בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
מתבודד האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:בותי ורמורי!
איך דערקלער א רעוואלוציע אקעיגן די נייע קעניג פון ענגלאנד און איך דערקלער מיך אלץ דער נייע קעניג, כ'האב שוין געקויפט אין toys4u א קרוין מיט א קעיפ, עולם, פון היינט בין איך קליג כ'האב א מיינונג, כ'בין ארויפגעקיקט, און ווער עס וועט נישט אויספאלגן מיינע באפעלען וועט מען....עעהההם....נעווער מיינד
אבער פליז פארגינטס מיך כאטש דעם "אייער מאיאסטעט הער @קהל'ס.....
פארגעס פון ווערן קעניג אזוי שנעל, צוליב ’געוויסע’ סיבות האט מען אפגעשטיפט די קרוינונג אויף נאך א יאר...
די בני המלוכה (אדער זייערע חסידים) קריגן זיך ארום. איז געבליבן אז למען השלום וועט דער יונגערער ברודער זיין קעניג אין סטעמפארד הילל. (דארט וואו קהילתנו הקדושה האט א ביהמ"ד אויף קעיזענאוו רד.). און דער עלטערער ברודער וועט זיין קעניג אין גאלדערס גרין. נאר לעצטנס הייבט דער יונגערער ברודער און זיינע חסידים אן צו קריכן קיין גאלדערס גרין. און זיי זענען ברויגז אויפ'ן עלטער'ן ברודער פארוואס ער טיילט זיך נישט מיט די מלוכה מיט'ן ברודער.ס'איז דא א דריטע פראקציע. וועלכע האבן געהאלטן מיט די אלטע קעניגן זצ"ל. זיי האלטן אז די 2 ברודערס זענען נישט ראוי צו פיהרן די מלוכה. זייער טאטע איז אויך געווען א פוסטער ליידיגגייער. זיי זענען חסידים פון די אלטע קעניגן. זיי האבן זיך באזעצט אין גאלדערס גרין. און זיי ווילן פארטרייבן דעם עלטערן ברודער. זיי זאגן אז ער זאלל גיין דרייוון א טעקסי אדער פאררעכטן שיך...!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 10:06 pm
דורך מתבודד
אזוי קוקט עס אויס...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 10:28 pm
דורך יין שרף
berlbalaguleh האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
IMG_20220908_213210_966.jpg
עצי שיטים: ביי אונז (אין דער בלאט און דער איד) האט מען זיך געפיהרט אז מ'האט געשריבן די ניחום אבלים מודעה מיט'ן אידישן נאמען. וואס מ'האט איהר געגעבן ביים קידוש. אויף אידיש האט זי געהייסן..פריידא בתי' עדינבורג (ווינדזאר). אזוי ווי ס'שטייט אויף די היימישע חתונה בריוולעך. (מרת) לעפקאוויטש (פריינד).

ווי אלט איז זי געווען לאורך ימים?
די איין מאל וואס מען דארף שוין יא שרייבן לאורך ימים ונשים.. שרייבסטו עס נישט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 10:32 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
IMG_20220908_213210_966.jpg
עצי שיטים: ביי אונז (אין דער בלאט און דער איד) האט מען זיך געפיהרט אז מ'האט געשריבן די ניחום אבלים מודעה מיט'ן אידישן נאמען. וואס מ'האט איהר געגעבן ביים קידוש. אויף אידיש האט זי געהייסן..פריידא בתי' עדינבורג (ווינדזאר). אזוי ווי ס'שטייט אויף די היימישע חתונה בריוולעך. (מרת) לעפקאוויטש (פריינד).

ווי אלט איז זי געווען לאורך ימים?
די איין מאל וואס מען דארף שוין יא שרייבן לאורך ימים ונשים.. שרייבסטו עס נישט.
יין שרף: איך האב עס בכונה נישט געשריבן. נאר איך האב הנאה אז ס'איז דא ווער ס'באמערקט...ייש"כ.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 10:56 pm
דורך יין שרף
berlbalaguleh האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
IMG_20220908_213210_966.jpg
עצי שיטים: ביי אונז (אין דער בלאט און דער איד) האט מען זיך געפיהרט אז מ'האט געשריבן די ניחום אבלים מודעה מיט'ן אידישן נאמען. וואס מ'האט איהר געגעבן ביים קידוש. אויף אידיש האט זי געהייסן..פריידא בתי' עדינבורג (ווינדזאר). אזוי ווי ס'שטייט אויף די היימישע חתונה בריוולעך. (מרת) לעפקאוויטש (פריינד).

ווי אלט איז זי געווען לאורך ימים?
די איין מאל וואס מען דארף שוין יא שרייבן לאורך ימים ונשים.. שרייבסטו עס נישט.
יין שרף: איך האב עס בכונה נישט געשריבן. נאר איך האב הנאה אז ס'איז דא ווער ס'באמערקט...ייש"כ.
אין א וואך ארום גייט שמעקעדיג זיך לאזן הערן דעראויף..

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 12:52 am
דורך [NAMELESS]
צייטונגען אין ענגלאנד

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 1:06 am
דורך [NAMELESS]
הערליך

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 5:28 am
דורך כלבאשבוע
די שווארצע ״קעביס״ קומען אין מאסן איר אפצוגעבן דעם לעצטן כבוד

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 5:33 am
דורך כלבאשבוע
באריכט פון 1948 ווען דער נייער קעניג טשארלס איז געמאלעט געווארן דורך א אידישן מוהל

https://twitter.com/oferaderet/status/1 ... AvkpogEkUA

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 5:40 am
דורך כלבאשבוע
א זיס בילד ווי די קעניגן שמייכלט שטארק

א שיינע מעשה When the Queen was snapped 'gigglin'
https://www.bbc.com/news/in-pictures-56242398

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 9:09 am
דורך נ נח
מ'שמועסט אז זי איז נעבעך אוועק פין די וועקסין...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 9:48 am
דורך צקון לחש
לענ"ד איז זי געווען אן ערנסטע יפה מראה, אינטערסאנט צו ס'ווערט ארויסגעברענגט ערגעץ וואו.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 2:41 am
דורך berlbalaguleh
נישט אויף די עלטערע יארן. נאר דאס איידלקייט האט אייביג אראפגעשיינט פון איהר פנים. אן אמת'ע מלכה. פון א משפחה אוהבי ישראל. איהר מוטער האט זיך אויך אויסגעצייכנט מיט אהבת ישראל. ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 12:46 pm
דורך שאלתיאל
איך געדענק נאך ווי היינט די גוטע יארן אין קינדערגארטן ווען אונז פלעגן מיר העפטיג שפילן 'קעניג'. עס פלעגט זיין א גרינעם דינסטאג ווען איינער פון די נאז-רינענדיגע קינדער מיט א געהויבענע געמיט פלעגט זיך אנטון א פלעסטיק קרוין, גענומען א לעגא שטעקן אין האנט און זיך געשפירט ווי נאפאליאן קייזער נאכן אפהאלטן די מעכטיגע זיג אויפן 'אויסטערליץ' פראנט. אין די צייט אבער וואס אונז האמער שוין פונלאנג אויסגעוואקסן די קינדערישע פאנטאזיעס און זיך אומגעקערט צום ריאליטעט זעהט זיך אויס אז ס'פארהאן אזוינע וואס נישט. די יעניגע זענען געבליבן ערנסט שפילן קעניג און עס גאר גענומען צו א נעקסט לעוועל, זיי האבן זאגאר 'עכטע' קרוינען פון גאלד און זילבער און פאלאצן מיט באדינער פונקט ווי די פירשטן און פרינצן פון מנחם מנדל'ס ביכער. וואס איך קען נישט פארשטיין איז וויאזוי מען ברענגט צו דער המון מיטצושפילען מיטן 'פארשטעלונג' און אזוי צו שאלען און יאוועלען פון פרייד פארן קעניג'ס פרעכטיגע קארעטע וואס געלאפירט אדער קלאגן און טרויערן נאכן טויט פונעם 'מאיעסטעט' ווייל ווי ווייט איך געדענק, מיין 'קעניגשאפט' פלעגט זיך יוזשעלי ענדיגן ווען א פארראצטע 'ווידעשפעניגער' האט אראפגעריסן דעם פלעסטיק קרוין און מיך אראפגעוארפן פון טראן...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 1:56 pm
