בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 6:24 pm
דורך וואלווי
למעשה דונג, וואס איז אונזער נעקסטע סטעפ דא?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 6:26 pm
דורך [NAMELESS]
נאך א קורצע איבערזיכט שטעלט זיך ארויס אז פון אמת ויציב׳ס (?) גאנצע עלף תגובות דא האט ער נאך קיינמאל נישט געברענגט עפעס קאנקרעטיש צום טיש. אלס איז פארשטייט זיך געשריבן געווארן מיט גרויס דראמא אבער השערות געבויעט אויף השערות. טוה א טובה און טרעט אראפ, גיי אויף טעלעגראם און שמועס דארטן מיט די בחורים דיינס גלייכן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 6:27 pm
דורך שפילער
יהורם האט געשריבן:אפאר פרישע ניקס זיך אנגערוקט און הייבן אן שטופן אגענדעס. צום פותח האשכול, דו ביסט דורכזיכטיג. ר׳ מאיר הערש בערגער איז אן עסקן לשם שמים, והא ראיה אז רוב הערן דא זיין נאמען צום ערשטן מאל. דער אשכול איז געעפנט געווארן צו באשמוצן דעם איד און איז נידריג אוממאראליש.

ערווארטעט פון די מנהלים צו פארמעקן דעם אשכול.
דיין פאוינט איז א ריכטיגע אבער
דעי יא נייע ניק נישט נייע ניק סינדראם איז געמאכט פאר אייוועלט,

לאז געמאכט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 6:27 pm
דורך שמן למאור
דונג האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:איך זע נישט וואס ענק נייע ניקים דרייען דא איבער. סך הכל האבן צוויי גאר גוטע קאנדידאטן געלאפן איינע קעגן דעם צווייטן און יעדער האט א רעכט אויסציוועלן ווער עס געפעלט אים. ס'נישט אזוי ווי איינער האט גענומען געלט און געשטיפט א נישט גוטע קאנדידאט, ביידע האבן גוטע רעקאודס פון טון גוטס און יעדער האט א רעכט צו נעמען געלט און שטיפן וועלכע קאמפיין ער וויל. יעדער ניצן אלע מיטלען ארויסצושלעפן וואוטס, אלעמאל געווען און וועט אלעמאל זיין.
ענק דרייען סתם איבער.
גערעכט ביסטו אויב די ציל איז 'בלויז' אמעריקאנער פאליטיק; אבער די ציל פון די אונטערוועלטניקעס זענען, בלויז קעגן!
קעגן סאטמאר, קעגן סקווער, קעגן רבנים בכלל. און נישט צופעליג נאר דיירעקט! ממילא. אז דו ווילסט פייטן, שטעל דיך ארויס מיט דיינע רעבישע גאטשעס פנים אל פנים.
איך שטיץ זייער יאסי געשטעטנער, וואס האט זיך אסאך שמוציג געמאכט די הענט און גע'שתדל'ט ווי אסאך האבן ארויסגעבעקט. אז ס'זאל נישט קיין חילול הקודש.
און אז איך הער אז יאסי האט געמאכט געלט, הכל ריווח, ער ארבעט ווי א מאשין.

