בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 8:27 pm
דורך חדשים
עצי שטים האט געשריבן:לענינינו. דאס אז מיר זענען גארנישט, דאס אז א מענטש איז א פארשטינקענע טיפה סרוחה, כאבק פורח וכחלום יעיף, יסודו מאפר וסופו לאפר, א גארנישט מיט א נישט. דאס אלעס ווייסן מיר שוין פון לאנג. יעדער וואס קוקט אריין אין די מוסר ספרים וואס רעדן פון ביטול היש, אדער איז זיך סתם מתבונן דערינען קומט אן צו אזא מסקנה, נאר וואס דען? אזוי ווי די זאגסט אליין די מענטש מאכט זיך א "אייגענע" "אמת'ע" מציאות, ער לעבט און לאכט און רעדט זיך איין אז זיין מציאות איז עפעס, ער פארגעסט אינעם טאג טעגליכע לעבן אז ער איז א גארנישט... אויף דעם האט מען דעם בילד וואס גיבט דיר א פראסק אין פנים און ערוועקט דיר צום ריאליטעט.

די זאגסט אז די וועלט איז יא גרויס... לאמיר דאס צונעמען, וואס איז טייטש גרויס און וואס איז טייטש קליין?? אלעס איז נאר און א קאנטעקסט צו עפעס אנדערש.
דהיינו אז איך פרעג דיר אויב אן עפל איז גרויס וועסטו זאגן אז נישט. אויב איך פרעג דיר אויב א וואלקן קראצער איז גרויס וועסטו ענטפערן אז יא. ווייל די קוקסט דיך אליין אהן ווי די עוורידזש זאך אין גרויסקייט, ממילא איז כלפי דיר א עפל קליין און א וואלקנקראצער גרויס, אבער אליבא דאמת איז א עפל ריזיג כלפי א מוריטשקע פינקט ווי די וואלקנקראצער איז גרויס כלפי דיר.
ובכן פאר עוג מלך הבשן, אדער כלפי די לויתן, איז א וואלקנקראצער טאקע קליין, דאס הייסט ווי גרעסער די אנערקענסט אז בריאה איז, אלס קלענער ווערסטו פאקטיש. דיין גוף גייט טאקע נישט פלוצלונג שרינקן נאכן געוואר ווערן ווי ריזיג די קאסמאס איז. אבער דעם אמת'ן פראספעקטיוו פון ווי גרויס די ביסט באמת כלפי אלע אנדערע ריזיגע זאכן וואס איז דא, דאס ברענגט די בלאסע בלויע פינטל צו אנערקענען.
די מוריטשקע וואס האלט זיך גרויס איז פינקט אזוי איינגערעדט און לעבט פשוט אין א פאלטשע אילוזאציע פונקט ווי די מענטש וואס האלט זיך גרויס. עס איז נישט רחכטיג צו זאגן אז ביידע זענען אמת פון זייער מבט אויפן וועלט, עס איז נאר דא איין אמת'ע מושלמ'דיגע גרויסקייט וואס פאקט איין דיר מיטן מוריטשקע אינאיינעם.
מי אני האט געשריבן: די געדאנק איז אז דא קענסטו זיך בעצם מצייר זיין, ווען מ'טוהט די אינטראספעקשאן, אויף מקומך נגד הקאסמאס, משא"כ מיט'ן נמלה נגד האדם. אין אנדערע ווערטער, א מענטש קען צאמברענגען אין די קאנטעקסט ביידע וועלטן צוזאמען, משא"כ די נמלה (און טאקע אט דאס איז שויו יא מעליותו של האדם, עכ"פ נגד הנמלה). דאס איז די געדאנק וואס די בילד ברענגט ארויס.

