בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 9:29 pm
דורך קאצקע ציקער
me smart האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:כ'פרוביר צו פארשטיין פארוואס איינער מיט אן ענגלישע קיבארד קענען נישט ניצן זיין געהעריגע ניק. וועמען באדערט אז ער שרייבט אמאל און ענגליש.
מיין אנדערע ניק איז אין אידיש, איך קען זיך נישט איינשרייבן אויף מיין פליפ פאון מיט יענע ניק. ניטאמאל איין אות קען איך שרייבן אין אידיש מיטן פליפ פאון. אפשר איז דא א וועג, אבער איך ווייס נישט וויאזוי.
נעקסט טיים ניץ דעי לינק

https://www.lexilogos.com/keyboard/hebrew.htm

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 10:18 pm
דורך me smart
berlbalaguleh האט געשריבן:מי סמארט: שלום עליכם. צוערשט וויל איך דיר איבערבעטן. איך האב אפשר צו שארף געשריבן און דיר גערופן נעמען. בעט איך דיר מחילה. איך האב עס נישט געמיינט אזוי ווייט. דו ביסט זייער א חשוב'ער שרייבער. און איך האב הנאה פון דיינע לאגישע סברות. יעצט, לעצם הענין. איך בין נוטה צו זאגן אז הרב קרישבסקי איז דא נשט באגאנגען קיין שום עוולה. לא מיניה ולא מקצתיה. ערגעץ איז דא פארגעקומען עפעס א מין מיספארשטענדעניש. אדער א בייזוויליגקייט מצד די אנקלעגערין און איהר (גויאישע) משפחה. אבער איך באזיר נישט מיין ארגומענט ווייל הרב קרישבסקי איז א הייליגער איד. אדער א גוטער, צוגעלאזענער מענטש. פארקערט. איך טוה שטארק פארדאמען זיין גאנצע וועג פון דרשות און העצערייען. פערזענליך האלט איך אז אדער האט ער אן אגענדא. אדער איז ער א ביסל פאררוקט. אבער ביי דעם ספעציפישן פאל האלט איך אז ער האט גארנישט געטון שלעכט. אדער געהאט בייזע כוונות. ווייל אויב איך האלט אנדערש וועט (ח"ו) אוועקפאללן גאנצע סימנים אדער סעיפים אין שו"ע און בלעטער גמרא און מפרשים. די אלע הלכות פון ייחוד וואס די גמרא און שו"ע מיט די נושאי כלים ברענגען אראפ זענען אונזער וועגווייזער. ווען און וויאזוי אן ערליכער איד דארף צו האנדלען. און דא איז געווען א פאל וואו דער באשולדיגטער האט נישט עובר געווען אויף קיין שום הלכה. ער איז (באקראי) אריבערגעגאנגען דעם ספארטס פעלד. און ווען ער האט גערעדט צו די גוי'טע איז עס אויך געווען בייטאג אין רשות הרבים. נישט אין א פארמאכטע פלאץ. ממילא איז נישט דא קיין פלאץ חושד צו זיין אז ער האט אפילו געהאט א הירהור עבירה. כש"כ א מעשה...! און א יעדער איד האט א חזקת כשרות. אויסער איינער (אדער מער) וועלכער איז פרוץ לעריות...!
מחל לך ר' בערל! ריגעלע ריגעלע רוגז.... מיר זענען חברים צירוק...

צו וואס די שרייבסט, אודאי זענען חז"ל גערעכט און אוועקגעשטעלט ריכטיגע גדרים וסייגים, דאס מיינט אבער נישט אז פאר געוויסע יחידים וועט עס נישט זיין געניג.
זאת ועוד, דאס איז כו"ע מודה אז ער האט נישט מזנה געווען בפועל מיט איר אויפן פעלד, די חשד איז נאר אז ער האט איר געבעטן פאר זנות, און העכסט ווארשיינליך וואלט מען געגאנגען צו א שטילע פלאץ, און דארט וואלט מען שוין יא עובר געווען אויף די איסור ייחיד פון חז"ל.

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 11:33 pm
דורך קהל'ס נער
עצי שטים האט געשריבן:איך זע אז טייל זענען מיר דא חושד, און געוויסע פרעגן מיר אהן אין אישי אויב איך בין גאר @me smart.

חברה, וויאזוי קען מען אפילו האבן אזא הוה אמינה??? איך זאל מיך אזוי ציקריגן מיטן אלעמען באליבטן ר' בערל?!?!
אהא, הייסט פינקט ווען עצי שיטים איז געגאנגען שלאפן פאר א וואך איז מי סמארט געבוירן, און פינקט ווען מי סמארט איז ציריק געגאנגען צים אייביגן רוה איז עצי שיטים אויפגעשטאנען, אבער פארשטייט זיך ס'האט נישט קיין שייכות ס'נאר אזא קאראלעישען, מ'דארף נישט זיין @מי אני צי ציען א מסקנה.

