וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

גוצא האט געשריבן:Goncharov פון Martin Scorsese, פאר די וואס האבן ליב מאפיא פילמס.
אינטערסאנטע געדאנק. אן אימעדזשינעשאן פון אן אימעדזשינעישאן
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

The bucket list.

א תוכנ'דיגע מאווי וואס וועט אייך איבערלאזן עמאציאנעל און מיט א שטערקערע געפיל פאר משפחה און פריאריטיס אין לעבן.

די לעצטע צען מינוט האב איך פשוט געוויינט.

בילד
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

The Angel.jpg
נארוואס געזעהן.
א מעשה וואס איך האב שוין געליינט אין די שטערן/בליץ עטליכע יאר צוריק.

אן איידעם פון פרעזידענט נאצער פון עגיפטן איז געווארן א שפיאן פאר מדינת ישראל, און באווארענט די ישראלים וועגן די יום כיפור מלחמה, אבער די ישראלים האבן עס נישט גענומען ערענסט וועגן ער האט שוין צוויי מאל געווארענט בעפאר און גארנישט איז געשעהן.

ער איז א פערזאן וואס האט געהאט א שטארקע חלק אין די שלום פון מדינת ישראל מיט עגיפטן זייענדיג די נאנטסטע מענטש מיט פרעזידענט סאדאט.

און די איינציגסטע מענטש אין די שפיאנאזש היסטאריע וואס יעדער זאגט אז ער איז די מחותן פון זיין זייט. ישראל האלט אז די שפיאן אז גאר זייערס א העלד און עגיפטן טענה׳ט אז ער איז זייערס א העלד.
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

שכ'ח פאר אלע רעקאמאנדירער.

לגבי ''the angel'', כ'האב עס נאכנישט געזען אבער אויבן אויף קוקט אויס ווי זיי נעמען אן אז ער איז געווען אויף די זייט פון 'peace' ווען ס'קען גאר זיין אז ווען נישט אים וואלטן די ישראלים געהאט סאך א גרעסער נצחון ביים מלחמת יוה''כ און ער איז געווען אויף די זייט פונעם שונא (און דאן; the angel of death...), דאס מאכט עס אויסזען ווי זיי קומען מיט אן אגענדע און זענען לאו דווקא פאקוס'ד אויף די פאקטן, וואס אויב דעיס איז די קעיס איז מיר עס נישט ווערט צו זען. (אדרבה @אלבערט, וואס איז זייער מהלך?)
---

ווייסט איינער צו ס'איז שוין דא א אשכול אויף דעם מיסטעריעזן פארשוין?
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

די גאנצע מאווי קוקט אויס ווי ער איז אויף ישראל׳ס זייט. עס איז אפילו צוגעלייגט ווי איינער פון די עגיפטישע מיניסטארען פארדעכטיגן און ער גייט אין די תפיסה פון די פאליטישע ארעסטאנטען און דיסקירט מיט איינער פון די חברה וואס ער האט איינגעזעצט.
נאר ממש ביי די לעצטע 10 מינוט לייגט ער די שמועסן וואס די שפיאן האט מיט די פרעזידענט סאדאט וויאזוי א מלחמה וועט העלפן פאר א שלום און ער אליינס רעקאמאנדיט אז די מלחמה זאל זיין אויף יום כיפור.

עס ענדיגט זיך ווען נאך די שלום אפמאך טרעפט ער זיין קאלאגע שפינאדש מיטארבעטער פון מדינת ישראל און ער געבט איהם א שארפע באהאלטענע מעסעדש אז ער ווייסט אז ער האט צוויי מאל פאלש פאראויס געזאגט כדאי מדינת ישראל זאל נישט נעמען ערענסט, ער ענטפערט צוריק אז אונז ביידע האבן געוואלט די זעלבע זאך. א שלום.

קוקט נישט אויס ווי די מאווי נעמט אן אייגענארטיגע זייט
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אן עלטערע מאווי נאך פון יארע 1994 למספרם, מיטן נאמען the Shawshank redemption.
די מעשה איז איבער א גאר קלוגע באנקיר וואס איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע, צוליב א באשולדיגונג וואס ער איז נישט געווען שולדיג דערין. די מעשה נעמט ארום זיינע צענדליגע יארן פון זיצן און זיך ספראווענען מיט אלע שטרויכלונגען וואס פאסירן דורכאויס די יארן. מען האלט מיט זיינע סוקסעסן, זיינע ידידים און פריינד, בפרט זיין גאר נאנטע חבר וואס איז אים אייביג געשטאנען צוהילף.