כמובן באדייט דאס נישט אינגאנצן אריינצוגיין אין צו א סארט נייהיליזם וכדומה; עס איז נאך דא אן אחוזה פאר'ן מענטשליכע וועלט. די געדאנק איז אבער צו געבן פערספעקטיוו אויף דעם אז וואס ער גלייבט really matters איז כאפס ווען ער באטראכט דאס ברייטער כנ"ל.
איך מיין עס איז א שטיקל מישמאש צווישן ביטול לד’ און ביטול לגבי עצמו ובין אדם לחבירו. ספרי חסידות זענען פיל פון ביטול היש פאר’ן אייבירשטען. א מענטש דארף אנערקענען אז עס איז נישטא קיין מציאות אמיתות בלבדו והכל בטל אליו. וזהו ספירת החכמה. ביטול, העדר אנוכיות, ואור אין סוף אינו שורה במקום ישות, ועוד שאכמ”ל. נאכדעם איז דא די נקודה פון קארל סעיגאן אז ביטול היש כלפי הקאסמאס. און דאס דארף געבן א נייע פערספעקטיוו לגבי חשיבותו בעולמו. דאס זעה איך נישט וויאזוי עס ארבייט.
משל למה”ד, איך און מיין בר פלוגתא קריגן זיך אויף א מיליאן דאלער. אונז דארף מיר עס ביידע וויכטיג צו קויפן א הויז, עס איז really matters ווער עס האט עס. ביי אילאן מאסק, איז א מיליאן דאלער א שווארצע פינטל, ער פאקט אונז איין ביידע צוזאמען. למעשה, ווען דו קוקסט אן די מיליאן דאלער, איז עס נאקעטע, קאלטע, פאקטישע מיליאן דאלער. אבער יעדער האט אויף דעם א צווייטע פערספעקטיוו. אילאן מאסק- שווארצע פינטל. חדשים ובר פלוגתתו- אייגענע דירה אדער נישט. יעצט וואס איז עס טאקע? ביידע איז אמת. עס ווענט זיך פארוועם.
עצי, דיין משל קומט דא גוט אריין. ווען דו ביזט דן אויף א זאך דארפן ביידע זיין אין די זעלבע קאטעגאריע. ווען א מוריטשקע מיט א מוריטשקע קריגן זיך אויף מאכט, זענען זיי ביידע אין די זעלבע קאטעגאריע. אפילו לאמיר זאגן ער קען יא קוקן מיט א ברייטערע בליק און צאמנעמען ביידע וועלטן (איני יודע כיצד ’מי אני’ יודע דנמלה אינו יכול לחשוב כן) אבער לגבי זיין יעצטיגע בר פלוגתא וואס ביידע דארפן יעצט די ווייצל, איז עס וויכטיג פאר זיי ביידע. ואיני רואה בזה אילוזיע או בלאף. אפילו דער מענטש פאקט איין ביידע מוריטשקעס אינאיינעם. דאס אז אנדערע האבן א ברייטערע פערספעקטיוו וועט נוגע זיין ווען מ’איז דן די מוריטשקע לגבי די מענטש נישט איין נמלה צום צווייטן.

מי אני, דו וואלסט דאס גענוצט צו מנחם זיין א צובראכענע אבל?...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 9:02 pm
דורך חדשים
תוהו ובוהו האט געשריבן:
יאסל ראקאווער האט געשריבן:די ווידיאו האט בשעתו געעפנט מיין מוח צו מיין אויגן און ס'האט זיך נאכנישט פארמאכט. ס'האט צוטראסקעט מיין תמימות פאר אייביג.


די ווידיאו איז די גרעסטע נסיון אנטקעגן אמונה.

ווען מען איז זיך מתבונן אין די בילד ווי גרויס די סטעידזש איז איז אומעגליך צו זאגן אז די גאנצע יקום איז געבוירן געווארן נאר פאר אידן זיי זאלן קענען דינען דא גאט אויף די דיסטענט בלוי דאט. אמיטאמאל איז עס די צענטער. א פיצי פיצי בלוי דאט.

The stage is too big for the play.
כ'פארשטיי דיין געפיל.

אבער ס'איז מיר מאדנע די לאגיק. דו ביסט אוקיי מיט'ן קאנצעפט אז מיר אידן זענען מובחר הבריאה מיט א געשטאפטע כינע אדער אז דער מין האנושי איז דער צענטער פון די בריאה מיט א היפש-פארנומענע אמאזאן זשאנגל און ענדלאזע אקעאנען אדער אפילו א קליין שטיקל אנטארטיקע, אבער דו דערשרעקסט דיך פון נאך אפאר ביליאן מייל?