דורך נאך א מיינונג
שאלתיאל האט געשריבן:איך געדענק נאך ווי היינט די גוטע יארן אין קינדערגארטן ווען אונז פלעגן מיר העפטיג שפילן 'קעניג'. עס פלעגט זיין א גרינעם דינסטאג ווען איינער פון די נאז-רינענדיגע קינדער מיט א געהויבענע געמיט פלעגט זיך אנטון א פלעסטיק קרוין, גענומען א לעגא שטעקן אין האנט און זיך געשפירט ווי נאפאליאן קייזער נאכן אפהאלטן די מעכטיגע זיג אויפן 'אויסטערליץ' פראנט. אין די צייט אבער וואס אונז האמער שוין פונלאנג אויסגעוואקסן די קינדערישע פאנטאזיעס און זיך אומגעקערט צום ריאליטעט זעהט זיך אויס אז ס'פארהאן אזוינע וואס נישט. די יעניגע זענען געבליבן ערנסט שפילן קעניג און עס גאר גענומען צו א נעקסט לעוועל, זיי האבן זאגאר 'עכטע' קרוינען פון גאלד און זילבער און פאלאצן מיט באדינער פונקט ווי די פירשטן און פרינצן פון מנחם מנדל'ס ביכער. וואס איך קען נישט פארשטיין איז וויאזוי מען ברענגט צו דער המון מיטצושפילען מיטן 'פארשטעלונג' און אזוי צו שאלען און יאוועלען פון פרייד פארן קעניג'ס פרעכטיגע קארעטע וואס געלאפירט אדער קלאגן און טרויערן נאכן טויט פונעם 'מאיעסטעט' ווייל ווי ווייט איך געדענק, מיין 'קעניגשאפט' פלעגט זיך יוזשעלי ענדיגן ווען א פארראצטע 'ווידעשפעניגער' האט אראפגעריסן דעם פלעסטיק קרוין און מיך אראפגעוארפן פון טראן...
איך געדענק נאך ווי היינט די גוטע יארן אין קינדערגארטן ווען אונז פלעגן מיר העפטיג שפילן 'רבי'. עס פלעגט זיין א גרינעם דינסטאג ווען איינער פון די נאז-רינענדיגע קינדער מיט א געהויבענע געמיט פלעגט זיך אנטון א פלעסטיק שטריימל, גענומען א לעגא שטעקן אין האנט און זיך געשפירט ווי דער רבי ר' צץ נאכן אפהאלטן די מעכטיגע זיג מיט די שטן ביים מצה אויוון. אין די צייט אבער וואס אונז האמער שוין פונלאנג אויסגעוואקסן די קינדערישע פאנטאזיעס און זיך אומגעקערט צום ריאליטעט זעהט זיך אויס אז ס'פארהאן אזוינע וואס נישט. די יעניגע זענען געבליבן ערנסט שפילן רבי און עס גאר גענומען צו א נעקסט לעוועל, זיי האבן זאגאר 'עכטע' שטריימלעך און קאלפיקעס פון מינק מיט פוקסן פאל און פאלאצן מיט באדינער פונקט ווי די צדיקים און וואונדער–מאכערס פון מנחם מנדל'ס ביכער. וואס איך קען נישט פארשטיין איז וויאזוי מען ברענגט צו דער המון מיטצושפילען מיטן 'פארשטעלונג' און אזוי צו שאלען און יאוועלען פון פרייד פארן רבי'ס פרעכטיגע מאטארקאדע וואס געלאפירט אדער קלאגן און טרויערן נאכן טויט פונעם 'רבי זכיתוי גיין עלייני' ווייל ווי ווייט איך געדענק, מיין 'רביסטיווע' פלעגט זיך יוזשעלי ענדיגן ווען א פארראצטע 'ווידעשפעניגער' האט אראפגעריסן דעם קאלפיק און מיך אראפגעוארפן פון טראן...

