בלאט 2 פון 4
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 10:13 am
דורך yesiknow
באהעלפער קען זיך נישט העלפען (הקדמוני) אין די אמת שווימט ארויף, מיין אינסטינקט האט מיך נישט פארנארט.
רוב רובם האבען געהאלטען פון רבי נחמן א חוץ איינצעלנע, אין אויב די האסט טאקע "אויפגעאקערט" די אלטע כתבים -וואס אינז ווארט מיר קוים צו זעהן- וועסטו פארשטיין די סיבה זייער קלאר.
מחלוקת איז נישט קיין ראיה אויף גארנישט אין קיינעם.
רמב״ם רמח"ל ובזמנינו מרכז ויזניץ ומיילעך לייזער יוכיח, הולכים להתפלל תפילה בזמנה.. ובזה יצאתי ידי חובתי
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 11:08 am
דורך Chasidishmashpia
פרנס החודש האט געשריבן:איך בין געווען א ״פארברענטער״ ברעסלעווער פאר אפאר יאר, אבער איך בין קיינמאל נישט געווען אין אומאן. ביי מיר האט ברסלב געמיינט תיקון חצות, וותיקין ,וכו׳ , איך פלעג זיך זייער וואונדערן אויף די אלע ברסלבער וואס די גאנצע ברסלב באשטייט פון אומאן און תיקון כללי און פון תיקון חצות און וותיקין פארגעסן זיי.
והאידנא? אויס ברעסלאוו? פארוואס?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 11:20 am
דורך אינטערסאנטער
yesiknow האט געשריבן:באהעלפער קען זיך נישט העלפען (הקדמוני) אין די אמת שווימט ארויף, מיין אינסטינקט האט מיך נישט פארנארט.
רוב רובם האבען געהאלטען פון רבי נחמן א חוץ איינצעלנע, אין אויב די האסט טאקע "אויפגעאקערט" די אלטע כתבים -וואס אינז ווארט מיר קוים צו זעהן- וועסטו פארשטיין די סיבה זייער קלאר.
מחלוקת איז נישט קיין ראיה אויף גארנישט אין קיינעם.
רמב״ם רמח"ל ובזמנינו מרכז ויזניץ ומיילעך לייזער יוכיח, הולכים להתפלל תפילה בזמנה.. ובזה יצאתי ידי חובתי
רוב רובם האבן "נישט" געהאלטן פון רבי נחמן אויף די שטייגער וויאזוי ער האט גערעדט פון זיך (וועגן דעם שרייבן די ברעסלאווע געפערליך מיאוס קעגן אנדערע צדיקים).
אבער אפילו פון רבי נחמן האט מען אביסל געהאלטן טראץ טענות, האט מען פון רבי נתן בכלל נישט געהאלטן, קיינער איז נישט געפארן צו אים, קיינע ברענגט נישט פון אים, דער הייליגער סאווראנער וואס איז געווען פון די גרעסטע צדיקים בדורו האט געהאלטן אז דאס איז אן עבודה זרה (ווייל מען ווערט מתוקן בלויז מיטן קומען וכו'), די בעלזא זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן די גאנצע ברעסלאווע באוועגונג, שוין אפגערעדט די טשערנאבלע גזע, די ריזשינע גזע, קיינער האט נישט געהאלטן פון רבי נתן.
רבי נתן איז געווען א וואוילער איד מיט א שטארקע תמימות, אבער מען האט קלאר נישט געהאלטן פון זיינע אלע נייע אינטערסאנטע חידושים.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 12:53 pm
דורך דאנקבאר
וועגן קומען קיין אומאן היי יאר ראש השנה, איז אזוי: אויב די ציוניסטישע פאליציי קומען אויך, איז דאך פשוט אז מען שטעלט זיך איין דאס לעבן ווייל די רשעים זענען דאך עלול ר״ל אויף דערמארדן אידן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 1:00 pm
דורך מתבודד
אין קעיס האסט נאכנישט געכאפט:
דא רעדט מען פון ברסלב. נישט ציונים.
און הער אויף אנחזרען יעדע אשכול מיט ציונות.