ס'דערמאנט מיר אין ישיבה ווען די הנהלה האט מחליט געווען צו רופן איינעם רעדן וועגן די קאסמאס - ווארשיינליך צו איבערצייגן די בחורים אז די טרפה'נע סייענס איז עכט אויף אונזער זייט - הכלל, דער כאניאקישער יוגערמאן קומט אן און הייבט אן שיסן נומערן - וואס ער האט אמאל נאכגעהערט פון ר' עזריאל טויבער צי ר' מ"ב ווייסמאנדל - "ס'נעמט אכט מינוט פאר די זונ'ס ליכט שטראלן צו גרייכן אונזער פלאנעט" שרייט ער מיט פאטאס "דער נענסטער שטערן צו אונז איז מער פון פיר ליכט יארן אוועק ס'שרייט זיך ארויס מה רבו מעשיך השם און איז אוודאי א שניידענדע הוכחה אויף א געטליכע דעזיין און ברענגט ארויס דאס אבסורד פון די טפשי אומה"ע וואס קענען זאגן אויף אזא ריזיג וועלט אז ס'איז געשען אליין".

און איך שטיי און וואונדער מיך. אוקיי, כ'פארשטיי דער מענטשליכער פעטיש פאר גרויסקייט, סייז, ענדלאזיגקייט און גראנדיעזקייט. אבער וואס זאגט דאס? איז א מיליאן ליכט יארן אנדערש ווי צוויי מילימעטער? מאכט דאס גאט שטערקער? איז דאס מער מכריח דער עקזיסטענץ פון גאט? ס'נישט קיין גרעסערער וואונדער אן איבריג שטיקל האר ווי איבריגע גאלאקסיען.

מעגליך מיינט @חדשים ענליך.
יעדער רעדט פון ’זיין’ גאט. יעדער משל’ט זיך אויס א צווייטע גאט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 9:07 pm
דורך שמן למאור
חדשים: קודם כל איז די ענין פון ביטול היש בכלל נישט געבינדן כלפי השי"ת. נאר עס איז אן אנערקענונג אז די ביסט טאקע א גארנישט אפילו כלפי א חבר... אזוי ווי מיר זאגן טאקע ביים דאווענען "ונפשי כעפר לכל תהיה"
יא דיין חבר זאגט עס טאקע אויך... און לאמיר זיין אפען... ער איז אויך א גארנישט.. ווייל אליבא דאמת זענען מענטשן טאקע אפר ועפר.