אבער דאס וואס די פארשטעלטע פענימער, וואס איינס פון זיי ווייסן מיר שוין, דאס וואס זיי טוען איז 'טראלען' נערווירן און קלונגען און דרייען איבער.
ווארפן פאשקעווילן און אראפרייסן רבנים ואישי ציבור, דאס איז נישט קיין 'נארמאלע' וועג. אנטשולדיגט מיר. כ'רעדט פון א עוולה וואס דער ציבור דארף וויסן.
איך האב נישט קיין מושג וואס די רעדסט. פארוואס פאלט דיר ביי אז זיי זיכן דוקה קעגן סאטמאר און סקווירא? אפשר שטיפן זיי בלויז זייער אגענדע? צעטלעך מיט פאשקעווילן האב איך געזען פון ביידע זייטן. טראולען און נערווירן טוט יעדער, דאס איז די מציאות אזוי גייען עדס מיט קאמפיינס...סארי.. טאנץ ארויף אויפן וואגן.
אראפרייסן רבנים ואישי ציבור (דאס וואס די טוסט גראדע אין דעם אשכול... קוק דיר ביטע אין שפיגל) איז טאקע נישט קיין נארמאלע וועג, און איך געדענק נישט זען ווי בערגער זאל דאס טון.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 6:29 pm
דורך דונג
יהורם האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:איך זע נישט וואס ענק נייע ניקים דרייען דא איבער. סך הכל האבן צוויי גאר גוטע קאנדידאטן געלאפן איינע קעגן דעם צווייטן און יעדער האט א רעכט אויסציוועלן ווער עס געפעלט אים. ס'נישט אזוי ווי איינער האט גענומען געלט און געשטיפט א נישט גוטע קאנדידאט, ביידע האבן גוטע רעקאודס פון טון גוטס און יעדער האט א רעכט צו נעמען געלט און שטיפן וועלכע קאמפיין ער וויל. יעדער ניצן אלע מיטלען ארויסצושלעפן וואוטס, אלעמאל געווען און וועט אלעמאל זיין.
ענק דרייען סתם איבער.
ס׳נישט צוויי נייע ניקים, איין טראלל פרובירט איבערקערן א וועלט מיט עפעס קראנטע אויפדעקונגען… אזוי ווי אפאר חדשים צוריק ווען ער איז געווען פארנומען אראפצורייסן דעם ניקלשבורגער פון מאנסי.

ברודער, טאמער ווייסטו אז בערגער האט באקומען געלט פון ערגעץ, ווייז עס אויף. אז נישט ביטע שפאר דעם ציבור פון ליינען דיין אגענדע געטריבענער פינגער געזויגעכץ.
דאס אז דו ווילסט נישט מקבל זיין, ניחא. אבער באלד ווען דו האסט געהערט דעם נאמען מאיר הערש בערגער, האסט עפעס... באלד פארפירט מ'זאל פארשפארן דעם אשכול! פארוואס?

איך ווייס נישט וועגן ניקלעסבערג דו רעדסט. אבער אז כ'זאג דיר אויס פרטים, וואס פשטות ביסטו פרעמד דערין און דו ווייסט נישט. דארפסטו עס נישט מקבל זיין. אבער פייערן אזוי שמעקט נישט גוט... אין ערגסטן פאל זיי עס נישט מקבל. איך מיין נישט קיין שום אגענדע, בלויז מ'זאל וויסן מי ומי ההולכים, דער ציבור מעג וויסן ווער ס'שפינט קונצען מאחורי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 6:30 pm
דורך [NAMELESS]
העי, האסט געענטפערט מיטן נישט ריכטיגער ניק. ווילסט כ׳זאל דיר אויסלערנען ארויססיינען און אריינסיינען?

ווילסט א לינק צו דיינע שקרים אויף ניקלשבורג?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 6:31 pm
דורך [NAMELESS]
שפילער האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:אפאר פרישע ניקס זיך אנגערוקט און הייבן אן שטופן אגענדעס. צום פותח האשכול, דו ביסט דורכזיכטיג. ר׳ מאיר הערש בערגער איז אן עסקן לשם שמים, והא ראיה אז רוב הערן דא זיין נאמען צום ערשטן מאל. דער אשכול איז געעפנט געווארן צו באשמוצן דעם איד און איז נידריג אוממאראליש.

ערווארטעט פון די מנהלים צו פארמעקן דעם אשכול.
דעי יא נייע ניק נישט נייע ניק סינדראם איז געמאכט פאר אייוועלט,