די מעשה איז נישט קיין אמת'ע, אבער האט מיר דאך געהאלטן געשפאנט ביז די שטוינענדע ענדע.

דא קען מען עס אראפלאדענען בחינם
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

שמן למאור האט געשריבן:אן עלטערע מאווי נאך פון יארע 1994 למספרם, מיטן נאמען the Shawshank redemption.
די מאווי איז די העכסטע אויף די IMBD ליסט פון "250 טאפ מאוויס":
https://www.imdb.com/chart/top/
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

צקון לחש האט געשריבן:די מאווי איז די העכסטע אויף די IMBD ליסט פון "250 טאפ מאוויס":
https://www.imdb.com/chart/top/
הגם איך האלט נאכאלץ אז titanic איז די בעסטע מאווי וואס איז נאר אמאל געמאכט געווארן אין היסטאריע.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

גערעכט אז טיטאניק איז א מעסטערפיעס פון א מאווי, מער פון די ראמענטיק זייט דערפון,
אבער ס'איז שוווער צו געבן א כלליות'דיגע "בעסטע מאווי", ס'איז דא צענדליגע דשאנערס, און איינער האט מער ליעב עקשאן און דראמא און איינער פאלט אין לא"וו מיט ראמענטיק מאווי'ס און פארנעמט נישט קיין שיסערייען,
יש ויש, יעדע דזשאנער האט זיך זיין טאפ מאווי.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך וואלט פארגעשלאגן די וואך די מאווי: The day after tomorrow.

די מאווי איז איבער די סכנה פון קלימאטן טויש, און עס שפילט אויס ווי די וועלט גייט ממש אינטער פון א קלימאט קאטאסטראפע. האלט מיט ווי ניו יארק סיטי ווערט ממש פארפלייצט מיט וואסער, און א שטערבליכע קעלט נעמט איר ארום.

נישט קיין חילוק צו איר זענט יא באזארגט איבער קלימאטן טויש צו נישט.. די מאווי איז א גוטער..

דא איז עס אויף טעלעגראם
https://t.me/movievelt/51894
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

און אז מען רעדט שוין פון די סארט מאווי'ס וועל איך מוסיף זיין נאך איינס גאר א גוטס, מיטן נאמען Geostorm.

די מאווי איז איבער א גלאבאלער סיסטעם וואס מען האט פאבריצירט אין ספעיס צו האלטן די קלימאט אונטער קאנטראל, אבער למעשה האט עס אנגעהויבן מאכן ערנסטע פראבלעמען און געדראעט חרוב צו מאכן דעם ערד קוגל.. און מען דארף דערגיין ווער עס שטייט דערינטער...

אויף טעלעגראם: https://t.me/movievelt/58312
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

שמן למאור האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגן די וואך די מאווי: The day after tomorrow.

די מאווי איז איבער די סכנה פון קלימאטן טויש, און עס שפילט אויס ווי די וועלט גייט ממש אינטער פון א קלימאט קאטאסטראפע. האלט מיט ווי ניו יארק סיטי ווערט ממש פארפלייצט מיט וואסער, און א שטערבליכע קעלט נעמט איר ארום.

נישט קיין חילוק צו איר זענט יא באזארגט איבער קלימאטן טויש צו נישט.. די מאווי איז א גוטע..
מעכטיג! זייער שרעקעדיג! איך געב עס א 8.5
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

כאטש איינער האט הנאה פון מיינע רעקאמענדאציעס...
נאך איינער?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך פישל »

איך בין נאכנישט אנגעקומען עס צו זעהן אבער איך האב עס געלייגט אויף מיין ליסטע.
איך וועל לאזן וויסן נאכדעם וויאזוי ס'געוועהן :)

אין אלגעמיין האב איך זייער הנאה סיי פון די רעקאמענדאציעס און סיי פון דעם אשכול בכלל.
א דאנק!
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

שליחה דורך מי ימצא »

שמן למאור האט געשריבן:כאטש איינער האט הנאה פון מיינע רעקאמענדאציעס...
נאך איינער?
טיטאניק איז א מעסטער פיס, פון האסטאריע, ראמענס, ארט, און נאך אסאך אסאך זאכן אינצווישן.
איך וואלט עס הויעך ראקאמענדירט פאר קאפעלס צו וואטשן צואמען.