די געדאנק דא איז בכלל נישט אז היות כ'בין ממילא א גארנישט זאל איך יעצט זיצן אין בעט אגאנצן טאג און גארנישט טון, איך זאל נישט פראבירן צו באקומען די מיליאן דאלער וואס עס קומט זיך מיר. אודאי איז מען מחיוב צו פראבירן צו מאכן די לעבן דאס בעסטע און רואיגסטע וואס נאר שייך. און דיני תורה איז טאקע געמאכט געווארן פאר איינער וואס וויל דיר ב'עוול'ענען. ווייל סוף כל סוף, ביסטו טאקע גערעכט אז אין דיין עולם קטן פילסטו זיך און די ביסט טאקע א מענטש. נאך אלעם שטייט דאך חייב אדם לומר בשבילי נברא העולם.. הגם ס'איז נישט ריכטיג אז די וועלט איז באשאפן געווארן נאר פאר מיר, ווייל מיין חבר זאגט דאך עס אויך, קומט דאך אויס אז עס איז נישט אמת אז עס איז נאר פאר מיר. אבער עס שטייט טאקע נאר חייב אדם לומר, דהיינו אז מען דארף זיך נאר מתיחס זיין מיט אזא קוק אויף די חיי יום יום, כאילו די וועלט איז טאקע באשאפן געווארן פאר דיר אליין, און מען דארף פראבירן צו שטיין אויף די רעכטן ווי ווייט שייך על פי מענטשליכע שכל און באגריפן באופן הישרות, ווייל נאר אזוי קען א מענטש אנגיין געהעריג אויף דעם וועלט...
אבער און א שטילע מינוט... בשעת מען פראבירט איינצושלאפן ביינאכט אדער סתם אזוי אינמיטן א שמו"ע. קען מען זיך מתבונן זיין אינעם תכלית האמת אז די ביסט א שטיק גארנישט פינקט ווי די מאריטשקע און ביידע זענען די זעלבע נישטיג כלפי די ענדלאזע יאניווערס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 9:27 pm
דורך חדשים
פון וואו נעמסטו די פשט אויף ונפשי כעפר לכל תהי’. תוספות און מהרש”א לערנען אנדערש. ואפילו עפ”י פשטות איז די כוונה אויף ענוה, ולאו דוקא ביטול.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 10:14 pm
דורך מי אני
חדשים האט געשריבן:משל למה”ד, איך און מיין בר פלוגתא קריגן זיך אויף א מיליאן דאלער. אונז דארף מיר עס ביידע וויכטיג צו קויפן א הויז, עס איז really matters ווער עס האט עס. ביי אילאן מאסק, איז א מיליאן דאלער א שווארצע פינטל, ער פאקט אונז איין ביידע צוזאמען. למעשה, ווען דו קוקסט אן די מיליאן דאלער, איז עס נאקעטע, קאלטע, פאקטישע מיליאן דאלער. אבער יעדער האט אויף דעם א צווייטע פערספעקטיוו. אילאן מאסק- שווארצע פינטל. חדשים ובר פלוגתתו- אייגענע דירה אדער נישט. יעצט וואס איז עס טאקע? ביידע איז אמת. עס ווענט זיך פארוועם.
עצי, דיין משל קומט דא גוט אריין. ווען דו ביזט דן אויף א זאך דארפן ביידע זיין אין די זעלבע קאטעגאריע. ווען א מוריטשקע מיט א מוריטשקע קריגן זיך אויף מאכט, זענען זיי ביידע אין די זעלבע קאטעגאריע. אפילו לאמיר זאגן ער קען יא קוקן מיט א ברייטערע בליק און צאמנעמען ביידע וועלטן (איני יודע כיצד ’מי אני’ יודע דנמלה אינו יכול לחשוב כן) אבער לגבי זיין יעצטיגע בר פלוגתא וואס ביידע דארפן יעצט די ווייצל, איז עס וויכטיג פאר זיי ביידע. ואיני רואה בזה אילוזיע או בלאף. אפילו דער מענטש פאקט איין ביידע מוריטשקעס אינאיינעם. דאס אז אנדערע האבן א ברייטערע פערספעקטיוו וועט נוגע זיין ווען מ’איז דן די מוריטשקע לגבי די מענטש נישט איין נמלה צום צווייטן.
די מישמאש דא איז אז מ'טוהט קאָנפלעיטן דעם מענטשן'ס/באשעפעניש'נס נאטורליכן געדראנג צו סורווייוועל, מיט דאס וואס "עקטושלי אָלטימעטלי really matters". יא, מ'פארשטייט דער וואס וויל די הויז ווייל פון זיין פּערספּעקטיוו מעטערד עס. אבער כמובן אז על הכלל כולו מעטערד עס נישט. אין אנדערע ווערטער, איינס טוהט טאקע נישט נעגעיטן דאס צווייטע. דאס האט קלאנגן פונעם אברבנאל אין זיין שמים "חדשים".

וואו עס וועט יא אויסקלאפן א נפק"מ איז וואו עס גייט שוין אריין אין מער ווי סתם סורווייוועל און ווי די משלים וואס סעיגען כאפט אָן. מיינענדיג, אז ווען די דיקטאטארן וואלטן ווען משים לב געווען דערצו וואלטן אסאך מארדן פארמיטן געווארן. און מ'דארף נישט גיין צו אזא עקסטרעם - אסאך מחלוקת'ן וואלטן פארמיטן געווארן ווען מ'האט אט די התבוננות (נישט ווען איינער כאפט צו דיין לעצט ביסל ברויט פון מויל), ופשוט.