מיר וועלן דיר דאנקבאר זיין.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 1:12 pm
דורך וואלווי
אינטערסאנטער האט געשריבן:
רוב רובם האבן "נישט" געהאלטן פון רבי נחמן אויף די שטייגער וויאזוי ער האט גערעדט פון זיך (וועגן דעם שרייבן די ברעסלאווע געפערליך מיאוס קעגן אנדערע צדיקים).
אבער אפילו פון רבי נחמן האט מען אביסל געהאלטן טראץ טענות, האט מען פון רבי נתן בכלל נישט געהאלטן, קיינער איז נישט געפארן צו אים, קיינער ברענגט נישט פון אים, דער הייליגער סאווראנער וואס איז געוועןפון די גרעסטע צדיקים בדורו האט געהאלטן אז דאס איז אן עבודה זרה (ווייל מען ווערט מתוקן בלויז מיטן קומען וכו'), די בעלזא זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן די גאנצע ברעסלאווע באוועגונג, שוין אפגערעדט די טשערנאבלע גזע, די ריזשינע גזע, קיינער האט נישט געהאלטן פון רבי נתן.
רבי נתן איז געווען א וואוילער איד מיט א שטארקע תמימות, אבער מען האט קלאר נישט געהאלטן פון זיינע אלע נייע אינטערסאנטע חידושים.
א. זייט ווען מיינט אלע צדיקי דורו א סימן אויף עפעס בכלל? נעם למשל ווען התאחדות האט מחליט געווען צו באגראבן די מסית ומדיח (הוא רחום יכפר) הרב י.ד. רוקח (כלשונם השפל...) האבן זיי געהאט "אלע צדיקי הדור" מיט זיך, און זייער כרוז נישט נאר ס'נישט ווערד געווען לצור ע"פ צלוחית, נאר אנגעשמיצט א יעדע צלוחית, פארעקלט כח רבנים אויף די ערגסטע וועג זייט די קריג. בעלזער רב האט ריקאווערט, אבער די געמיינע התאחדות ואביזרייהו מיט זייער קול קורא'ס זענען געווארן די מערסטע ווערדסלאזע ארגיניזאציע און ארה"ב וקאנאדא.
איך זאג דאס נישט אלס מחלוקת סאטמאר בעלז, און
פליז לאמיר נישט אהין גיין. ס'דא גענוג און נאך פון די קליין הייפעלע ערליכע יודען וואס וועלן אייביג דא זיין, און ווײטער זיין פאנטרעגער פון חרדיסיזם. אבער פונקט אזוי ווי מחלוקת צאנז און סאדיגורא, וועפט די קאמף אויס, דער חיה בלייבט חיה, און די וואוילע אידען כשלעצמם מאכן זיך נישט משוגע און טוען וואס זיי האבן צו טוהן.
'המפורסם' אין צריך ראיה, און די נמשל איז ר' נחמן אלס בעלזער רב, און התאחדות אלס די רוזין/טשערנאביל צד. ר' נחמן האט איינגענומען די וועלט, און מצד שני, לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז פון אסאך פון די ערליכע צדיקים פון די אנדערע רוסישע רבי'ס ווייסט מען אין די ברייטע וועלט היינט בכלל נישט צו זאגן פון זיי. פון די הונדערטע צדיקי בית טשערנאביל און רוזין ווייסט מען אויף די וועלט אפשר צוואנציג פראצענט צו זאגן ווער זיי זענען געווען אין זייער לעבן באמת, זייער השקפה און דברי תורה. פון די אנדערע איז דא ווערטליך, ספרים, עובדות און מנהגים, הייליגע ענינים, אבער אין די ברייטע וועלט פון די ארטאדאקסישע אידנטום, נעמט ר' נחמן איינע פון די טאפ סלאטס אלס משפיע צוויי הונדערט יאר לאחר פטירתו, די התנגדות פון צדיקים איז ערגעץ נישט אנגעקומען.
