נשלח: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 4:22 pm
איך בין זייער אימפרעסט אז אייוועלט האט אזא אשכול אויך
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=15574
ביגאן איז דוקא א פיינער מחדש, אבער טענות אויף חרדישע מוזיק זענען ריכטיגע, ווייל באופן כללי איז דער אמעריקאנער גלות אידל נישט פארבליבן מיט קיין אייגנארטיגע דזשאנער, כמעט אלעס וואס מיר האבן אין פאפ איז בעאיינפלוסט פון אינדרויסן, פון מונה ראזנבלום ביז יוסי שטענדיג, און געווענליך איז עס גענומען פון ארגינעלע דזשאנערן וואס האבן שטארקע קשרים צו געוויסע קולטורן און poorly פאר'אידיש'ט. און דאס איז וואס נערווירט א מבין וואס האט שוין טועם געווען פון עץ הדעת. נישט ווייל ס'איז נישט שיין פאר זיך! און נישט ווייל מ'האט עפעס א לאו סעלף עסטים צו אלעס אידיש, נאר ווייל ס'איז די knock-offנוח האט געשריבן:כ'זעה אסאך מאל ביי מיינע אויפגעקלערטע חברים אז צוליב פארשידענע געדאנקען איבער אונזער געזעלשאפט מיינען זיי אז דערפאר זענען מיר א נארישע נידעריגע קולטור וואס געט נישט צו צו די וועלט. צב"ש, אונזער מוזיק איז סתם נארישע מוזיק. אז דו ווילסט הערן "עכטע" מוזיק, דארפסטו זיין גענוג קיל צו הערן לענארד כהן אדער אפילו די פּאפּ קעניגינס פון אמעריקע.
חרדישע מוזיק? נע! חסידישע מוזיק? עה! "אונז פארשטיי מיר נישט צו די 'עכטע' מוזיק!"
און במחילה, איך האלט אז טייל אויפגעקלערטע מאכן די זעלבע טעות לגבי השקפות און דעות, כאילו די גויאישע וועלט האט די "עכטע" פארגעשריטענע דעות, און יעדע דעה מיט וואס אונז זעמיר חולק איז צוריקגעבליבן. דאס איז נוגע סיי לגבי די וואס קויפן אפ יעדן געניץ פון ליבעראלן, און סיי די וואס כאפן בשתי ידיים יעדן שטות פון קריסטליכע קאנסערוואטיוון און זייערע פרעדיגערס.
די גויאישע-אמעריקאנער קולטור איז א קולטור פונקט ווי אלע. ס'איז געמאכט דורך מענטשן פון בלוט און פלייש פונקט ווי אונז אלע. יא, ס'האט א מעלה אז ס'איז אפען פאר נייע געדאנקען, און אויפגעקלערטע מענטשן קענען דארטן טרעפן ענינים וואס ביי אונז ווייסט מען נישט אפילו ווי אזוי אנצוקוקן. אבער מ'דארף אייביג געדענקען אז אונזער רייכער קולטור האט אויך וואס צו אָפערן און מ'דארף זיך נישט אייביג שעמען מיט אונזערע דעות און אפילו סתם געפיל און טעיסט פאר מוזיק, מאכלים, ליטעראטור, פאליטיק, און אפילו חכמות העולם.
פארוואס זאג איך דאס יעצט. ווייל מיר קוקן מיט פאסצינאציע ווי די גויאישע וועלט האט די וואך פלוצלינג אנטדעקט קליפס פון מיאמי בויז קווייער, און די חברה מאכן א חיים טובים מיט'ן זען א געשמאקע מוזיק זשאנער וואס איז פרעמד פאר זיי און האבן שטארק הנאה. און את חטאי אני מזכיר, אויב וואלטסטו מיר געפרעגט דריי וואכן צוריק אויב מיאמי בויז האט אין זיך עפעס אריגינעלקייט און ברענגט עפעס א חידוש פאר די וועלט, וואלט איך געזאגט אז ניין. מסתמא וואלט איך געזאגט אז ס'איז סתם קטנות'דיגע זינגערייען, און וואס אימער דערפון וואס איז יא אין מויל צו נעמען, איז מסתמא נאכגעמאכט פון גויאישע זינגערס און קאמפאזערס און קאראעגראפערס. אבער ס'איז נישט אזוי. ס'איז יעצט קלאר אז מיאמי בויז איז יוניק, און ברענגט א חידוש אויף דער וועלט.
און מיר דארפן געדענקען אז דאס זעלבע איז מיט אלעם פון אונזער קולטור און געזעלשאפט. מ'טאר זיך נישט שפירן קליין און נאריש קעגן די מעכטיגע וועלטליכע קולטור. צי ס'איז נוגע ענטערטעינמענט, צי ס'איז נוגע די יעצטיגע השקפה ביי ליבעראלן אדער היימישע קריסטליכע קאנסערוואטיוון, צי האט צוטוהן מיט טאלאנט און כשרון. מ'דארף קוקן אויף יעדע זאך מיט אפענע אויגן, און זען צו נעמען פון איבעראל וואס איז גוט, אמת און הייליג. און נישט ווייל מ'שפירט א שטומפיגקייט און דערשטיקטקייט ביי אונז זאל מען מיינען אז אלעס ביי אונז איז נאריש, און ביי זיי איז אלעס עכט און אמת.
A total flop
נישט צוואנציג יאר ציריק . יא היינט זייגט טאקע mbc
למען היושר, מהאט אריינגערוקט דעם ניגון די לעצטע מינוט אנדעם וואס זיי האבן געהאט געהעריג צייט צו פרעקטיסןמר. קלונימוס האט געשריבן:A total flop