בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2022 1:28 pm
דורך מי אני
איך זעה נישט אז עס זאל דייקא זיין א סתירה. די זאכן וואס ער טוהט קענען זיין "רשות" וחול (צב"ש עסן) אבער פארט איז זיין באנעמונג דערצו בגדר "קדוש". אזא סארט "חולין על טהרת הקודש" - ס'איז אבער נאך אלס בעצם חולין.

אבל עיין בסוף מסילת ישרים (פכ"ו) וואו עס אולי איז יא משמע אזוי. (און היינטיגע "צדיקים" האבן טאקע לכאורה מעלה געווען מדריגת "טהרה" מער ווי מדריגת "קדושה"...)
נו, אז איך בין דא מודה על האמת בין איך שוין אויך טאקע א "קדוש"...

נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2022 2:21 pm
דורך היסטאריע
דער איינציגסטער חילוק וואס איך זעה, דער באר מים חיים זאגט עס איז נישטא קיין רשות, ווייל מען דארף ארויף ברענגען דער רשות צו קדושה, יאסעל ראקווער זאגט אז מען דארף אראפ ברענגן דער קדושה צו דער רשות.

נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2022 3:50 pm
דורך יאסל ראקאווער
איך זאג נישט מ'דארף מעלה זיין קדושה צו רשות. איך זאג אז א רשות איד איז א שטיק קדושה.

איך האב עס איבערגעזאגט ביי פרק שבת נאכמיטאג, האט מיר אימיצער צוגעצייכענט א ישמח משה אביסל אויף די שניט;

קדש עצמך במותר לך (יבמות כ' ע"א), מתקיים על פי שני דרכים, או שממאס במותרות, ולפעמים
ההיפך כמבואר בשו"ע שמשביע עצמו מן ההיתר כדי שלא יבא לידי איסור, והכל לפי מה שהוא אדם באותה
שעה ובלבד שיהיה כונתו לשמים. והיינו גם כן קדש עצמך במותר לך, שעל ידי המותר הוא מקדש על
עצמו שלא יבא לידי איסור, וגם אם עושה לכונה זו, הוי עבודה לשם ב"ה וב"ש ומקדש עצמו,
והבן:

דאס וואס ער זאגט ובלבד שיהיה כוונות לשם שמים איז מען לכאורה יוצא מיט די ברכה שלא עשני גוי און ס'דארף נישט באזונדערע כוונה יעדע ענדזשוימענט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 1:37 am
דורך דוד שריפטליך
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך זאג נישט מ'דארף מעלה זיין קדושה צו רשות. איך זאג אז א רשות איד איז א שטיק קדושה.

איך האב עס איבערגעזאגט ביי פרק שבת נאכמיטאג, האט מיר אימיצער צוגעצייכענט א ישמח משה אביסל אויף די שניט;

קדש עצמך במותר לך (יבמות כ' ע"א), מתקיים על פי שני דרכים, או שממאס במותרות, ולפעמים
ההיפך כמבואר בשו"ע שמשביע עצמו מן ההיתר כדי שלא יבא לידי איסור, והכל לפי מה שהוא אדם באותה
שעה ובלבד שיהיה כונתו לשמים. והיינו גם כן קדש עצמך במותר לך, שעל ידי המותר הוא מקדש על
עצמו שלא יבא לידי איסור, וגם אם עושה לכונה זו, הוי עבודה לשם ב"ה וב"ש ומקדש עצמו,
והבן:

דאס וואס ער זאגט ובלבד שיהיה כוונות לשם שמים איז מען לכאורה יוצא מיט די ברכה שלא עשני גוי און ס'דארף נישט באזונדערע כוונה יעדע ענדזשוימענט.
נו מיט די ישמח משה איז דער חתן טיטשער געווען ביזי

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 8:48 am
דורך חדשים
דא האט מען עס אראפגעברענגט.

אין דרך פקודיך שטייט א ענליכע בחינה. זע בייגעלייגט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 10:59 am
דורך היסטאריע
איך זעה נישט וויאזוי מען קען לעבן מיט אזא ראלער קאסטער פין דער דרך פיקודיך, עס איז נישט שייך צו וויסן ביינאכט וואס דער נעקסטע טאג גייט זיין, און ווידער אויב מען אינוועסטירט און מען איז זיך משביע אהן וויסען אז מען דארף עס, זאגט ער אז נישט.

