גוים דערמאנען אונז אז 'מיאמי בויז' זענען אויך קיל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איך בין זייער אימפרעסט אז אייוועלט האט אזא אשכול אויך
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

נוח האט געשריבן:כ'זעה אסאך מאל ביי מיינע אויפגעקלערטע חברים אז צוליב פארשידענע געדאנקען איבער אונזער געזעלשאפט מיינען זיי אז דערפאר זענען מיר א נארישע נידעריגע קולטור וואס געט נישט צו צו די וועלט. צב"ש, אונזער מוזיק איז סתם נארישע מוזיק. אז דו ווילסט הערן "עכטע" מוזיק, דארפסטו זיין גענוג קיל צו הערן לענארד כהן אדער אפילו די פּאפּ קעניגינס פון אמעריקע.

חרדישע מוזיק? נע! חסידישע מוזיק? עה! "אונז פארשטיי מיר נישט צו די 'עכטע' מוזיק!"

און במחילה, איך האלט אז טייל אויפגעקלערטע מאכן די זעלבע טעות לגבי השקפות און דעות, כאילו די גויאישע וועלט האט די "עכטע" פארגעשריטענע דעות, און יעדע דעה מיט וואס אונז זעמיר חולק איז צוריקגעבליבן. דאס איז נוגע סיי לגבי די וואס קויפן אפ יעדן געניץ פון ליבעראלן, און סיי די וואס כאפן בשתי ידיים יעדן שטות פון קריסטליכע קאנסערוואטיוון און זייערע פרעדיגערס.

די גויאישע-אמעריקאנער קולטור איז א קולטור פונקט ווי אלע. ס'איז געמאכט דורך מענטשן פון בלוט און פלייש פונקט ווי אונז אלע. יא, ס'האט א מעלה אז ס'איז אפען פאר נייע געדאנקען, און אויפגעקלערטע מענטשן קענען דארטן טרעפן ענינים וואס ביי אונז ווייסט מען נישט אפילו ווי אזוי אנצוקוקן. אבער מ'דארף אייביג געדענקען אז אונזער רייכער קולטור האט אויך וואס צו אָפערן און מ'דארף זיך נישט אייביג שעמען מיט אונזערע דעות און אפילו סתם געפיל און טעיסט פאר מוזיק, מאכלים, ליטעראטור, פאליטיק, און אפילו חכמות העולם.

פארוואס זאג איך דאס יעצט. ווייל מיר קוקן מיט פאסצינאציע ווי די גויאישע וועלט האט די וואך פלוצלינג אנטדעקט קליפס פון מיאמי בויז קווייער, און די חברה מאכן א חיים טובים מיט'ן זען א געשמאקע מוזיק זשאנער וואס איז פרעמד פאר זיי און האבן שטארק הנאה. און את חטאי אני מזכיר, אויב וואלטסטו מיר געפרעגט דריי וואכן צוריק אויב מיאמי בויז האט אין זיך עפעס אריגינעלקייט און ברענגט עפעס א חידוש פאר די וועלט, וואלט איך געזאגט אז ניין. מסתמא וואלט איך געזאגט אז ס'איז סתם קטנות'דיגע זינגערייען, און וואס אימער דערפון וואס איז יא אין מויל צו נעמען, איז מסתמא נאכגעמאכט פון גויאישע זינגערס און קאמפאזערס און קאראעגראפערס. אבער ס'איז נישט אזוי. ס'איז יעצט קלאר אז מיאמי בויז איז יוניק, און ברענגט א חידוש אויף דער וועלט.

און מיר דארפן געדענקען אז דאס זעלבע איז מיט אלעם פון אונזער קולטור און געזעלשאפט. מ'טאר זיך נישט שפירן קליין און נאריש קעגן די מעכטיגע וועלטליכע קולטור. צי ס'איז נוגע ענטערטעינמענט, צי ס'איז נוגע די יעצטיגע השקפה ביי ליבעראלן אדער היימישע קריסטליכע קאנסערוואטיוון, צי האט צוטוהן מיט טאלאנט און כשרון. מ'דארף קוקן אויף יעדע זאך מיט אפענע אויגן, און זען צו נעמען פון איבעראל וואס איז גוט, אמת און הייליג. און נישט ווייל מ'שפירט א שטומפיגקייט און דערשטיקטקייט ביי אונז זאל מען מיינען אז אלעס ביי אונז איז נאריש, און ביי זיי איז אלעס עכט און אמת.
ביגאן איז דוקא א פיינער מחדש, אבער טענות אויף חרדישע מוזיק זענען ריכטיגע, ווייל באופן כללי איז דער אמעריקאנער גלות אידל נישט פארבליבן מיט קיין אייגנארטיגע דזשאנער, כמעט אלעס וואס מיר האבן אין פאפ איז בעאיינפלוסט פון אינדרויסן, פון מונה ראזנבלום ביז יוסי שטענדיג, און געווענליך איז עס גענומען פון ארגינעלע דזשאנערן וואס האבן שטארקע קשרים צו געוויסע קולטורן און poorly פאר'אידיש'ט. און דאס איז וואס נערווירט א מבין וואס האט שוין טועם געווען פון עץ הדעת. נישט ווייל ס'איז נישט שיין פאר זיך! און נישט ווייל מ'האט עפעס א לאו סעלף עסטים צו אלעס אידיש, נאר ווייל ס'איז די knock-off

