"הקריה" מדי חודש בחודשו

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאון 1 . ייש"כ פאר דעם הערליכן באריכט וואס דו האסט געברענגט פון "הקריה". ס'איז ממש בבחינת "בשורה טובה תדשן עצם". ווען איך וואלט געווען א שרייבער וואלט איך באשריבן אין א לענגערן ארטיקל איבער מיין נישט געפלאנטן באזוך און פארברענגען א שב"ק (נחמו, תשע"א) אין די קריה נאמנה, עיר התורה והחסד, קרית יואל , יצ"ו. נאר אלס נישט פראפעסיאנאל'ער שרייבער וועל איך פרובירן איבערגעיבן א ביסל וועיגן דעם השתלשלות הדברים.
מיין משפחה איז יענעם שבת איינגעשטאנען אין די וואודרידזש געיגנט, וואו איך האב געפלאנט אנצוקומען. נאר אינמיטן וועיג וואו איך בין געפארן פרייטיג נאכמיטאג האט זיך געמאכט פארשידענע סיבות פון שטערונגען און עיכובים. איינס פון זיי איז געוועין אז איך האב באקומען א "פלעט טייער", פארנדיג אויפ'ן טרוועי. ווען מיין קאר איז שוין געוועהן גרייט פארצוזעצן די נסיעה, האט זיך געמאכט א שרעקליכער טרעפיק. וואס אנדעים האב איך נאך געהאט גענוג צייט אנצקומען קיין וואודרידזש פאר'ן זמן כניסת השבת. אין מיין פארלעיגנהייט האב איך געקאלט חברים פון מאנסי. נאר אזוי ווי איך בין שוין געוועין כמעט ביים עק פון טרוועי, האבן זיי מיך אריבער געסוויטשט צו חברים פון קרית יואל. רעדנדיג מיט דעים עסקן האט ער מיך געפרעיגט אויב איך קען דעם וועיג ביז קר"י. ווען איך האב איהם געענטפערט אז איך קען דעם וועיג ביז'ן שטעיטל אבער אין שטעיטל אליין קען איך מיך נישט אויס, האט ער מיך אפגעווארט ביים עק פון שטעיטל, ווען דער שבת פייפער האט שוין געפיפן. ער האט מיר געהייסן איהם נאכפאהרן. אנקומענדיג, האט ער מיך תיכף ארויפגעפיהרט אין זיין דירה, און מיר געגעיבן א צימער. ער האט מיר אויכעט אוועקגעגעיבן זיין שטריימל, און פאר זיך האט ער גענומען דאס רעגן שטריימל. (איך האב געפרעיגט איינעם פון זיינע קינדער. האט מיר דאס יונגל אויסגעזאגט דעם "סוד".) ער איז אויך ארומגעלאפן צו די שכנים, כדי מיר צו פארשאפן א בעקישע אויף מיין סייז. ס'איז איבעריג צו זאגן אז אין ביהמ"ד (אין די עצי תמרים געיגנט) האט מיך א יעדער אויפגענומען מיט גרויס התקרבות און געגעיבן א ברייטן שלום עליכם. ביי די סעודת שב"ק האט מיך די גאנצע משפחה געמאכט פיהלן כאילו איך בין דער גאסט אויף וועים מ'האט שוין געווארט א לאנגע צייט. שב"ק' אינדערפריה, נאך די מקוה און קאווע האב איך מיך באטייליגט אין א שיעור, פארגעלערנט דורכ'ן מרא דאתרא, שליט"א. און צענדליגער אידן זענען צו געקומען און זיך אינטרעסירט אין מיין מצב, און מיך איינגעלאדנט צו די סעודת שב"ק. נאך מנחה און שלוש סעודות, מעריב און הבדלה ביי מיין בעל אכסניא האט ער מיר נאך פארראכטן דעם געדעמידזשט'ן רעידל און עס ארויפגעלייגט אויפ'ן קאר, כדי איך זאל קענען ממשיך זיין די נסיעה מיט א רואיגקייט. אזא געהויבענעם שבת האב איך שוין לאנג נישט געהאט. דאס ווייזט אויף דעים געוואלדיגן הכנסת אורחים און גמילות חסד וואס איז איינגעפלאנצט אין די חשוב'ע תושבי הקריה.
נ.ב.: איך וואלט ארויסגעשריבן דעם נאמען פון דעם חשוב'ן עסקן, נאר איך האלט מיך צוריק, ווייל ס'איז דא א פסוק (כ'מיין אין משלי) וועלכער זאגט "מברך רעהו בקול, לקללה יחשב.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בערל דו ביסט דאס געווען? איך בין דאן געווען אין סמעדרעש און דיר געמאכט פילן היימיש... געהעריג גילוי...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דו ביסט אויכעט סטאק געווען אויפ'ן הייוועי? דו וואוינסט דאך אין עיר הקודש וההפגנות ווילאמסבורג, יצ"ו.
ס'איז צוריק גילוי. ווייל דו ביסט דאך געווען דער וואס האט מיר געגעבן דיין שטריימל... :like :? 8-) :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :o ;)
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך green sunday »

הקרי' שבט תשע"ה
אדר תשע"ה
פארשפארט