פון וואו איך ווייס אז א נמלה טראכט דאס נישט? איך פארשטיי אז די יכולת דערצו גייט צוזאמען מיט'ן פארמאגן א נפש משכלת און rational faculty. פון וואו ווייס איך אז די נמלה האט דאס נישט? ;) ווער ווייסט? אפשר האבן נמלות טאקע עקזיסטענשאל ענגסט... :)
(עס דערמאנט פון וואס @בר גיורא האט היינט ציטירט. ואפילו דר. טאמאס נעגעל זאגט אז אונז קענען זיך נאר אונז אריינלייגן אינעם פלעדערמויז'ס פלאץ (צוזאמען מיט ראציאנאל) - נישט אבער אלס דער פלעדערמויז אלס פלעדערמויז.)
חדשים האט געשריבן:מי אני, דו וואלסט דאס גענוצט צו מנחם זיין א צובראכענע אבל?...
גראדע יא. להסביר, איך האב געשריבן 4 ארטיקלען אין מיין סעריע על הרעות. די ערשטע צוויי זענען געדרוקט געווארן אין וועקער 18 און 19. די טעמע פונעם ערשטן ארטיקל איז געווען איבער מגדיר זיין יכולת הקב"ה ואַמניפּאָטענס, און דאס צווייטע האט עוסק געווען בהגדרת השגחה ושכר ועונש (בהאי עלמא) במשנתם של הרמב"ם והרלב"ג. די טעמע פונעם דריטן ארטיקל איז איבער די פראבלעם פון גיהנום ומציאת הגיהנום והשארת הנפש במשנתם של הרמב"ם והרלב"ג. און די פערטע ארטיקל, די סיום, איז איבער טעלעאלאגיע ותכלית הבריאה (און עס גייט שוין אריין אין פיין-טוּניִנג) במשנתו של הרמב"ם. דאס האט א שייכות צו די רעות (און וועגן דעם איז עס אין די סעריע), ווייל ווי די אברבנאל זאגט אין זיין חסלת על המו"נ:
ולפי שהיו בני אדם מתלוננים מהטבע במה שיקרם רעות אף שהיו מצד החומר לחשבם שהיה העולם כולו נברא בשבילם, ושהאדם תכלית המציאות בכללו, הוצרך הרב לבטל הדעת הזה, ובעבורו הביא פרק י"ג שהתחיל הרבה נבוכו השלמים בבקשת תכלית זה המציאות, שביאר בו שאין לבקש תכלית אל כללות העולם, אבל שכל דבר מהעליונים ותחתונים הוא לתכלית עצמו.
וואס ער פירט אויס גייט טאקע אין איינקלאנג מיט וואס ער זאגט אין שמים חדשים הנ"ל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 11:13 pm
דורך שמן למאור
מתבודד האט געשריבן: שיקן זיי ארויף א רעקארד צו די גרינע מענטשעלעך דארט אויבן, אבער אלס מיט די צמצום פון אונזער בריאה. צו האבן יענע מענטשן/ברואים בכלל חושים? זיי קענען זען? הערן? זיי קענען אנכאפן בכלל אזא קליינע זאך ווי א רעקארד? אדער אזא גרויסע זאך? זיי ווייסן וואס די רמזים און אינסטרוקציעס מיינען, ווייל אונז קלוגע מענטשן פארשטייען עס?
זע דא א באלערענדע שמועס צעווישן סטיווען קאלבער מיטן סייענטיסט ניעל דעגרייס טייסען, איבער אינטעליגענטע לעבן פון אנדערע ספישיס.
https://youtu.be/GfP_002k3lk

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 11:46 pm
דורך מתבודד
א גוטן לץ דער...
כ’האב הנאה געהאט אויף זיין ענטפער צו מ’גייט זיך איין טאג דארפן אריבערציען צו אנדערע פלאנעטן וועגן קלימאטן טויש, זאגט ער אז אויב קען מען אהערשטעלן מארס (אדער ווי ס’זאל זיין) אז היומענס זאלן קענען לעבן דארט, קען מען פאר די זעלבע געלט אויסשטעלן אונזער וועלט זאל זיין מעגליך צו לעבן אויך מיט קלימאטן טויש....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 8:25 am
דורך טאמבל סאס
פינטל שמינטל, די מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן מיט'ן גאלדענעם לעפל אין מויל און די קאפ אין די הויכע ספערן; ארומגענומען מיט די קליינע שווערע נומערן און האריגע איקוועיזשנס פון מאטעמאטיקס זאלן ווייטער טוהן אין די הויכע ענינים און איך וואס בין אויפגעוואקסן אויף מחלוקת, שנאת חינם און מוציא שם רע וועל ווייטער שעפן חיות פון א גוט שטיקל מחלוקת לשם שמים. יעדער טוהט וואס ער פארשטייט בעסט..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 11:05 am
דורך מתבודד
איך וואס בין אויפגעוואקסן אויף מחלוקת, שנאת חינם און מוציא שם רע וועל ווייטער שעפן חיות פון א גוט שטיקל מחלוקת לשם שמים.
קוקט אויס ווי האסט נישט געכאפט די נקוד”ה דא...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 8:09 pm
דורך הקטן
עצי שטים האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:דאס בלאסע בלויע פינטל
כאפ אריין א גוטן טאג מיט דיין ווייב און קינדער, מיט דיין טאטע און מאמע און געשוויסטער. זיי אויפריכטיג און אחריות'דיג, בשמחה און גוטהארציג. בעפאר די גיבסט זיך א דריי ביסטו שוין אליין אפילו נישטא אין די קליינע וועלטל וואס איז ממילא אזוי קליין און נישטיג. פארוואס זיין פארנימען מיט שטותים און נערישקייטן, ווען אין די צייט קענסטו זיין פארנימען מיטן מאכן בעסער... (דאס בלויען פינטל, די איינציגסטע היים וואס מיר טוען פארמאגן.)
קארל סעיגאן- עצי שטים.
קארל סעיגאן- עצי שטים - הקטן
מי אני האט שוין גוט געענטפערט. איך האב נישט געמיינט שולל צו זיין עולם הבא, איך האב גערעדט צו די גוף וועגן די גוף כלפי הנהגות הגוף.
ביי מיר איז די "ובכן" פינקט א פארקערטער, די בלאסע פינטיל האט געהאט אויף מיר א שטרקער וויסערעל עפעקט, מער וואו 1000 ווערטער, אן אסך מוסר ספרים.

