!!!
ויצא מה שיצא בעוונותינו הרבים, ליידער!!
What's this whole speech all about. Just a LIKE for gelungen !!!!!!