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 11:51 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:

הייסט אז איך מוז דא זיצן יעדן טאג פונעם יאר און שרייבן תגובות, אז נישט וועט מען מיר באשילדיגן מיטן ערגסטן?

יא! זאכן קענען צימאל שטארק אויסזען ווי איין געוויסע אויפן, אבער למעשה שטעלט זיך ארויס גאר עפעס אנדערש.

באלט וועסטו אויך קומען זאגן אז וויבאלט קרישעבסקי האט גערעדט מיט א מיידל בנוגע באשטעלן א טעקסי, האט ער גאר געבעטן זנות.. גיב מי א ברעיק!

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 11:58 pm
דורך קהל'ס נער
עצי שטים האט געשריבן:

הוא הנותנת, טאקע ווייל די פארענטפערסט דיך דאס איז נאך די גרעסטע ראיה.

דערמאנט פון מיין זוען וואס קימט מיר פארציילן אז נישט ער האט אוחסכעגאסען די מילך אפילו נאך פאר איך האב געפרעיגט ווער ס'איז.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 12:09 am

ס'איז נישטא ציפול וואס זיך צו טענה'ן דא. יעדער בר דעת פארשטייט אז עס מאכט פשוט נישט קיין 'סענס' אז איך בין me smart.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 12:19 am
דורך קאצקע ציקער
און וואס האלט "עצי שטים" אויף די גאנצע קרישבסקי סאמוטוכע?

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 12:26 am
דורך מי ימצא
פליז סטאפטס! איך מיין עס איז נישט שיין.

(אדער אפשר באלאנגען דא נישט קיין פרויען, ווייל סיי נעמען אלעס צו פירסענאל.)

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 12:39 am
דורך מתבודד
ר’ עצי, הער יעצט אויף רעדן פון די נושא ווייל יעדע תגובה מער מאכט עס אויסקוקן שטערקער ווי מי סמארט.

נאך איינער האלט אזוי?...

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 12:41 am
דורך מתבודד
:D
מי ימצא האט געשריבן:פליז סטאפטס! איך מיין עס איז נישט שיין.

(אדער אפשר באלאנגען דא נישט קיין פרויען, ווייל סיי נעמען אלעס צו פירסענאל.)
איך בין חושש אז אדער עצי אדער מי איז דיין מאן... (’’מי’’ ו’’מי’’ ההולכים... ג’’ש...) :D

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 1:06 am
דורך me smart
עצי שטים האט געשריבן: עס איז נישטא ציפול וואס זיך צו טענה'ן דא. יעדער בר דעת פארשטייט אז עס מאכט פשוט נישט קיין 'סענס' אז איך בין me smart.
מיסטער שטים, די מאכסט עס זייער נישט גוט. די מאכסט מיר שטארק אויסזען ווי דיר...

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 1:07 am
דורך מי ימצא
כאכאכאכאכאכא!!!!! :lol: :lol: :lol:

סוואלט מיך נישט איינגעפאלן אליינס אזא גוטס. אזא גאון צו זיין?! :idea: :idea: :idea: :idea:

איים סארי מיסטער אבער איר האט נישט צוגעטראפן.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 1:11 am
דורך מי ימצא
מיין פריערדיגן תגובה איז פאר מתבודד.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 1:16 am
דורך מתבודד
אקעי דעמאלטס נעם עס נישט אזוי פערסענאל.
עצי מיט מי סמארט זענען (איז) זיך [מן הסתם] מחי’ מיט די גאנצע סאמעטוכע...

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 1:19 am
דורך me smart
מי ימצא האט געשריבן:כאכאכאכאכאכא!!!!! :lol: :lol: :lol:

סוואלט מיך נישט איינגעפאלן אליינס אזא גוטס. אזא גאון צו זיין?! :idea: :idea: :idea: :idea:

איים סארי מיסטער אבער איר האט נישט צוגעטראפן.
פון וואו ווייסטו אז דיין מאן האט נישט מער ווי איין ניק???

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 1:25 am
דורך מי ימצא
הויייי.

אז מען וועט זיך נעמען צו מיינע ביינער, נויפס. דאס פארנעם איך שוין נישט.

@ Me smart און עצי שיטים, סך הכול האב איך מיך געוואלט אנעמען פאר ענק.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 2:08 am
דורך שמעון וואלף
@מי סמארט
די ברענגסט זייער שיין און קלאר ארויס דיין צד. אבער איינע פון דיינע הוכחות זענען וויבאלד די מיידל וועט דארפן אריבערגיין קראוס עקזעמינעישן אין קאורט און דעריבער איז נישט מסתבר אז זי זאל אויפטראכטן אזא בלבול.
נא נא, עמיר רעדן נאכדעם וואס דאס געשענט. דערווייל קען מען נאכנישט ברענגן קיין ראי' דערפון.

