בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 12:17 am
דורך דונג
די האלאקאוסט האט צענדליגע יארן געמאכט פארגעסן דעם טעמע ביי אסאך משפחות ביי כלל ישראל.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 12:46 am
דורך צוקיקער
אלס אן אייניקל וויל איך נאר איבערגעבן די פשוטע גירסא אז די זיידע איז געזיצן אין תפיסה פאר א שטיק צייט אין די באבע יוטל האט נאכדעם געהאט א קינד יצחק אייזיק. האבן זיך געוויסע מענטשן ציגעכאפט דערצו אבער אנדערע האבן געטאנעט אז די באבע פלעגט אסאך גיין באזיכן דארט. אין פאר די וואס פרעגן, עס איז דא א בריוו וואס די רבי ברענגט אין שו״ת דברי יואל פין סטראפקיווע רב (שינעווע רב איז קודם געווען רב אין סטראפקעוו) אז עס איז נישט דא קיין שום חשש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 12:49 am
דורך צוקיקער
צוקיקער האט געשריבן:אלס אן אייניקל וויל איך נאר איבערגעבן די פשוטע גירסא אז די זיידע איז געזיצן אין תפיסה פאר א שטיק צייט אין די באבע יוטל האט נאכדעם געהאט א קינד יצחק אייזיק. האבן זיך געוויסע מענטשן ציגעכאפט דערצו אבער אנדערע האבן געטאנעט אז די באבע פלעגט אסאך גיין באזיכן דארט. אין פאר די וואס פרעגן, עס איז דא א בריוו וואס די רבי ברענגט אין שו״ת דברי יואל פין סטראפקיווע רב (שינעווע רב איז קודם געווען רב אין סטראפקעוו) אז עס איז נישט דא קיין שום חשש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 12:50 am
דורך צוקיקער
אגב, כ'מיין אז גראס ברענגט עס אראפ ערגעץ אין עולמו של אבא.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 7:04 pm
דורך berlbalaguleh
דונג האט געשריבן:קען מיר איינער פארציילן גענוי איר טעאריע? וואס האט זי געשפירט, און וואס הייסט א שד איז איר באפאלן, אדער זי האט גארנישט געוואוסט נאר אז פלוצים איז זי מעוברת.
דונג: אין די תשובה ספרים (שו"ת דברי חיים יו"ד ח"ב) שטייט בערך דאס לשון. אז ווען זי איז ארויס פון מקוה האט זי געשפירט אז עמיצער "האט געוואוינט מיט איהר"... אזוי ווי מיין רבי אין חדר האט עס מסביר געווען. (ניין. נישט די (באבע) מעשה. נאר דעם טייטש דערפון).

נאר איך וויל זי בעטן אז נעקסט טיים זאל זי אויפמאכן א בעסערע מעשה...!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 7:37 pm
דורך מרדכי מרדכי
פליז ברענגטס אהער א קאפי פון די ספרים.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 9:02 pm
דורך היסטאריע
אין מחנה חיים איז דא א תשובה וועגן א פרוי וואס שדים זענען איר באפאלן און מאנס געווען.

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:33 pm
דורך מיין אמת
סא וועלכע משפחות זענען אייניקלעך פון די יצחק אייזק

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:35 pm
דורך מיין אמת
צוקיקער האט געשריבן:
צוקיקער האט געשריבן:אלס אן אייניקל וויל איך נאר איבערגעבן די פשוטע גירסא אז די זיידע איז געזיצן אין תפיסה פאר א שטיק צייט אין די באבע יוטל האט נאכדעם געהאט א קינד יצחק אייזיק. האבן זיך געוויסע מענטשן ציגעכאפט דערצו אבער אנדערע האבן געטאנעט אז די באבע פלעגט אסאך גיין באזיכן דארט. אין פאר די וואס פרעגן, עס איז דא א בריוו וואס די רבי ברענגט אין שו״ת דברי יואל פין סטראפקיווע רב (שינעווע רב איז קודם געווען רב אין סטראפקעוו) אז עס איז נישט דא קיין שום חשש
סא וועלכע משפחות זענען אייניקלעך פון די יצחק אייזק

Re: פסולי משפחות: איז עס קראנט?

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2023 2:06 pm
דורך טאמבל סאס
היסטאריע האט געשריבן:אין מחנה חיים איז דא א תשובה וועגן א פרוי וואס שדים זענען איר באפאלן און מאנס געווען.
איך האב געהערט די מעשה אז די שד האט געטענה'ט אז ער האט געזעהן קאטקשע פיס אין די טונקל האט ער געמיינט אז ס'איז שד'יטקע כמינו.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

Re: פסולי משפחות: איז עס קראנט?