לאז געמאכט
אויב דו געניסט פון טראלל׳ס איז עס נאכנישט גענוג סיבה צו פארשטינקען דעם שטיבל דערמיט. אויף אייוועלט איז טאקע דא גענוג.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 6:32 pm
דורך שמן למאור
יהורם, הרבה טראללס יש. נישט יעדער מוז זיין די זעלבע מענטש.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 6:33 pm
דורך וואלווי
דונג האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר. כ'רעדט פון א עוולה וואס דער ציבור דארף וויסן.
ייש"כ, מיר זענען זײער דאנקבאר.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 6:34 pm
דורך דונג
וואלווי האט געשריבן:למעשה דונג, וואס איז אונזער נעקסטע סטעפ דא?
מיין נעקסטע סטעפ איז, בלויז ארויסלופטערן יעדע שטיקל אינפארמאציע, פון אזעלכע וואס עושי מעשה זמרי ומקבלים שכר אויף יענעמס פיקל.
כאטש ס'דא וואס פרייען זיך ווען מ'קען אמאל צופיקסן די רבנים מיט ווייסעך וועלכע עסקנים, אבער די אמת ווייסן מיר, אז יודישקייט קען נישט געפירט ווערן פון דורך יחידים וואס זענען וואן מען בענדס, און דיפן אריין ביי שיינער, און לעקן זיך אן אין נקודה טובה, און דאס גלייכן, און ווען דער ציבור שרייעט ווייטאג, מעלקן זיי ארויס די ווייטאג אויף קעש און טראל

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 6:37 pm

מסודר, וואס איז נאכדעם?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:24 pm
דורך מר. קלונימוס
EMES VAYATZIV האט געשריבן:מאנסי אידענטום זאגט צו געשטעטנער - בערגער, מיט זייער אזוי גערופענער OJPAC נעם דיין 'חוקי תועבה' און לאז אונז געמאכט!
פון די רעזולטאטן זעט עס ענדערש אויס ווי די מאנסי אידענטום האט געזאגט פאר מארגערעיטן און פאר סקוורע רבי מיט דזשאו ביידן זיי זאלן לאזן ראקלענד אידענטום געמאכט!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:45 pm
דורך מתבודד
מעלאוני'ס מענטשן האבן נישט געוואוסט וויאזוי פאליטיק ארבעט? דאן קומט אים טאקע נישט צו געווינען...

ולך ר' דונג אשאל, ווי ביסטו געווען 48 שעה צוריק??? וואלסט דאך געקענט ראטעווען כלל ישראל פון די געלטגייציגע באטריגער!

צפרא טבא. וואשט אייך נעגל וואסער. וועלקאם טו די ווארלד..

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:59 pm
דורך קהל'ס נער
זיי'זשע מסביר פארוואס ווען א יחיד פראומאוט א קאנדידאט, און ער הייסט טווערסקי אדער טייטעלבוים, איז עס עסקנות, אבער אויב הייסט ער געשטעטנער אדער בערגער, איז עס טראולעריי?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 8:32 pm
דורך [NAMELESS]
דונג האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:למעשה דונג, וואס איז אונזער נעקסטע סטעפ דא?
מיין נעקסטע סטעפ איז, בלויז ארויסלופטערן יעדע שטיקל אינפארמאציע, פון אזעלכע וואס עושי מעשה זמרי ומקבלים שכר אויף יענעמס פיקל.
כאטש ס'דא וואס פרייען זיך ווען מ'קען אמאל צופיקסן די רבנים מיט ווייסעך וועלכע עסקנים, אבער די אמת ווייסן מיר, אז יודישקייט קען נישט געפירט ווערן פון דורך יחידים וואס זענען וואן מען בענדס, און דיפן אריין ביי שיינער, און לעקן זיך אן אין נקודה טובה, און דאס גלייכן, און ווען דער ציבור שרייעט ווייטאג, מעלקן זיי ארויס די ווייטאג אויף קעש און טראל
צוזאמגעווארפן דא א בקיאות אין אקסן אפפאל, ביטע הער אויף טראלל׳ן. האסט באווייזן? ברענג עס ארויף און לאמיר דיסקוסירן, אויב ביסטו דאהי צו פארשפרייטן הויכע שמועות, ביטע טוה עס אין טוילעט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 8:41 pm
דורך דונג
יהורם האט געשריבן:העי, האסט געענטפערט מיטן נישט ריכטיגער ניק. ווילסט כ׳זאל דיר אויסלערנען ארויססיינען און אריינסיינען?

