בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 10:26 pm
דורך עסקן בדברים
קרן זוית האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:.
פאראייניגטע אידארסירונג ?

פארוואס שטייט נישט אינטערגעשריבן מיט וועם זיי האבן זוך פאראייניגט?
ס׳ שטייט יא. ס׳ גע׳חתמ׳ט אנ״ש וויליאמסבורג, אנ״ש קרית יואל, אנ״ש בארא פראק, אנ״ש מאנסי

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 10:53 pm
דורך מתבודד
נייגעריג פארוואס די ’גלילות’ האבן זיך נישט מצטרף געווען צום פאראייניגונג :roll:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 11:04 pm
דורך [NAMELESS]
מתבודד האט געשריבן:נייגעריג פארוואס די ’גלילות’ האבן זיך נישט מצטרף געווען צום פאראייניגונג :roll:

קיינער האט זיי ניטאמאל געפרעגט, זיי זענען ממילא אינטערגעווארפען צו ק"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 8:05 am
דורך היסטאריע
אלבאני - נאכדעם וואס חרדי'שע פירער און רבנים האבן קלאר געשטעלט פאר די האוקול קאמפיין אז מען קען איר נישט אינדארסירן ווי לאנג זי קומט נישט ארויס קלאר לטובת דעם חרדי'שן חינוך, האט די גאווערנאר ארויסגעלייגט א בריוו געוואנדן צום ציבור אין וועלכע זי פארפליכט זיך ווייטער צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם און ארויסהעלפן אידן זאלן קענען פראקטיצירן אידישקייט און געבן א תורה'דיגן חינוך פאר די קינדער, צוזאגנדיג צו ארבעטן אינאיינעם מיט די רבנים און מנהלי המוסדות.

וועט מען מוזן זאגן, אז זי האט גארנישט פארשטאנען ביז יעצט.

די מוסדות זענען זיכערע געווינער, זיי האבן יעצט הבטחות פון ביידע ליגנערס.

באקומט ניו יארק א רעפובליקאנע גאווערנער??

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 3:27 pm
דורך זיידענע העמדל
IMG_0036.jpg
די הייליגע רבי אינדאסירט האוקעל פאר גאווענער

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 3:39 pm
דורך היסטאריע
זאלען סאטמאר און סקווירא נישט האקן א טשייניק וועגן גזירות.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 4:48 pm
דורך א בני יואל
ווי אזוי האט דעא בחור געשריגען
דא איז נישט אמעריקע דא איז jewland

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 7:32 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערעסאנטע פענאמענען

די ערוועלטע ראשי העיר בעטען זיך ביי די אומערוועלטע ראשי המוסדות אז זיי זאלען פארלאנגן פון זייער ציבור אז מ'זאל זיי ערוועלען......

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 7:57 pm
דורך היסטאריע
א אינטרעסאנטער ספין, די גזירות טוהן שטערקער מאכען דער בלאק וואט, בעת וואס ביז היינט האבן אסאך מענטשן געפיפען און וואסער נישט געוועלט בכלל אדער פאר וועמען זיי האבן געוואלט, מאכן די גזירות אז אסאך מער מענטשן זאלען גיין שטימען, און מאכט די ראשי המוסדות שטערקער אין פאליטיק.

עס איז דאך אינטרעסאנט ווי גאליביל סאטמאר און סקווירא זענען, בעת וואס זי האט גארנישט געהאלפן ביז יעצט, און פין אפאר הבטחות ווייל עס דראהט זי צו ווערען אויב גאווערנער, ווערען זיי צורינען.

זי האט מער מורא פאר דער נ"י טיימס, זי וואלט קיינמאל, און וועט קיינמאל נישט זאגן א פיפס לטובת די חינוך פין די חרדים, נאר יעצט בשעת עס דראהט זי צו פארלירן, פארשטייט דער נ"י טיימס (און דער גאנצע לינקע שונאי הדת געמיינדע), אז לצורך השעה קען זי צוזאגן די סטופיד חרדים וואס זי דארף.

טאמער זי געווינט, איז פשוט כביעתא בכותחא, אז מען וועט נישט נהנה זיין פין איר כקליפת השום.

מוז זיין, אז די קלוגע ראשי המוסדות ווייסען אויך, אז די גזירות זענען נישט אזא גרויסע פראבלעם, און דער עיקר איז צו האבן דער לינקע געלט פראגראמען.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 8:58 pm
דורך מתבודד
דער עולם עולם איז קריעיטיוו..

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:04 pm
דורך [NAMELESS]
באמת דארף מען געבן אונזער שטימע פאר זעלדען צוליב די שרעקליכע גזירות החינוך, אבער סוף סוף איז דאס א "גזירה שאין הציבור יכולים לעמוד בה" ווייל דאס קען ברענגען אז מ'זאל פארלירן די געלטער און מוציא'ס וואס דעמאקראטן געבן (היה לא תהיה) ושכיחא הזיקא שאני.