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2023 2:32 pm
דורך כרם זית
מעוז כהנא אין זיין ספר 'תרנגולות בלי לב' האט אן אריכות איבער די מציאות לאורך הדורות אין תשובה ספרים.

עס זענען דא געשמאקע מעשיות אריינגערעכנט א דין תורה איבער ירושה צווישן שדים וועלכער האבן פארלאנגט פון זייער האלבע מענטשליכע ברודער א חלק.

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2023 6:23 pm
דורך סקעפטיקער

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2023 7:29 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:יאפ, אלע אונגארישע אידן שטאמען פין גרים, שומר נפשו וכו'.
כאטש פון גרים: איך קען איינעם (א ניק(ס) וועלכער שטאמט פון גויים. זיין זיידע האט נאך געטרינקען פוילישע וואדקע אין שענק און געפרעסן קילבאסע און קישקע...Kiszka...! און זיינע אייניקלעך גייען ארום אויפ קאווע שטיבלעך און טראללן ארום...Dobzse Szabat...!
איך האב יעצט איבערגעליינט די תגובה פון בערל בעל עגלה. נישט כאפנדיג אז דאס איז מיין (אייגענע) תגובה. איך האב געוואלט געבן א לייק. אבער, ס'גייט נישט. מ'קען נישט געבן א לייק פאר די אייגענע תגובה. איך האלט אז מ'דארף געבן די אפשן צו קענען געבן א לייק פאר דעם אייגענעם מאמר. נאך א שטיק צייט. לאמיר זאגן 3 חדשים...!

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2023 7:51 pm
דורך berlbalaguleh
דונג האט געשריבן:קען מיר איינער פארציילן גענוי איר טעאריע? וואס האט זי געשפירט, און וואס הייסט א שד איז איר באפאלן, אדער זי האט גארנישט געוואוסט נאר אז פלוצים איז זי מעוברת.
ס'האט זיך אנגעהויבן ווען זי איז געגאנגען אין מקוה (ליל טבילה) ווען איהר מאן איז נישט געווען אין שטאט. ס'איז נישט קיין הלכה. (אז מ'זאל נישט גיין ווען בעלה אינו בעיר) נאר אן ענין פון שמירת הנפש. אויפ'ן וועג אהיים פון די טבילה (מעגליך ס'איז געווען אין אן אפן פלאץ) האט זי געשפירט אז עמיצער (וואס זי האט נישט געזעהן) איז איהר באפאללן און..."געוואוינט" מיט איהר.

אזוי האביך געזעהן אין שו"ת דברי חיים יו"ד חלק ב'. דער ד"ח איז מתיר, בעיקר אז זי מעג וואוינען מיט איהר מאן. כ'מיין ער רעדט נישט וועגן די קינדער...!

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2023 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
דונג האט געשריבן:די האלאקאוסט האט צענדליגע יארן געמאכט פארגעסן דעם טעמע ביי אסאך משפחות ביי כלל ישראל.
דונג: דאס איז איינס פון עטליכע (היימישע) סקאנדאלן וואס דער האלאקאוסט האט נישט אוועקגעוואשן. אויך. אונז האמיר זיך גארנישט געלערנט. (בענייני לשה"ר ורכילות).

נאכדעים וואס כלל ישראל איז אריבער אזעלכע צרות וואלט מען געדארפט זיך א ביסל מתבונן זיין און אפלאזן די אלע שטותים. און בייזוויליגע רישעות.( אזוי ווי מיין מאמע האט פארציילט). וואס מ'האט זיך פארגענימען בעמק הבכא. נאר מ'האט ליידער אלעס פארגעסן...!

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 1:14 pm
דורך סקעפטיקער
אגרות שפירין בנוגע משפחת חיטשע
אגרות.PDF
(848.29 KiB) אראפגעלאדנט 77 מאל
(להבהרה: פרשת חיטשע עם נכדי באבע יוטל אין לו קשר כלל, והדברים עתיקין)

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 7:32 pm
דורך berlbalaguleh
ס'זענען געווען פארשידענע מעשיות אין משך פון דורות.

איינע א קריעיטיוו פרוי איז אויפגעקומען מיט א מעשה אז איין נאכט האט זי זיך אויפגעוועקט אינמיטן די גאס צוזאמען מיט איהר דאכענע...נאך א מזל.