FTFY

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 1:59 pm
דורך שאלתיאל
שוין דערמאנט אויבן די ענליכקייט טראץ וואס ס'איז אן אשכול איבער קעניגן עליזאבעט און נישט איבער רבי'ס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 7:27 pm
דורך שאלתיאל
קוקט אויס ווי ס'קומט א גוטס מיט דער פרישע קעניג טשארלס. היינט ווען ער האט געחתמ'ט אין די וויזיטערס בוך און האט זיך פארהאנקערט מיט די טינט האט ער זיך גענומען שעלטן אין פראנט פון די קעמערע.
https://youtu.be/2Encm187scA

דאס איז געקומען נאך אן אנדערע אינצידענט אום שבת, אויך מיט א פענע, ווען ער האט בייזערהיט פארלאנגט אראפרוימען פון טיש אן אומשולדיגע פענע.
https://youtu.be/HhV2082VhPA

לעבן זאל דער מאיעסטעט!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 7:46 pm
דורך קהל'ס נער
שאלתיאל האט געשריבן:קוקט אויס ווי ס'קומט א גוטס מיט דער פרישע קעניג טשארלס. היינט ווען ער האט געחתמ'ט אין די וויזיטערס בוך און האט זיך פארהאנקערט מיט די טינט האט ער זיך גענומען שעלטן אין פראנט פון די קעמערע.
https://youtu.be/2Encm187scA

דאס איז געקומען נאך אן אנדערע אינצידענט אום שבת, אויך מיט א פענע, ווען ער האט בייזערהיט פארלאנגט אראפרוימען פון טיש אן אומשולדיגע פענע.
https://youtu.be/HhV2082VhPA

לעבן זאל דער מאיעסטעט!
האלאו רעד נישט אויף מיין רבי.
ער האט זיך נישט גערעיגט, ער האט זיך געבייזערט......
ער האט נישט געשאלטן, ער האט געהאט א קפידה.......


ווי האט יענער געזאגט?
רביס שלאפן נישט, זיי לאנען זיך צי.
זיי עסן נישט, זיי בייסן צי.
זיי גייען נישט אין בית הכסא, זיי שפארן זיך איין.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 9:00 pm
דורך צקון לחש
קהל'ס נער האט געשריבן:האלאו רעד נישט אויף מיין רבי.
אוי זאגסטו גוט, דער דערמאנט מיר פון דיין און @שאלתיאל'ס רבי... :D

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:44 pm
דורך אלבערט איינשטיין
קהל'ס נער האט געשריבן: ווי האט יענער געזאגט?
רביס שלאפן נישט, זיי לאנען זיך צי.
זיי עסן נישט, זיי בייסן צי.
זיי גייען נישט אין בית הכסא, זיי שפארן זיך איין.
זאגסט עס נישט גוט.
כך קבלתי מרבותי:
די רבי שלאפט נישט. "די רבי שפארט זיך צו",
די רבי עסט נישט. "די רבי מאכט א לחיים",
די רבי גייט נישט אין טוילעט. "די רבי איז ארויס".

Re: ענגלישע קעניגן עליזאבעט II איז טויט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 11:29 pm
דורך פאליטיקאנט
די רבי רעגט זיך נישט, ער האט א קפידה.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 7:51 am
דורך בן-עולם-הבא
פראווען א מלווה מלכה נעמט געווענלעך א שעה-צוויי, העכסטנס דריי. דא האט מען עס אפגעפראוועט צוויי וואכן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:18 pm
דורך [NAMELESS]
שאלתיאל האט געשריבן:קוקט אויס ווי ס'קומט א גוטס מיט דער פרישע קעניג טשארלס. היינט ווען ער האט געחתמ'ט אין די וויזיטערס בוך און האט זיך פארהאנקערט מיט די טינט האט ער זיך גענומען שעלטן אין פראנט פון די קעמערע.
https://youtu.be/2Encm187scA

דאס איז געקומען נאך אן אנדערע אינצידענט אום שבת, אויך מיט א פענע, ווען ער האט בייזערהיט פארלאנגט אראפרוימען פון טיש אן אומשולדיגע פענע.
https://youtu.be/HhV2082VhPA

לעבן זאל דער מאיעסטעט!
די קעניג צו זיין מזל האט אויסגעמוטען אייער וואס איז געפלויגען אין זיין דירעקציע זייענדיג אויף א באזוך אין יארק.

די פראטעסטער וואס האט איהם באווארפן מיט אייער, האט געשריגען אז ענגלאנד איז געבויט געווארן אויף בלוט פון עבדים!!!