שכח@ שמן למאור, פארן עס אהערברענגען.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

@שמן למאור די וואך לאזטו אונז גיין ליידיג?
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

שליחה דורך פאליטיקאנט »

The big short (2015)

א מאווי אויף די 2008 פינאנציעלע קראך, עס האט גאר גוטע עקטערס, און א געשמאקע סקריפט.
עס איז כדי צו קוקן צו פארשטיין און זען וואס קען געשען ווען מענטשן ווערן שיכור פון געלט, און אז די וואס ליידן זענען אלס די פשוט'ע מענטשן נישט די פאראנטווארטליכע.

אויך ברענגט עס ארויס ווי עטליכע קענען זיין גערעכט אפילו ווען די גאנצע וועלט האלט אנדערש.

כ'האב עס נישט אזוי גוט ארויסגעברענגט דא, אבער כ'האלט עס לוינט זיך צו קוקן.בילד
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:@שמן למאור די וואך לאזטו אונז גיין ליידיג?
איך קען מיך נישט אינטערנעמען צו לייגן דא פרישע סחורה יעדע וואך...

אבער אז דו בעטסט אזוי שיין...

עס איז ארויסגעקומען א מאווי אין יאר 2014, מיטן נאמען
the interview.
די מעשה איז איבער אן אמעריקאנע שוי וואס איז געוואר געווארן אז קים יאנג אן פון צפון קארעא איז א שטארקע פען פון זייער שוי, האבן זיי באשלאסן אז זיי וועלן אפהאלטן אן אינטערוויו מיט אים און אזוי שטארק ארויפברענגען זייער רעיטינגס. למעשה האט זיך די CIA אריינגעמישט, און זיי האבן רוקראטירט די רעפארטערס אז זיי זאלן אראפרוימען קים יאנג אן פון וועג.
די מעשה האט עקשאן און אביסל קאמעדי אויך...

סתם פאר אינטערסאנטקייט, צפון קארעא האט זיך שטארק גערעגט ווען די מאווי איז ארויס, און האבן געשריבן אן אפעציעלע מחאה סטעיטמענט. די קאמפעני וואס האט עס דיסטריביוטעד האט שפעטער געליטן א שטארקע העקינג אטאקע, און זיי האבן אראפגענידערט פון עס פארשפרייטן...

אט דא קענט איר עס אראפלאדענען.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

שליחה דורך פישל »

שמן למאור האט געשריבן: עס איז ארויסגעקומען א מאווי אין יאר 2014, מיטן נאמען
the interview.
די מעשה איז איבער אן אמעריקאנע שוי וואס איז געוואר געווארן אז קים יאנג אן פון צפון קארעא איז א שטארקע פען פון זייער שוי, האבן זיי באשלאסן אז זיי וועלן אפהאלטן אן אינטערוויו מיט אים און אזוי שטארק ארויפברענגען זייער רעיטינגס. למעשה האט זיך די CIA אריינגעמישט, און זיי האבן רוקראטירט די רעפארטערס אז זיי זאלן אראפרוימען קים יאנג אן פון וועג.
די מעשה האט עקשאן און אביסל קאמעדי אויך...

סתם פאר אינטערסאנטקייט, צפון קארעא האט זיך שטארק גערעגט ווען די מאווי איז ארויס, און האבן געשריבן אן אפעציעלע מחאה סטעיטמענט. די קאמפעני וואס האט עס דיסטריביוטעד האט שפעטער געליטן א שטארקע העקינג אטאקע, און זיי האבן אראפגענידערט פון עס פארשפרייטן...