ב. דיין קאממענטס אויף ר' נתן צייגט אז די האסט נישט קיין ידיעות אין היסטאריע פון ברסלב און וואס השפעת החסידות איז. די ווערטער פון
ר' נתן זענען איינע פון די מערסט פארשפרייטסטע דברי תורה אין די היסטאריע פון חסידות. ר' נתן איז די שרייבער פון ר' נחמן'ס תורה ובשליחתו, ער איז נישט סתם א תלמיד הכותב, נאר די עצם איבערגעבער דורך לשונו הזהב, פאר דורי דורות, חסידישע יודן, מאדערן ארטאדאקס, ספרדים, אקעדעמיקס פרייע און פרומע, א כח וואס איז זעלטן אזוי משפיע אויף כלל ישראל. ס'איז אפילו דא א מעגליכקייט צו זאגן אז ליקוטי מוהר"ן איז די מערסטע געלערנטע חסידיש ספר אויף די וועלט. דאס איז געווען ר' נתן. ער האט דעליווערד איינע פון די גרעסטע מסירת התורה אין די לעצטיגע הונדערטע יאר. די ספר ליקוטי מוהר"ן איז פון די שענסטע געשריבענע חסידישע ספרים, דאס איז די פירות פון ר' נתן, א השפעה שכמעט אין כדוגמתו.
_______________
באופן כללי, אזוי ווי אלע מחלוקת'ן איז דא אסאך פשוט'ע ענינים אין דעם חוץ פון די לשם שמים'דיגע חלק. די צדיקי טשערנאביל סיסטעם איז שוין געווען א סיסטעם דעמאלטס אויך. מ'האט זיך אויסגעשפרייט איבעראל, זיך ערלעדיגט "מגיד מישרים" פאסטענעס, איבערגענומען קהילות. ס'איז נישט קיין זלזול אין די צדיקים גופא, ווייל כך הוא דרכה של תורה. די שטער איז אבער געווען אז חסידי ברסלב האבן זיך נישט געבויגן פאר די נייע סיסטעמייזד סיסטעם, האט עס נישט געקלאפט מיט די עסטעבלישמענט. די זעלבע געים ווי היינט. דאס וואס ר' נחמן שרייבט "מפורסמים" מיינט ער אונזער היינטיגע סיסטעם, וואס "רובא דרובא" (האסט ליעב מיין לשון? כ'האב עס פון דא אויפגעפיקט. ייש"כ...) פון אונז וועלן מודה זיין אז מיר ליידן היינט פון די עסטעבלישמענט סיסטעם. עכ"פ מיר זיכען אויך צו ארויסקריכן פון די סיסטעם סייד עפעקטס, און קאנשעסלי אדער סאבקאנשעסלי לעבט אין אונז די גייסט פון ר' נחמן און ר' נתן זי"ע.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 1:13 pm
דורך שמן למאור
דאנקבאר האט געשריבן:וועגן קומען קיין אומאן היי יאר ראש השנה, איז אזוי: אויב די ציוניסטישע פאליציי קומען אויך, איז דאך פשוט אז מען שטעלט זיך איין דאס לעבן ווייל די רשעים זענען דאך עלול ר״ל אויף דערמארדן אידן.
וואו איז די
@מנהל קער צו נעמען פון דער מולטי טראלל?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 1:23 pm
דורך וואלווי
אינטערסאנטער האט געשריבן: די שפראך שטייט עטליכע מאל אין חיי מאראן, אין די השמטות. (און נאך זאכן שטייט דארט אין די השמטות וואס תסמר שערות אנוש, השם ירחם).
נישט אומזינסט האבן אסאך צדיקים לוחם געווען קעגן די ברעסלעווע דרך.
וואס איז דאס חיי
מאראן?
תסמר שערות ראש איז א תנאי אויף השם ירחם?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 1:34 pm
דורך דאנקבאר
עצי שטים האט געשריבן:דאנקבאר האט געשריבן:וועגן קומען קיין אומאן היי יאר ראש השנה, איז אזוי: אויב די ציוניסטישע פאליציי קומען אויך, איז דאך פשוט אז מען שטעלט זיך איין דאס לעבן ווייל די רשעים זענען דאך עלול ר״ל אויף דערמארדן אידן.
וואו איז די
@מנהל קער צו נעמען פון דער מולטי טראלל?
@מנהל איך זאג מיין מיינונג צום נושא פון אשכול, און איך כאפ אן די פונקטן וואס איך פארשטיי.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:12 pm
דורך yesiknow
@וואלוי כמים קרים על נפש הטוויסטעט
איך האב אנגעגרייט א תגובה ארויסצוהעלפען דעם באהעלפער אבער דיינע ריינע קלוגע ווערטער וואס איז בדרך אגב אמת יעדע ווארט האבען איבערגעשטיגען מיין אנטווארט האב איך עס פארמעקט.
