בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 10:25 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: איך האב אן אנדערע הצעה. מהרז"ל שליט"א זאל איינלאדענען זיין (עלטערן) ברודער מהר"א שליט"א פאר א שבת מברכים. לאמיר זאגן ר"ח חשון תשפ"ג לפ"ק. קיין ראדני. און ער זאלל פיהרן טיש און פראווען סעודה שלישית. דאמאלס וועט מען (דער דעת הקהל) אננעמען די טענה פון די מענעדזשערס וגבאים פון מהרז"ל שליט"א אז זיי האבן אויכעט א רעכט צו גיין קיין קר"י. נישט נאר אין ביה"ח ביי די יארצייטן פון די אדמורי"ם לבית סאטמאר.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 1:27 pm
דורך טינט פען
מר. קלונימוס האט געשריבן:אז דו שרייבסט שוין אזוי אקוראט ארויס, שרייב שוין אלעס פונקטליך, נאך וואס מהאט פאר עם צוזאמגעשטעלט דאס גאנצע געלט ביי חסידי מהר''א אויף צו חתונה מאכן האט רח''צ מכבד געווען זיין פעטער מהר''א צו זיין מסדר קידושין אלס הכרת הטוב. מהר''א שוין געווען אויפ'ן וועג צום חופה, ווען זיין פאטער אדמו'ר מהרי''י ווערט געוואר וואס דא גייט פאר סטראשעט ער זיין זון אז ער קומט נישט צום חתונה אויב קענסעלט ער נישט מהר''א'ס סידור קידושין. פארשטייט זיך ער האט נישט געהאט צוויי ברירות און מהר''א האט זיך צוריקגעדרייט אהיים.
רבי אהרן האט דעמאלטס טעלעפאנירט מהרז"ל און זיי האבן זיך געאמפערט איבער א שעה, למעשה האט מהר"א אפגעמאכט אז אויב מהרז"ל פארציילט נישט פון די פרשה, געט ער אים רעכט צו בויען א פרישע שול אין מאנרא, מהרז"ל האט מסכים געווען.

פארשטייט זיך די זאלוינישע עסטעבלעשמענט האט נישט געקענט זיך איינהאלטן און צווישן זיך גערעדט דערפון, אן ארויני האט אינטערגעהערט און געליקט דעם סוד,

מהר"א האט זיך געטראפן אין מאנסי ביי רבי חיים יהושע מיט מהרי"י, קודם האבן זיי שטילערהייט געלאכט פון די גאנצע מחלוקה, און זיי האבן זיך ווי יעדן חודש צוטיילט מיט די פדיונות, גלייך אויף גלייך, דערנאך האט מהר"א געזאגט פאר מהרי"י אז ער מוז שפילן ברוגז אביסל גייט ער הייסן אין די היימשטאט חוזק מאכן פון די נייע שול, און מיט דעם ווייזן פאר די גאס אז די מחלוקה איז א עכטע מחלוקה, און אזוי כאפן ווי מער געלט,

זזזזזז זזזזזז, אה מיין זייגער וועקט מיר אויף פון שלאף, איך דארף לויפן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 2:13 pm
דורך חב''ד הויזן
יעקב מענטש האט געשריבן:
חב''ד הויזן האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:פארוואס האט ער אויפגעגעבן די רבנות פון זיין קהילה אין ירושלים?
לויט ווי כ'האב געהערט האט ער באקומען זייער א עקסטרעמע look דארט, האט אים די עסטעבלישמענט אוועקגעשלעפט פון דארט.
פערזענליכע פאמיליע סיבות (איך מיין ער האט אפאר נישט געזונטע קינדער)
דאס איז די אפיציעלע תירוץ