בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 4:26 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
מי ימצא האט געשריבן: אויב אזוי מיט וואס זענען אונז אנדערש ווי די בונדיסטן, פראטעסטן ליידיג גייערס וואס האלטן אז א קאווע שטיבלער איז א אפיקורוס אדער א משכיל?
אונז זעמער אנדערש ווייל זייער מהלך החיים (אידישקייט?) איז געבויעט אויף געפילן און אונז זוכן און מ׳האמיר נישט מורא צו קוקן דעם אמת אין פנים אריין אפילו עסיז נישט אזוי באקוועם...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 4:34 pm
דורך מי ימצא
איך זעה אז מען פארשטייט מיך נישט.

איך האב נישט געעפנט דעי אשכול, צו דן זיין צו מען מעג יא צו נישט, צו דו ווילסט יא אזא קינד צו נישט.

איך פרעג א שאלה - וואס טוסטו ווען דיין קינד האט נאך א אות? עני א"ב גייט מיך נישט וועלכע. וואלסטו אים געלאזט גיין זיין וועג אדער נישט?????

פארדרייט נישט די אשכול צו אנדערע ריכטונגען. נעם דיך ארויס פון פיקטשער. מען רעדט דא פון אונזערע קינדער.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 4:38 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
פאר אזא קינד דארף מען געבן גאָר אסאך ליבשאפט, מיטגעפיל וכדו׳
דער רבוש״ע האט אים/איר ׳געטראָסט׳ מיט גאר א שווערע נסיון, איז ווער זעמער אונז עלטערן צו רידזשעקטן דער וואסיז טראָסטבאַר פאר דעם עושה שמים וארץ...

אויב דאס קינד טוט מעשים אשר לא יעשה, ווענטסעך; אויב איז נאך דא אינטערעסע צו הערן חיזוק ומוסר, קעמען זאגן וואס מ׳האלט. אויב דאס קינד וויל נאר אז מ׳זאל אים/איר עקסעפטן וויאזוי ער/זי איז, דאן דארף מען זיי באוואשען... מיט עמער׳ס פון ליבשאפט*, און שוין.

*מ׳מוז נישט ליב האבן וואס א מענטש טוט, צו ליב האבן דעם עצם מענטש.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 4:46 pm
דורך שאלתיאל
וואס הייסט צו ''מען זאל אים לאזן גיין'' ? וואס דען קען מען טון? אים שלאגן? אים צווינגן? מאקסימום א קוש אין בעקל און א תפילה צו גאט.
אדרבא, קומט אריין קלאר און לייגט פאר די צדדים.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 7:42 am
דורך מרדכי מרדכי
מי ימצא האט געשריבן:איך זעה אז מען פארשטייט מיך נישט.

איך האב נישט געעפנט דעי אשכול, צו דן זיין צו מען מעג יא צו נישט, צו דו ווילסט יא אזא קינד צו נישט.

איך פרעג א שאלה - וואס טוסטו ווען דיין קינד האט נאך א אות? עני א"ב גייט מיך נישט וועלכע. וואלסטו אים געלאזט גיין זיין וועג אדער נישט?????

פארדרייט נישט די אשכול צו אנדערע ריכטונגען. נעם דיך ארויס פון פיקטשער. מען רעדט דא פון אונזערע קינדער.
איך זעה נישט די גרויסע שאלה דא
וואס טוה איך אויב מיין קינד זאגט מיר אז ער איז א מחלל שבת.
וואס טוה איך אויב מיין קינד איז נישט נארמאל.
נישט אז איך גלייך צי די ביידע.
די איינציגסטע ברירות איז אדער אפהאקן קשר אדער געבן ליבשאפט
מיט דעם נעמט איעדער אן אנדערען צוגאנג