ווילסט א לינק צו דיינע שקרים אויף ניקלשבורג?
איך האב באמת נישט קיין צווייטע ניק, אבער כ'בין זייער נייגעריג צו וועמען איך ווער פארגליכען. [און פאר'ן חטא פון אויפדעקן איינער א ממזר'ס שלייער (אויב ס'נישט דו...)]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 8:41 pm
דורך היסטאריע
לאז דער טראל פארדינען זיין מעלאנע.

יעדער האט אינזינען זיין מעלאנע. די מוסדות פאר זעלדען,מעלאנע, קרית יואל סקווירא פאר האקעל, הונדרעט מעלאנעס, און די נייע ניקס, זייער מעלאנע.

ווי איז מיינס?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 8:48 pm
דורך מתבודד
דונג האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:
דונג האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:איך זע נישט וואס ענק נייע ניקים דרייען דא איבער. סך הכל האבן צוויי גאר גוטע קאנדידאטן געלאפן איינע קעגן דעם צווייטן און יעדער האט א רעכט אויסציוועלן ווער עס געפעלט אים. ס'נישט אזוי ווי איינער האט גענומען געלט און געשטיפט א נישט גוטע קאנדידאט, ביידע האבן גוטע רעקאודס פון טון גוטס און יעדער האט א רעכט צו נעמען געלט און שטיפן וועלכע קאמפיין ער וויל. יעדער ניצן אלע מיטלען ארויסצושלעפן וואוטס, אלעמאל געווען און וועט אלעמאל זיין.
ענק דרייען סתם איבער.
ס׳נישט צוויי נייע ניקים, איין טראלל פרובירט איבערקערן א וועלט מיט עפעס קראנטע אויפדעקונגען… אזוי ווי אפאר חדשים צוריק ווען ער איז געווען פארנומען אראפצורייסן דעם ניקלשבורגער פון מאנסי.

ברודער, טאמער ווייסטו אז בערגער האט באקומען געלט פון ערגעץ, ווייז עס אויף. אז נישט ביטע שפאר דעם ציבור פון ליינען דיין אגענדע געטריבענער פינגער געזויגעכץ.
העי, האסט געענטפערט מיטן נישט ריכטיגער ניק. ווילסט כ׳זאל דיר אויסלערנען ארויססיינען און אריינסיינען?

ווילסט א לינק צו דיינע שקרים אויף ניקלשבורג?
איך האב באמת נישט קיין צווייטע ניק, אבער כ'בין זייער נייגעריג צו וועמען איך ווער פארגליכען. [און פאר'ן חטא פון אויפדעקן איינער א ממזר'ס שלייער (אויב ס'נישט דו...)]
שוין א ממזר אויך? אפשר דעקסטו שוין בחדא מחתא אויך אויף זיין (אמת'ע{?}) טאטע'ס שלייער אויכעט?

נ.ב. איינס פון די סימני טראל איז דריסה. ער קען נישט אויסלאזן א תגובה אן צו באטרעטן איינעם..

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 8:49 pm
דורך דונג
קהל'ס נער האט געשריבן:זיי'זשע מסביר פארוואס ווען א יחיד פראומאוט א קאנדידאט, און ער הייסט טווערסקי אדער טייטעלבוים, איז עס עסקנות, אבער אויב הייסט ער געשטעטנער אדער בערגער, איז עס טראולעריי?
איך רעדט נישט אין נאמען פון אמת ויציב, איך האב מיין נקודה, אז א שטייגער ער איז געגאנגען מיט פאליטישענס צו הגאון הצדיק ר' מרדכי שטיינער און פארדרייעט א קאפ מיט די נאנס-סענס.
און לא די אז ער האט דעם צדיק פארדרייעט דעם קאפ און געשטערט, גייט ער דאס אפכאפן און אויסשפרייטן איבעראל...
צו נוצן ר' מרדכי שטיינער פאר די שמוציגע אקטיוויטעטן? זו תורה ושכרה?