דיין צושטעל צום גמרא קדושין איז נישט אויסגעהאלטן. ווי איך פארשטיי איז אמאל נישט געווען אזא אראפגעקוקטע זאך אז איינער זאל תובע זיין א מיידל (אן אשת איש איז אן אנדערע מעשה). ס'נישט געווען די געפאפטע מעשיות כאילו ס'זענען דא מענטשן וואס פארשטייען בכלל נישט די תאוה. היינט וועט אפילו א פשוטע מענטש נישט צוגיין צו א מיידל אויס מורא פאר די קאנסיקווענצן סיי מדינא דמלכיתא און סיי ווייל ער וועט זיך שעמען צו ווייזן דאס פנים אין בית מדרש טאמער די מעשה ליעקט ארויס

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 2:18 am
דורך מתבודד
קוק איבער די גמ’ אין קידושין. רב עמרם האט געהאט א ניסיון האט ער זיך גענומען שרייען ”נורא בי עמרם”, ווען די תלמידים זענען אנגעקומען וואס האבן זיי געזאגט? רבי, אונז ווילן זיך באגראבן פאר בושה...
קען זיין אז פאר פשוט’ע מענטשן איז עס נישט געווען אזא פראבלעם, אבער פאר תנאים און אמוראים? א נארמאלע זאך צו תובע זיין א מיידל (און כמ”פ א נד’)??
דא מי ע"י פעיווער!..

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 9:40 am
דורך מי אני
מענין לענין באותו ענין, טענה׳ט דר. מאטי מזרחי אז עד האָמינעם ארגומענטן, און איר פארעם פון עפּיִל צו היפּאַקריסי/טוּ קוואָק, קענען יא זיין וואליד טענות. דאס איז ווען די סיבה פארוואס מ׳נעמט אָן דעם פאזיציע מעיקרא איז על סמך די אטאריטעט פונעם מענטש. דעמאלטס טאמער זעהט מען אז דער אטאריטעט פון דעם ער אליין איז נישט קאנסיסטענט אין דעם ממש, אונטערמינעוועט דאס דאך זיין סמכות און אטאריטעט אין דעם, וואס דאס איז דאך געווען די גאנצע יסוד פונעם פאזיציע מעיקרא.

משא״כ טאמער דארף די פאזיציע זיך נישט פארלאזן אויף זיין סמכות גרידא. מיינענדיג, ער ברענגט לאגישע ארגומענטן אומאָנגעוואנדן און זיין אטאריטעט אליין; ער איז ״גראדע״ אויך (איינער וואס זעהט עכ״פ אויס ווי) אַן אטאריטעט אין דעם. דאן איז דאס א פאָלעסי.

***

לגבי די מעשה דא האב איך סתם אזוי געקלערט צי עפ״י הענלאן׳ס רעיזאר מאכט עס אז די מעשה דא זאל מאכן מער סענס… :D

ווי אויך איז דא א בחינה דא אין דעם גאנצן מעשה פון (משלי כד יז) בנפול אויבך אל תשמח ובכשלו אל יגל לבך וגו׳. דאס איז דאך געווען מרגליה בפומיה דשמואל הקטן וכדמצינו באבות (ד יט). און ביי אים טרעפט מען (סנהדרין יא.) אז שמואל הקטן האט גענומען די בּלעים אויף זיך הגם ער האט דאס נישט געטוהן כדי נישט צו פארשעהמען א צווייטן. און ער האט זיך דאס אפגעלערענט פון שכניה בן יחיאל בימי עזרא ווען ער האט געזאגט צו עזרא (עזרא י ב) אנחנו מעלנו באלקינו ונושב נשים נכריות מעמי הארץ. און פון שמואל הקטן האט זיך ר׳ מאיר אפגעלערענט צו נעמען די בּלעים אויף זיך כשבאת אשה אחד לביהמ״ד ואמרה אחד מכם קדשני בביאה ע״ש… :D

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 11:02 am
דורך me smart
שמעון וואלף האט געשריבן:@מי סמארט
די ברענגסט זייער שיין און קלאר ארויס דיין צד. אבער איינע פון דיינע הוכחות זענען וויבאלד די מיידל וועט דארפן אריבערגיין קראוס עקזעמינעישן אין קאורט און דעריבער איז נישט מסתבר אז זי זאל אויפטראכטן אזא בלבול.
נא נא, עמיר רעדן נאכדעם וואס דאס געשענט. דערווייל קען מען נאכנישט ברענגן קיין ראי' דערפון.

