איך וואלט געוועהן שאקירט אויב דער טיימס ציט צוריק פין דרוקען צוליב שמחה אייכנשטיין'ס שטיקעל קצות. דאס איז מיסטאם נישט זיין מטרה אויך נישט.
די ארטיקלען זענען צו פעטערען די קעלבלעך.
רוב עלטערן ווערן רעפרעזענטירט דורך די מוסדות (עכ"פ אין דעם נושא), אוודאי זענען דא אזעלכע וואס זענען נישט צופרידן אבער דאס איז די מיעוט.
נער'סט דיך? אדער דו מיינסט דו נער'סט אונז?
ווען מען זאל פרעגן אלע עלטערען וואס זיי ווילען אין די מוסדות וואלטן אלע וואס ארבעטען אין דער גאס געוואלט אז זייערע קינדער זאלען קענען לימודי חול בעסער פין זיי זעלבסט. פראבלעם איז, אז די מוסדות ווערען געפירט דורך אזעלכע וואס זייער פרנסה קומט פין לימודי קודש.
ועוד והוא העיקר, מען פרעגט נישט ביי אונז די עלטערען גארנישט וועגן די מוסדות גארנישט, פארוואס איז אייגענטליך וויכטיג צו שפעקלירען וואס די עלטערען וואלטן געזאגט? ווען די מוסדות רעכענען זיך ווען מיט די עלטערען וואלטן זיי געפרעגט די עלטערען.
אויב פילן זיי אז קיין איין מוסד רעפרעזענטירט זיי נישט, דאן פארוואס נעמען זיי זיך נישט צונויף צו גרינדן א מוסד צו זייער צופרידנהייט??
ווייל חוץ פין דעם וואס מען קען נישט עפענען א מוסד אהן אסאך געלט, און דער עולם האט נישט אזויפיל געלט, וועט מען אויך דארפען דילען מיט די חרמות און איסורים פין די רע-בנים וואס וועלען זיך פילען געדריקט פין דער אנוועזענהייט פין אזעלכע מוסדות.
אבער טאמער זאל דער ממשלה טיילען געלט פאר די מוסדות, און עפענען א מוסד וואלט געוועהן גרינג, וואלטן זיך טאקע געפענט מוסדות ווי שוואמען נאך א רעגען.