ר נתן איז געוועהן א וויזענערי ער האט פאראויסגעזעהן זאכען וואס גייען זיין 200 יאר שפעטער מיט די גרעסטע קלארקייט וכו'ועוד חזון למועד.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:41 pm
דורך וואלווי
yesiknow האט געשריבן:@וואלוי כמים קרים על נפש הטוויסטעט
איך האב אנגעגרייט א תגובה ארויסצוהעלפען דעם באהעלפער אבער דיינע ריינע קלוגע ווערטער וואס איז בדרך אגב אמת יעדע ווארט האבען איבערגעשטיגען מיין אנטווארט האב איך עס פארמעקט.
ר נתן איז געוועהן א וויזענערי ער האט פאראויסגעזעהן זאכען וואס גייען זיין 200 יאר שפעטער מיט די גרעסטע קלארקייט וכו'ועוד חזון למועד.
Post עס נאכאלס
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 3:43 pm
דורך באהעלפער
ר' נחמן איז געווען א [נמחק], און ר' נתן א [נמחק]. יא. זייער א טויגליכער. כאטש איך האב הנאה פון זיינע כתבים 'בשם'... זיין רבי. וואס איז די זעלבע ליגענט. אבער כ'האב הנאה פון נאך אסאך ביכער פון קארפען קעפ, פון די אנדערע גלויבענס. און דאס איז גארנישט אנדערש.
היינט זעט שוין יעדער איין אז ברעסלעוו, און נוצרות, פאר איך פארגעס... יא און איסלאם, האבן איינגנומען די וועלט... און התאחדות אויך כמעט... איינגענומען די געלט. כ'מיין די וועלט.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 3:46 pm
דורך באהעלפער
דאונט געט מי ראנג! איך האב פיין הנאה געהאט דארט ראש השנה... ס'געווען א עכטע פאן טיים.
אבער ס'האט מיר געשטערט אז אין אזא הייליגע טאג ראש השנה האב איך פארפאטשקעט דערמיט.
ס'פיינע נייעס פאר סינגלס און ליידיגייערס. אבער כ'ווייס נישט פארוואס איינער וואס איז ערנסט, זאל עס אפילו לייגן אויף זיין אויטינג, אפשר חול המועד, אדער פורים, אבער ראש השנה???
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 3:50 pm
דורך מתבודד
דא ברענג איך צוויי שטיקלעך פונעם הייליגן ריזשנער, געשריבן איינס גלייך נאכן אנדערן. ווער ס’האלט נאך אז צדיקים קריגן זיך וועגן גרויסע הפלגות איז געלאדנט...(@אינטרעסאנטער...)
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 3:55 pm
דורך באהעלפער
איינער האט מיר אריינגעשיקט א לענגערע שילדערונג און היסטאריע פון ברעסלעוו, אבער כ'וויל עס נישט ארויסלייגן, און ווער ס'וויל עס, קען עס באקומען אין אישי.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 3:58 pm
דורך וואלווי
באהעלפער האט געשריבן:איינער האט מיר אריינגעשיקט א לענגערע שילדערונג און היסטאריע פון ברעסלעוו, אבער כ'וויל עס נישט ארויסלייגן, און ווער ס'וויל עס, קען עס באקומען אין אישי.
ווער עס וויל עס טיילען, קען עס פאוסטן.....
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 4:22 pm
דורך באהעלפער
כ'האב געזען דארט א היבש ביסל זאכן וואס דער היסטוריאן פראפעסאר דוד אסף האט שוין לאנג געשריבן אין זיינע ביכער. אבער דאך איז דא אפאר חידושים. וואס איז נישט אויף מיין אחריות מפרסם צו זיין.
הרב קוק האט אמאל געזאגט:
ברעסלעוו און שיכרות, זענען פאסיגע מיטלען, פאר ווער ס'האט צרות און וויל עס איבערלעבן אנע דייגעס. [ושפתיים ישק]
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 6:08 pm
דורך yesiknow
באהעלפער האט געשריבן:כ'בין נייגעריג, ווער פארט רק לשם שמים, קיין אומאן ראש השנה.