עולם ומלואו, אלעס אלעס איז ממש הבל הבלים תחת השמש
זאלן מיר אלע לעבן אין געזינט זיין ביז דער 180 כדי אויף ציטון פארן ריכטיגער תכלית... וא תכלית וואס איז פיל פיל גרעסער פין די קליינע נארישע בלאסע פינטעל...

הסתכלת השמים היום??

נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 6:31 pm
דורך מתבודד
ווער ס’איז שוין געווען אין מירון און אויסגענוצט די צייט זיך אביסל ארומקוקן אויף אלע פלאות דארט, וועט מן הסתם געדענקן ווי אויף איינע פון די ווענט שטייט ארטיסטיש ארויפגעשריבן מיט ריזיגע קידוש לבנה אותיות,

הסתכלת השמיים היום??

די שאלה לאזט איבער דעם מענטש מיט א שיין פארציע מוסר, און גלייכצייטיג עצה פאר פרעקטיס זיך ארויסצוזען פון דעם קליינע קעסטעלע אין וואס דאס מענטשעלע דרייט זיך ארום מדי יום ביומו, די קליינע פושקעלע וואס אקיופירט צוזאמען מיט’ן מענטש, הויפענעס פון דאגה’לעך ווייטאגן פראבלעמען און כדומה, וואס זענען באמת אין די ביג פיקטשער נישט ראוי לצור ע”פ צלוחיתו, אבער טוט טאקע דאס, עס פארהאקט דאס מוח פון מענטש צו בלייבן זיצן און זיך איינקוקן און זיך זארגן אויף קליינליכקייטן, אנשטאט ארויסגיין און אנפאנגען שיינען און לייכטן דארטן ווי ער האט די יכולת, און טאקע דאן אויך די אינערליכע רצון עס צו טון.

דאס שרייט דער וואנט דארט אינדרויסן פונעם הייליג מערה אויפן לעכטיגן בארג מירון און שרייט צום אידעלע, קוק ארויף צום בלויען הימל אביסעלע!!! די וועלט איז גרויס! ריזיג!! ברעך אויף און טאנץ ארויס פון דיין קליינעם קעסטעלע, ווייל ס’ווערט בטל כעפרא אינעם גרויסקייט פונעם אין סוף’דיגן וועלט!!
און טאקע יעצט טראכט פון דעם באשעפער פון דעם גרויסן וועלט, נישט נאר פונעם באשעפער פון דיינע אויפן מינוט’יגע פראבלעמען!!!
אט דאס דארף יעדער טון פון פריש איטליכער טאג מדי יום ביומו, ארויפקוקן צום הימל און זיך איינקוקן אז די פעוטות’דיגע שוועריגקייטן פון היינטיגן טאג וועלן מיר נישט איבערנעמען!! די וועלט איז גרעסער פון זיי, און אזוי אויך איך!!!

הסתכלת השמיים היום???

נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 8:02 pm
דורך יאסל ראקאווער
דער ארטיסט, דער ליבאוויטשער רבקי קרינסקי פרעגט אייכה