דיין צושטעל צום גמרא קדושין איז נישט אויסגעהאלטן. ווי איך פארשטיי איז אמאל נישט געווען אזא אראפגעקוקטע זאך אז איינער זאל תובע זיין א מיידל (אן אשת איש איז אן אנדערע מעשה). ס'נישט געווען די געפאפטע מעשיות כאילו ס'זענען דא מענטשן וואס פארשטייען בכלל נישט די תאוה. היינט וועט אפילו א פשוטע מענטש נישט צוגיין צו א מיידל אויס מורא פאר די קאנסיקווענצן סיי מדינא דמלכיתא און סיי ווייל ער וועט זיך שעמען צו ווייזן דאס פנים אין בית מדרש טאמער די מעשה ליעקט ארויס
בנוגע דיין ערשטע טענה ביסטו טאקע גערעכט, מען וועט מוזן ווארטן אויפן קאורט און זען צו זי רעדט צום דבר אדער זי וועט זיך סותר זיין וכדומה, און מען וועט אפשר קלאר קענען זען אז די גאנצע זאך איז א געבאקענע מעשה. נאכדעם וועט מען קענען מאכן א בעסערע באשלוס, באזירט אויף די פרישע אינפערמאציע וואס איז ציגעקומען צום טיש. אבער אזוי ווי מען שטייט יעצט, האט מען נאר דאס פאקט אז א מיידל האט אים באשילדיגט, און זי איז וויליג צו גיין אין קאורט און דורכגיין די פראצעדור. דאס איז פאר זיך אליין א שטארקע אינדיקאציע. און מען קען נאר קוקן פארשטייט זיך אויף די עווידענס וואס איז דא פארענט פון אונז. אזוי גייט עס אלעמאל, ווי שפעטער עס ווערט, און עס קומען אפיר פרישע פרטים און אנטוויקלינגען, אפדעיט זיך די שטעלונג פונעם עולם.
אבער ווי געשמועס, עז אוו יעצט, האבן אונז נישט מער פון וואס אונז האבן.

בנוגע דיין צווייטע טענה. האט שוין מתבודד גאנץ גוט געענטפערט. כ'וויל נאר צולייגן איין נקידה.
אויב קוקסטו עס אהן פון די רבנישע חלק שבו, דהיינו די אומפאסיגקייט פאר א חשובע רב צו בעטן זנות. דאס האט זיך לכאורה קיין סאך נישט געטוישט פון אמאל ביז היינט. די עבירה איז געבליבן די זעלבע הארב. און די פאקט אז א מנהיג/רב/תנא/משפיע קען בעטן זנות, איז די זעלבע בישה אמאל פינקט ווי היינט.
וואס האט זיך אפשר יא געטוישט איז די אנגענומענקייט דערפון אין די סוקאלארע וועלט. פאר 300 יאר צירוק האט אפשר געקענט זיין א נארמאלע זאך פאר א גוי צו בעטן זנות פון פרעמדע פרויען אינמיטן גאס, היינט איז עס אבער זייער אפגעפרעגט, ובפרט נאך די אלע פרויען רעכטן אויפוואכונגען. דאס איז אבער אלעס גוט פאר איינער וואס האלט מיט די סאציאלע אנטוויקלונגען וואס קומען פאר מחוץ לכותלי ביהמ"ד. אבער פאר איינער וואס האט נישט קיין שמץ השגה פון די נימוסים פון די דרויסענדיגע וועלט, ווען עס כאפט אים אהן א תאווה טוט ער עס פינקט ווי די גוי פלעגט עס טון פאר 300 יאר צירוק.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 12:39 pm
דורך היסטאריע
דער נקודה קטנה, אז וואס איז נארמאל פאר אונז מענטשן, איז נישט נארמאל פאר יושבי חושך, ברענגסט עס גוט ארויס.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 6:04 pm
דורך צפת
הרב קרישבסקי האט געזען א קטרוג אויפן דור, האט ער מקבל געווען אויף זיך בזיונות. ער האט קיינמאל נישט געטון אדער געוואלט טון קיין שלעכטע זאכן, נאר געמאכט פאר זיך בזיונות בדייקא, מכפר צו זיין אויפן דור.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 6:31 pm
דורך me smart
צפת האט געשריבן:הרב קרישבסקי האט געזען א קטרוג אויפן דור, האט ער מקבל געווען אויף זיך בזיונות. ער האט קיינמאל נישט געטון אדער געוואלט טון קיין שלעכטע זאכן, נאר געמאכט פאר זיך בזיונות בדייקא, מכפר צו זיין אויפן דור.
Lol