אדער אפילו דורכ'ן יאר...
מתחילה עובדי עבודה זרה היה אבותינו דער גרויסער באהעלפער איז סתם נייגעריג צו וויסען ווער עס גייט לשם שמים ער איז פשוט איננעסענט , עפענט א אשכול מחמת חסרון ידיעה ... אין צום סוף קוק ווי ער איז אנקעקומען , ווי אזוי ער שרייבט ביים סוף פינעם אשכול, סוף מעשה במחשבה תחילה נ נח נחמ נחמן מאומן.
עס קען זיין בדרך שאדם רוצה לילך מוליכים אותו ממילא איז ער נעבעך גארנישט שולדיג , די אשכול איז פשוט פארפארען...מען קען עס משלב זיין מיט די אנדערע אשכול צו עס איז דא א בחירה .
Please help me to help this poor kid
שבת שלום לכולם
Re: גיימער 'ערנסט' קיין אומאן?
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 7:12 pm
דורך צפור בודד
Not a poor kid at all.
איך בין אויך דארט געווען אויף א ר"ה און מיינע הרגשים זענען געווען ענליך. א ריזיגע פראצענט זענען אינן מן היישוב, א סאך זענען טוריסטן וואס קומען ווייל יעדער קומט, א ריזיגע יוגנט וואס קומען סתם פאר א גוד טיים ולמה לא, שפעטער זענען דא די אנגעפרעסענע וואס דארפן צו אלע זייערע צרות אויך אביסל ספיריטואליטי, בערך אזוי ספיריטואל ווי א קומזיץ נאך א פרעס און א פאר פלעשער סקאטש און עליית עשן. אויך קומען פארלוירענע נשמות, אין צום לעצט זענען טראדיציאנעלע ברעסלעווער וואס זעען אויס ווי חסידים וואס פארן צו א רבי'ן, און זיי זענען א מיעוט שבמיעוט.
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 10:24 pm
דורך מתבודד
צפור בודד האט געשריבן:
איך בין אויך דארט געווען אויף א ר"ה און מיינע הרגשים זענען געווען ענליך. א ריזיגע פראצענט זענען אינן מן היישוב, א סאך זענען טוריסטן וואס קומען ווייל יעדער קומט, א ריזיגע יוגנט וואס קומען סתם פאר א גוד טיים ולמה לא, שפעטער זענען דא די אנגעפרעסענע וואס דארפן צו אלע זייערע צרות אויך אביסל ספיריטואליטי, בערך אזוי ספיריטואל ווי א קומזיץ נאך א פרעס און א פאר פלעשער סקאטש און עליית עשן. אויך קומען פארלוירענע נשמות, אין צום לעצט זענען טראדיציאנעלע ברעסלעווער וואס זעען אויס ווי חסידים וואס פארן צו א רבי'ן, און זיי זענען א מיעוט שבמיעוט.
בקיצור דיך באדערט דעם פאקט אז טוריסטן, אינן מן היישוב, אנגעפרעסענע און פארלוירענע נשמות טרעפן זיך דעם פלאץ ר”ה אין ברסלב.
מיך פאר סאם ריזן נעמט דעם פאקט דווקא איבער מיין הארץ, און מאכט מיר מער גלייבן און איבערגענומען פון ר”נ. ווייל אין בעלזא פאפא סאטמאר און וויזניץ טרעפן זיי זיך
נישט דאס פלאץ, און זיי וואלטן מן הסתם בכלל נישט געדאוונט ר”ה, שם אתה מוצא גדולתו.
ס’שטערט דיר דאווענען דארט? ווען איך בין געווען א גרויסן ”עובד” אלס בחור’ל האט מיר אויך געשטערט ווען איינער נעבן מיר האט געהאט די חוצפה צו שמועס’ן ביי ונתנה תוקף.. דאס איז דיין אייגענע פראבלעם. די דארפסט קענען דאווענען איבעראל און אלעמאל, אויב גלייבסטו אינעם מלוא כל הארץ כבודו.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 10:40 pm
דורך באהעלפער
צפור בודד האט געשריבן:Not a poor kid at all.