ר' אהרן טייטלבוים מסאטמאר איז אריינגעמישט אין עניני הכלל, און סקווער רבי אויך, און זאל עס זיין נאך עסקנים צו רביס, ממילא. איינער וואס איז פאבליק איז פאבליק.
כ'קען נישט צו זיך קומען, אז דער עולם זעט נישט די עוולה.
וועם גייט אן די פאליטיק, אבער אז דו ווילסט קאמפעינען ווי יאסי ג''ש צו שמעון צו דער כהניסט פון בארא פארק. זאגסטו וואס דו ווילסט, און ביסט גרייט צו נעמען די קאנס אויך.

און ס'נישט פון היינט, נאר כ'הער אז ער האט אסאך מעשים טובים ''מיט זיין גוט הארץ'' שוין אנגעווערדשאפט.

אדרבה, אז כ'האב סתם חושד געווען א גרינעם יוד פון גאס, און ער איז ריין פון די אלע זאכן, וועט די אמת ארויסקומען. קודם זאל ער זיך פארענטפערן, און מ'וועט שוין זען צו איך דמיון.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 8:53 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:גוטע נייעס, פליז פילל מי אין מיט די דיטעילס.. לול. סאוי יוסי געשטעטנער איז יא פון די סטרא דקדישה?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
טאמבל סאס: יא. מאיר הערש בערגער קען איך (ניטאמאל) נישט. אבער יוסי געשטעטנער ווייס איך איז א וואוילער איד און אן עסקן לשם שמים צו העלפן זיינע אידישע ברידערס בעת לחץ. ווייל, סוכ"ס ווער האט ציך ארויסגעשטעלט אקעגן דעם אנטיסעמיט , צר ואויב עד דעי, דער קאונטי עקזעיוטיוו פון ראקלענד. וועלכער איז פון די ערשטע מינוט געקומען צו באשמוצן און באטריגן כלל ישראל. און יוסי געשטעטנער מיט זיין או.דזשעי. פעק האט זיך ארויסגעשטעלט איהם צו קאנפראנטירן און לייגן אויפ'ן פלאץ. א הארציגן ייש"כ אין נאמען פון כלל ישראל. דו האסט דיך אנגענימען פאר'ן אידישן כבוד...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 9:15 pm
דורך [NAMELESS]
דונג האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:זיי'זשע מסביר פארוואס ווען א יחיד פראומאוט א קאנדידאט, און ער הייסט טווערסקי אדער טייטעלבוים, איז עס עסקנות, אבער אויב הייסט ער געשטעטנער אדער בערגער, איז עס טראולעריי?
איך רעדט נישט אין נאמען פון אמת ויציב…

אדרבה, אז כ'האב סתם חושד געווען א גרינעם יוד פון גאס, און ער איז ריין פון די אלע זאכן, וועט די אמת ארויסקומען. קודם זאל ער זיך פארענטפערן, און מ'וועט שוין זען צו איך דמיון.
אזוי גאר, מאיר הערש בערגער דארף ארויסקומען זיך פארענטפערן, ווייל א טראול האט געשריבן אויף אים… זאג נאר, דו ליידסט אויף א פערסאנאליטי דיסארדער, כ׳האף אז צו דיינע נאנטע פירסטו זיך אנדערש. אייגנטליך, דער שמש וועט באלד געוואויר ווערן אז דו זיצט אים אין ביה״כ אויף קהל׳ס ווייפיי; פלאש און אנטלויף. האסט צייט צו ענטפערן מארגן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 10:42 pm
דורך היסטאריע
כ'קען נישט צו זיך קומען, אז דער עולם זעט נישט די עוולה
ס'מיר גוט, כ'זעה ס'דא אזעלכע וואס נעמען דער גאווערנער רעיס צו הארצן אזוי שטארק.

דאס וואס די טוסט אזוי קלאגען אויף דער בלאק וואט, עס מוז נישט זיין אז א בלאק וואט איז אזא גוטע זאך. עס קען ברענגן מער שנאת ישראל.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 1:16 am
דורך דונג
אין קעיס מ'ווייסט נישט ווער דאס איז - מאיר הערש בערגער
ער איז חיים שלמה בערגער'ס ברודער