נאכאמאל! איך זאג נישט ס'איז אלעמאל אזוי, איך זאג נישט ס'מוז זיין אזוי, ס'איז אבער אפטמאל אזוי. און לאידך גיסא מאכט זיך עס אלל די טיים אין סעקולערע מוזיק, אבער אין אלגעמיין מ'קען דערקענען אויף שפאנישע זמר פון וואו ס'שטאמט נאר פון איר געבוי, מ'קען אסאסיעיטן אן אפריקאנע ביעט מיט אפריקע, און מ'קען הערן פון דעם אקצענט צו פונעם banjo אינסטרומענט אז דאס איז ווארשיינליך א country ליד אא"וו. פרומע אידן היינט האבן דאס נישט, אין אייראפע הייסט אז ס'פלעג זיין. אבער היינט איז עס עכט נישט דא. דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט דא קיין שום ארגינעלקייט וואס געוויסע פון אונזערע קאמפאזירער און אראנדזשירער האבן געברענגט צום טיש, דאס מיינט נישט אז קארטאפל קוגל קען בשו"א נישט האבן קיין גוטן טעם, מיין פוינט איז ס'איז קיינמאל נישט געווארן פרעזערווירט פאר א דרויסנדיגער צו אבזערווירן. דו קענסט נישט טרעפן א וויקי ארטיקל וואס צונעמט די פארמיולע פון א שוועקי טאן צו פון א מבד, משא"כ יעדע פארשטופטע דזשאנער וואס די וועלט הערט קענסטו יא.

טרענדס אויף סאושל מידיא קומען און גייען און האבן נישט קיין שום פשט, די ערשטע מענטש האט עס פארשפרייט און נאך אים/איר טוט שוין יעדער נאכשפרונגען צו כאפן א ביסל קליקבעיט, און מ'דארף נישט ווערן אינגנאצן נתפעל דערפון, ווייל אין די היינטיגע קליינע וועלט קען יעדע אומבאקאנטע זאך זיין אינטערסאנט/מאדנע/אינטערהאלטנד פאר א צווייטן. איך בין מסכים צו דיין פילזאפיע בנוגע קולטור און פאליטיק. אבער לערן נישט אריין קיין מהר"ם שיק דא, ס'איז א נייע זאך וואס מ'האט קיינמאל נישט געזעהן פארט עס ארום, נגינה אליינס ווי באקאנט רעדט צו יעדעם איינעם, אבער די פאקט אז דאס איז געגאנגען וויירל מיינט נישט גארנישט, דאס איז נישט עפעס טיפער ווי אן אפריקאנישע לויה טאנץ אין מיינע אויגן. דאס איז פאפ-קולטור, אין א חודש ארום וועט עס קיינער ניטאמאל געדענקען.

אויב וויל איך אפלערנען דא עפעס טיף וואלט איך אפגעלאכט פון דאס וואס מיינע מלמדים האבן פארפירט אז א אידישע ניגון האט עפעס העכערס אין זיך וואס א פרעמדער קען נישט דערטאפן... הייסט אז אבא אבא, און שוועקי'ס רחם זענען נישט אידיש ווייל דאס האבן די אמות העולם אויך אויפגעכאפט...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

מ.ב.כ. לייוו נעכטן זינגענדיג ירושלים.

אידיש נחת שטייגט זיי איבער עניטיים.
.I got voices in my head.
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

שליחה דורך מר. קלונימוס »

בת קול האט געשריבן:מ.ב.כ. לייוו נעכטן זינגענדיג ירושלים.

אידיש נחת שטייגט זיי איבער עניטיים.
A total flop
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: גוים דערמאנען אונז אז 'מיאמי בויז' זענען אויך קיל

שליחה דורך פרנס החודש »

קען נישט זיין ערגער
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

בת קול האט געשריבן:מ.ב.כ. לייוו נעכטן זינגענדיג ירושלים.

אידיש נחת שטייגט זיי איבער עניטיים.
נישט צוואנציג יאר ציריק . יא היינט זייגט טאקע mbc
He is getting old ...
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

מר. קלונימוס האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:מ.ב.כ. לייוו נעכטן זינגענדיג ירושלים.

אידיש נחת שטייגט זיי איבער עניטיים.
A total flop
למען היושר, מהאט אריינגערוקט דעם ניגון די לעצטע מינוט אנדעם וואס זיי האבן געהאט געהעריג צייט צו פרעקטיסן
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

כלבאשבוע האט געשריבן:
מר. קלונימוס האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:מ.ב.כ. לייוו נעכטן זינגענדיג ירושלים.

אידיש נחת שטייגט זיי איבער עניטיים.
A total flop
למען היושר, מהאט אריינגערוקט דעם ניגון די לעצטע מינוט אנדעם וואס זיי האבן געהאט געהעריג צייט צו פרעקטיסן
נאך איינס פון אן אנדערע ניגון.
.I got voices in my head.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

עפעס איז ראנג מיט די סאנד צו וואס... אדער ווערט ער שוין טאקע אלט.
מען דארף נישט מער ווי קאמפירן די יעצטיגע ירושלים ווערסיע צו די אלטע. ס'איז הימל און ערד.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

שליחה דורך מר. קלונימוס »

די אלטע איז זיכער צוגעפיצט אין סטודיו אויך ס'נישט ממש רוי לייוו
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

שליחה דורך מר. קלונימוס »

.
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מען קען שוין קויפן די שיינע נייע פארשטעלעכץ לכבוד האלעווין...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויף אייוועלט זעה איך אז נאך קליפס זענען שוין געווארן פעימאס, עס איז אינטערעסאנט צו ליינען דערוועגן.
וירח ה' את ריח הניחוח
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט