אינטערעסאנט נאר אז פינקט נאך וואס די ציונים האבן עים אפגעזאגט אז זיי זענען נישט אינטערעסירט אין עים, פינקט דעמאלט האט ער איינגעזעין אז די ציונים זענען רשעים און ער איז געווארען א פולקאמער בעל תשובה.מתבודד האט געשריבן:אמת, די שאלה איז נאר צו ער פלעגט עס טאקע טון נאכ’ן חוזר בתשובה זיין.
איך זע דא אין דה-האן ממש צוויי באזונדערע פערזאנען, געוואנדן ווער ס’רעדט.
1) איינער וואס האט נאכן תשובה טון איינגעזען, לשיטתו, אין די שקר פון די ציונים, און די חורבן וואס זיי גייען ברענגן אויפן יהדות, און האט זיך וועגן דעם אוועקגעגעבן זיין לעבן, און טאקע באצאלט מיטן לעבן צו פייטן די ציונים און זיי אונטערברענגן. און צוליב טעכנישע סיבות האט זיך געלוינט פאר זיינע אסאסניטעירס צו דערציילן א געשיכטע אז ער פלעגט שלאפן מיט אראבער וכו’.
2)איינער וואס איז געווארן מאוכזב אין די ציונים פארן אים נישט געבן גענוג כבוד און/אדער די זשאב וואס ער האט געהאלטן קומט זיך אים, און ארויס אויף א מסע נקמה געטריבן דורך זיינע ברענעדיגע געפילן פון כעס און נקמה. און צו דאס אויספירן האט ער לפנים געפראוועט ערליכע יוד, אויף וויפיל ס’איז געווען נוגע צו קענען צוזאמען מיט די חרדים (פרובירן צו) אונטערברענגן די ציונים.
וואס איז די אמת'ע געשיכטע איז נאך דערווייל נעלם מעיני.
אזוי קוקט עס אויס ווען מענטשן פארעמען היסטאריע און פאקטן לויט זייערע אגענדעס און געפילן. און אט דאס איז לכו”ע נעקסט לעוועל היפאקריסטווע, כאטש מיר זענען ליידער רגיל עס צו זען.
אויב גלייבסטו דעיס, הייב איך אן גלייבן אז די וועלט האט זיך אליין באשאפן...