כלנו לק. הוקעל פאר גאווענער

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
זאלל נאך מהר"א שליט"א איינמאל זיך אויפשטעללן און דרשנ'ען איבער די שרעקליכע גזירת החינוך...! מילא דער העיליגער צאאדיק פון ראקלענד קאונטי איז דאך אייביג געווען פארקויפט פאר די דעמאקראטן. אלס דאנקבארקייט וואס מ'האט איהם נישט גענימען אויפ'ן צימבל. ניין נישט פאר מעשה שפיצר. נאר פאר די מיליאנען וואס זיינע מענטשן זענען געגאנגען יושב'ן...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 9:24 pm
דורך [NAMELESS]
ווי מ'גייט ווי מ'שטייט רעדט מען זעלדין זעלדין, יעדער רעדט פון איהם מיט גרויס חשיבות און הערצה. איינמאל פאר אלעמאל וועט מען ווייזען פאר אלע שונאים, מיר וועלן אריינברענגן עפעס א היימישער און פטור ווערן פון אלע גזירות.

אפילו לאמיר זאגן אז חלילה ער וועט נישט געווינען, הגם לויט אלע אנקעטעס איז דא א שוואכע פראצענט ער זאל עס נישט מאכען, ברויך מען איהם נאכאלטס רופען צו כ"א כסלו זאגט רבי יאנקעל דער באקאנטע מוכר ספרים, ווען ארום איהם שטייען א קופקע אינגעלייט, וואס רעדסטו ער וועט זיכער געווינען שרייט די אנגעזעהנע ר' שמעון האפענטליך וועט ער אינגאנצען מבטל זיין ענגליש ס'איז סתם א איבעריגע זאך!! רבי שלום די מלמד שרייט צוריק דאס נישט, ווילסט איך זאל זיצען אין חדר נאך צוויי שעה יעדען טאג, וואסארע גזירות ברענגסטו אויף מיר !!!

די שמועס איז ווייטער געגאנגען, יעדער מיט זיין פארשטאנד שרייט איבער דעם צווייטען, מיין קאפ האט אנגעהויבן צו שווינדלען כ'האב אפגעטראגן פון דארט...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 11:14 pm
דורך [NAMELESS]
דארף מען קודם דאווענען אדער וויבאלד עס איז א חוב קדוש קען מען שוין גיין צו די בחירות ביי משיכיר ?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 11:57 pm
דורך קהל'ס נער
קרן זוית האט געשריבן:דארף מען קודם דאווענען אדער וויבאלד עס איז א חוב קדוש קען מען שוין גיין צו די בחירות ביי משיכיר ?
ערשט דארף מען וואוטען, אזוי בזכות פון מקיים זיין די הייליגע מצווה פון ובחרת בזלדין וועט מען זוכה זיין צי א דערהויבענע דאווענען.

@טורקס, זאגט אז ער האט נישט געבלאזן שופר היינט, כדי צי צימישן האוקעל....

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 12:00 am
דורך [NAMELESS]
קהל'ס נער האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:דארף מען קודם דאווענען אדער וויבאלד עס איז א חוב קדוש קען מען שוין גיין צו די בחירות ביי משיכיר ?
ערשט דארף מען וואוטען, אזוי בזכות פון מקיים זיין די הייליגע מצווה פון ובחרת בזלדין וועט מען זוכה זיין צי א דערהויבענע דאווענען.

@טורקס, זאגט אז ער האט נישט געבלאזן שופר היינט, כדי צי צימישן האוקעל....

דאס איז איינמאל זיכער אז זעלדין גופא גייט פאר'ן דאווענען....

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 12:26 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:זאלל נאך מהר"א שליט"א איינמאל זיך אויפשטעללן און דרשנ'ען איבער די שרעקליכע גזירת החינוך...! מילא דער העיליגער צאאדיק פון ראקלענד קאונטי איז דאך אייביג געווען פארקויפט פאר די דעמאקראטן. אלס דאנקבארקייט וואס מ'האט איהם נישט גענימען אויפ'ן צימבל. ניין נישט פאר מעשה שפיצר. נאר פאר די מיליאנען וואס זיינע מענטשן זענען געגאנגען יושב'ן...!
איך האב געמיינט אז דער צאאדיק וועיסט נישט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 2:29 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: ער וועיסט טאאקע נישט. אבער ווי זעינע באאנק ביכלעך זענען דאס וועיסט ער שוין זעיער גוט. דער טאאטע...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 10:01 pm
דורך Chasidishmashpia
נו? ווי זעהט עס אויס ווער געווינט? סאטמער און סקווער אדער די אנדערע חרדים?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 10:57 pm
דורך שמן למאור
Chasidishmashpia האט געשריבן:נו? ווי זעהט עס אויס ווער געווינט? סאטמער און סקווער אדער די אנדערע חרדים?
זעלדין איז גאר שוואך דערווייל.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 11:02 pm
דורך [NAMELESS]
יאפ, אין פלארידע און אזוי אויך אין טעקסעס האט מען שוין געגעבן די געווינס פאר די רעפאבליקאנער, אפשר וועט מען דארפן אהין מופען, די שאלה איז נאר צו מען קען אהין טרענספערן די פ.ס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:40 am
דורך שמעקעדיג
צ"ק, קוקט נישט אויס דאס מאל...