בכלל איז דאך דא א צווייטע מענטש אינוואלווד, קען מען, און טאר מען, זאגן א ווייב איך דארף עס היינט ווייל אויב נישט איז דא א חשש עבירה? און בכלל איז עפעס נישט גלאטיג צו לעבן מיט דער חשש עבירה, ווייל דאס ברענגט דער עבירה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:21 pm
דורך מי אני
דר. מיכה גאטליב שרייבט לגבי די מחלוקת צווישן היינריך דזשעקאָבּי און דער רמ״ד:
Jacobi notes that Mendelssohn’s God is a wise monarch who does not command belief, but demands that His people (the Jews) show absolute obedience to halakha because of His paternalistic concern with promoting human comfort and happiness. But whom does this God remind one of if not Frederick the Great who justifies his rule by his paternalistic concern for his citizens’ security and happiness and whose watchword is “argue as much as you like, but obey?” Furthermore, Mendelssohn’s egoistic valuing of happiness leads him to conceive of God as a being whose primary concern is with furthering our comfort. And since God is a rational idea whose function is to help us live a comfortable life, it is not surprising that Mendelssohn’s God is an abstract, mechanical concept rather than a living being with whom one enters into a lived relationship. For Jacobi, Mendelssohn’s theology is nothing short of idolatrous since Mendelssohn conceives God’s main function as helping promote human happiness. The bankruptcy of Mendelssohn’s theology is clear from the provisional commitment to God implicit in it. Since God’s purpose is to help us be happy, if we can find a way of being happy without God, the concept of God can be dispensed with. In contrast, Jacobi holds that a person who rather than seeking security and comfort is open to the unpredictability of a lived encounter with God will conceive God as a living, vital being with whom one can enter into a personal relationship. And one who privileges moral freedom above all else will conceive God as a free moral being who demands absolute obedience to His holy will. Such a person will understand that human beings exist to serve God, not vice versa. For Jacobi, it is this willingness to sacrifice one’s life for a higher cause that makes it possible to live a noble, heroic life. As he puts it, “Complete submission to a superior authority: strict, holy obedience — that has been the spirit of every age that has brought forth an abundance of great deeds, great sentiments, great men.” In privileging personal comfort and happiness, Mendelssohn’s bourgeois philosophy effectively reduces our humanity and makes us small, petty, ignoble men. At best we can live interesting lives with a multitude of pleasures and amusements, but we no longer live great lives, which involves the willingness to sacrifice our lives for the sake of duty

Jacobi has much more hatred for Mendelssohn’s enlightened theism than for the Epicurean atheist. While the Epicurean is consistent in his egoistic atheism, Mendelssohn confusedly tries to unite egoism with religious belief thereby distorting religious truth

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:11 pm
דורך yesiknow
היסטאריע האט געשריבן:איך זעה נישט וויאזוי מען קען לעבן מיט אזא ראלער קאסטער פין דער דרך פיקודיך, עס איז נישט שייך צו וויסן ביינאכט וואס דער נעקסטע טאג גייט זיין, און ווידער אויב מען אינוועסטירט און מען איז זיך משביע אהן וויסען אז מען דארף עס, זאגט ער אז נישט.

בכלל איז דאך דא א צווייטע מענטש אינוואלווד, קען מען, און טאר מען, זאגן א ווייב איך דארף עס היינט ווייל אויב נישט איז דא א חשש עבירה? און בכלל איז עפעס נישט גלאטיג צו לעבן מיט דער חשש עבירה, ווייל דאס ברענגט דער עבירה.
דער ראלער קאסטער איז ווען מען פאלגט נישט די דרך פיקוודיך.
אין אויב דיין spouse טוט דיר א טובה ווען ער/זי מאכט לאוו דאן איז די פראבלעם פיל טיפער, אין יא אלס חשש עבירה טיט מען צו די זאך תן לחכם ויחכים עוד. שנשמע ונתבשר

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 9:23 am
דורך חדשים
מי אני האט געשריבן:דר. מיכה גאטליב שרייבט לגבי די מחלוקת צווישן היינריך דזשעקאָבּי און דער רמ״ד:

לויט רמ”ד איז אביסל שווער די טרוקענע קדש עצמך במותר לך.

אגב, די לעצטע שטיקל דערמאנט מיר פון א שטיקל וואס איז לעצטנס ארומגעפארן.

הרב קוק, שמונה קבצים, קובץ א, תרלג:

יש כפירה שהיא כהודאה, והודאה שהיא ככפירה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 9:24 am
דורך חדשים
yesiknow האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:איך זעה נישט וויאזוי מען קען לעבן מיט אזא ראלער קאסטער פין דער דרך פיקודיך, עס איז נישט שייך צו וויסן ביינאכט וואס דער נעקסטע טאג גייט זיין, און ווידער אויב מען אינוועסטירט און מען איז זיך משביע אהן וויסען אז מען דארף עס, זאגט ער אז נישט.

בכלל איז דאך דא א צווייטע מענטש אינוואלווד, קען מען, און טאר מען, זאגן א ווייב איך דארף עס היינט ווייל אויב נישט איז דא א חשש עבירה? און בכלל איז עפעס נישט גלאטיג צו לעבן מיט דער חשש עבירה, ווייל דאס ברענגט דער עבירה.
דער ראלער קאסטער איז ווען מען פאלגט נישט די דרך פיקוודיך.
פארוואס?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 10:35 am
דורך yesiknow
ווייל די יצר נעמט דיך אויף א רייד, אדער בעסער ער רייט אויף דיר.

ווען מען פאסט טראכט מען פון עסען א גאנצען טאג, ווער עס פאשטייט וגומר וכו'

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 4:03 pm
דורך היסטאריע
yesiknow האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:איך זעה נישט וויאזוי מען קען לעבן מיט אזא ראלער קאסטער פין דער דרך פיקודיך, עס איז נישט שייך צו וויסן ביינאכט וואס דער נעקסטע טאג גייט זיין, און ווידער אויב מען אינוועסטירט און מען איז זיך משביע אהן וויסען אז מען דארף עס, זאגט ער אז נישט.

בכלל איז דאך דא א צווייטע מענטש אינוואלווד, קען מען, און טאר מען, זאגן א ווייב איך דארף עס היינט ווייל אויב נישט איז דא א חשש עבירה? און בכלל איז עפעס נישט גלאטיג צו לעבן מיט דער חשש עבירה, ווייל דאס ברענגט דער עבירה.
דער ראלער קאסטער איז ווען מען פאלגט נישט די דרך פיקוודיך.
אין אויב דיין spouse טוט דיר א טובה ווען ער/זי מאכט לאוו דאן איז די פראבלעם פיל טיפער, אין יא אלס חשש עבירה טיט מען צו די זאך תן לחכם ויחכים עוד. שנשמע ונתבשר
לכאורה פארשטייסטו נישט.
וויאזוי וואלסטו ליב געהאט ווען דיין ווייב זאגט דיר, קום לאמיר מען טוהן דער רמז!!! וואס איז היינט פרעגסט דו? איך האב מורא אז איך וועל נישט קענען אפווארפן די בקשה פין מיין באס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 10:53 pm
דורך yesiknow
גיט ארויסגעברענגט , עטליכע מאל שוין געהאט דאס, אין ב"ה עס האט געהאלפען, אינז רעדען פון די זעלבע זאך.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 1:29 am
דורך דוד שריפטליך
הרב קאמינעצקי האט היינט ביי די דף היומי ארומגערעדט וועגן די ענין ער האט עפעס ערווענט וועגן ר משה פיינשטיין אין אגרות משה וואס ער קומט צו די מסקנא וועגן צוויי מאל א וואך ער האט נישט צופיל מעריך אבער בתוך דבריו דערמאנט ער א רבינו יונה און ער לייגט צו אז די תלמידים פון רבינו יונה אליין בלייבן נישט למעשה מיט זיין סברא וכו וכו

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 1:32 am
דורך דוד שריפטליך
בכלל איז דא מאנכע וואס פונקט ביי די מצוה באקומען זיי נערווען איז איינס זאך זיכער אז אלע נערווען איז בלויז ocd שגעון וכ'ו עס האט גארנישט מיט אידישקייט ערליכקייט אדער פרישות וכ'ו וכ'ו ואכמ"ל.........(!)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 1:41 am
דורך דוד שריפטליך
מענין לעניין באותו הענין איז דא א שטיקל מחבר רמ"א אין הלכות קריאת שמע וואס ווארפט א שטיקל בליק ווי אזוי ערליכע אידן ברויכן לעבן וכ'ו אבער די אזוי גערופענע מנהיגים וואס קוים זיי אליינס קענען זיך נישט פירן כל שכן אנדערע זיי פארקויפן שטותיים און לאקשן וואס זיי זעלבסט ווייסן אז עס איז שטיות....... און נאכדעם ווען עס הייבן אן ארויסקומען די פראבלעמען נעמט מען אפיר די אצטליתא דרבנן און מען נעמט זיך מאכן אסיפות וועגן אינטרנט סמארטפון וכ'ו און רעדן קעגן די ערליכע אידן וואס לערנען אויס וואס לעבן איז... מיטן אויסרייד אז זיי גייען אוועק פון די מסורה..........