נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 4:27 pm
הייליגע מאטי, איך מיין דו מישט... מען איז נישט דן יעצט צי די אקטן וואס די פרומע טוען איז אויסגעהאלטן, נאר מען וויל פארשטיין שלב א', וואס עס שטערט זיי בכלל, וואס גייט עס זיי אן. און דאס האט מי ימצא זייער גוט פארענטפערט.מאטי האט געשריבן:מי ימצא זאלסט מיר הייליג אנטשולדיגן אבער הייליגע אידן ערליכע אידן פירן זיך נישט אויף כגרועים שבאומות, ווען איך זע ליידיגייער און ליידיגייערנס וואס שלאגן זיך און הרג'נן זיך, שטעלן אפ טרעפיק טאג איין טאג אויס, עפעס וואס גרעניצט זיך מיט פיקוח נפש/שפיכוַת דמים בלויז ווייל זייערע געפילן לאזן נישט א רכבת ביי זיי אין שטאט!. אמילא??? וועגן דעם איז מותר צו טון כל עבירות שבתורה און נאך מיטן פרומען מאנטל?? ביסט געקומען מיטן סאבוועי משל, דו האלטסט באמת אז אמעריקאנער אידן וואלטן זיך געשלאג דערויף מיט פאליציי נוסח בראנקס/הארלעם ?
ס'איז א שאנדע און א פלעק אז אזויגערופענע היימישע אידן פירן זיך אויף ווי אום-ערצויגענע חיות. און פארן double down דאס צו פארענטפערן אין נאמען פון פרומע אידישקייט זאג איך: "זייער רעליגיע איז נישט מיין רעליגיע!! רעדט נישט אין נאמען פון מיין רעליגיע ווייל דאס איז Identity theft