איך בין אויך דארט געווען אויף א ר"ה און מיינע הרגשים זענען געווען ענליך. א ריזיגע פראצענט זענען אינן מן היישוב, א סאך זענען טוריסטן וואס קומען ווייל יעדער קומט, א ריזיגע יוגנט וואס קומען סתם פאר א גוד טיים ולמה לא, שפעטער זענען דא די אנגעפרעסענע וואס דארפן צו אלע זייערע צרות אויך אביסל ספיריטואליטי, בערך אזוי ספיריטואל ווי א קומזיץ נאך א פרעס און א פאר פלעשער סקאטש און עליית עשן. אויך קומען פארלוירענע נשמות, אין צום לעצט זענען טראדיציאנעלע ברעסלעווער וואס זעען אויס ווי חסידים וואס פארן צו א רבי'ן, און זיי זענען א מיעוט שבמיעוט.
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
ווען ס'זאל זיין א מקור נאמן פון צדיקים וועגן דעם, ממילא. און דערווייל ווערט ער נישט דערמאנט די לעצטע 200 יאר ביז נאכן קריג.
ווען ס'זאל זיין 'אויסער ברעסלאווע' וואס פלעגן אהינגיין פאר'ן קריג, וואלט איך פארשטאנען, אז ס'קומט זיך אלע צו גיין אויף ס'שמעקט זיי.
אבער די גאנצע זאך איז געווארן 'אפציעל' די לעצטע יאר צענדליג, און ס'נישט קיין געזעצטע מאוומענד, קומט עס מיר פאהר ווי כ'גיי באזוכן די גורו'ס אין אינדיע, אדער דאס ענליך אין די דערפער פון אנדערע עובדי מזלות. מ'כאפט אורות און בורות... ס'פונקט גוט פאר פאן און אחיזת עינים.
פאן יא! אבער יודישקייט, חסידות, און דרך, פאלג מיר א גאנג...
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 10:59 pm
דורך [NAMELESS]
באהעלפער האט געשריבן:איינער האט מיר אריינגעשיקט א לענגערע שילדערונג און היסטאריע פון ברעסלעוו, אבער כ'וויל עס נישט ארויסלייגן, און ווער ס'וויל עס, קען עס באקומען אין אישי.
מיט א פרישקייט יעדעס מאל באזונדער. ער הויבט אן תמימות'דיג ווען פלוצלינג באקומט ער עפעס אריין...
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 73#p451873
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 68#p358168
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 8:15 am
דורך צפור בודד
מתבודד האט געשריבן:בקיצור דיך באדערט דעם פאקט אז טוריסטן, אינן מן היישוב, אנגעפרעסענע און פארלוירענע נשמות טרעפן זיך דעם פלאץ ר”ה אין ברסלב.
מיך פאר סאם ריזן נעמט דעם פאקט דווקא איבער מיין הארץ, און מאכט מיר מער גלייבן און איבערגענומען פון ר”נ. ווייל אין בעלזא פאפא סאטמאר און וויזניץ טרעפן זיי זיך נישט דאס פלאץ, און זיי וואלטן מן הסתם בכלל נישט געדאוונט ר”ה, שם אתה מוצא גדולתו.
ס’שטערט דיר דאווענען דארט? ווען איך בין געווען א גרויסן ”עובד” אלס בחור’ל האט מיר אויך געשטערט ווען איינער נעבן מיר האט געהאט די חוצפה צו שמועסן ביי ונתנה תוקף.. דאס איז דיין אייגענע פראבלעם. דו דארפסט קענען דאווענען איבעראל און אלעמאל, אויב גלייבסטו אינעם מלוא כל הארץ כבודו.
שם אתה מוצא לא גדלותו ולא קטנותו. ס'באדערט מיך גארנישט און דער וואס וויל זאל געזונטערהייט פארן. אז ס'נעמט איבער דיין הארץ מה טוב ומה נעים. איך זע עס ווי א פענאמענען פון אונזערע צייטן. און פאר די וואס אנטלויפן אהין פון בעלז/סאטמאר/גער וכדומה איז עס א סארט המחליף פרה בחמור. אבער ווייטער, יעדער זאל טון ווי ער פארשטייט און איך וויל סך הכל קאמענטירן.