אט דא קענט איר עס אראפלאדענען.
איך האב עס יעצט געענדיגט זעהן. איך איך זעה נישט קיין שום תוכן דערין, און עס איז אזוי ווייט פון די מציאות. אויב די מעשה וואלט (לאמיר זאגן) געקענט געשעהן, וואלט עס נישט צוגעגאנגן מיט אזא ליצנות, די צוויי דשורנעליסטן רעדן נישט קיין גראד ווארט און די CIA גייט אויך נישט געווענליך צו מיט אזא אובאלימפערטקייט צו אזא חשוב'ע אקציע.
דאס איז מיין אפיניאן. אויב איינער האלט אנדרעש בין איך גרייט צו הערן :)
איך וויל ווידמען דעם אשכול פאר פילמען וואס זענען "ארטיסטיש און תוכנדיג". תוכנדיג איז גרינג מגדיר צו זיין, תוכן מיינט אז ווען מען ענדיגט וואטשן גייט מען אוועק מיט א נייע דערהער און לעבן, א נייע בליק אדער פערספעקטיוו אויפ אן הינזיכט פונעם לעבן.

ארטיסטיש וואלט איך מגדיר געווען אזוי: עס ברויך האבן איינע פון די דריי קאמפאנענטס:

מען ווערט טיף באיינדרוקט פון:

א. איר עמאציאנעלער מאכט. (וואס געווענליכע דורכשניטליכע קאמעדיע, ראמאנס און דראמא האבן נישט אין זיך)

ב. איר שיינקייט, הערליכקייט און יצירה.

ג. א געוויסער טאלאנט ווי מוזיק אדער עקטן וכדו' .

איך וואלט מציע געווען אז מען זאל ארויפלייגן יעדע מוצאי שבת א מאווי, יעדער פון די חברים דא איז מכובד ווען ער שטויסט זיך אן מיט אזא פילם וואס קומט נאך טייל פון די אויבן דערמאנטע פרטים צו עס ארויפלייגן מוצאי שבת וכל הקודם זכה. און דער נעקסטער זאל ווארטן אויף דער קומענדיגער מוצאי שבת.

וסימן זה נתון בידכם: אויב איז די פילם אזאנס וואס באאיינדרוקט אייך אזוי שטארק אז איר טראכט נאך פון איר א פאר טאג נאכדעם און איר רעקאמענדירט עס פאר חברים לדעה, איז עס א מאווי וואס באלאנגט דא.
אין וועלכע פון די דריי (א' ב' ג') באלאנגט די פילם?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פישל, מיינע אנדערע רעקאמענדאציעס האסטו שוין געזען? פארוואס ביסטו פונקט געגאנגען צו מיין לעצטע? איך בין מודה אז דאס איז די שוואכסטע פון אלע אנדערע וואס איך האב געברענגט... איך האב עס טאקע נישט געברענגט ביז יעצט נאר נאך וואס @צאמגעדרייט האט זיך געבעטן פאר סחורה. אבער איך האב עס דאך געברענגט צוליב די אינטערסאנטקייט פון די פרשה ארום דעם מאווי, און בכלל איז די מאווי נישט אזוי אוועקצומאכן.

(אויב האסטו שוין געזען מיינע אנדערע, און יא הנאה געהאט, דאן מעגסטו קודם שרייבן אזא לאנגע תגובה מיט א שכח פאר דו שרייבסט קריטיק... ;) )

די דריי פונקטן זענען תנאים פאר יענע אשכול, @תוהו האט עס נאר אהערגעברענגט אלס חיבת הקודש, ס'נישט ממש קיין תנאי אין דעם אשכול.

איך וואלט געשטעלט די תנאי אנדערש. אסאך מאל הער איך פון א גוטע מאווי.. איך הייב עס אן צו קוקן. און עס איז ממש באורינג. און אפילו נאכן קוקן די גאנצע זאך פיל איך ווי איך האב סתם גע'הרג'ט צייט, נישט קיין הומאר, נישט קיין גוטע עקשן, נישט קיין גוטע מעשה, ס'איז נישט ווערט די צייט וואס איך האב אויסגעגעבן דערויף. די אמת איז אז על טעם וריח וכ' און וואס איז אינטערסאנט פאר איינעם קען זיין לאנגווייליג פאר א צווייטן, אבער דאך שטעל איך נאר ארויף מאוויס וואס איך בין געווען ציפרידן נאכן קוקן אז איך האב זיי געזען.

עס זענען דא אזעלכע מענטשן, וואס אויב איז די מעשה נישט 100% רעאליסטיש, דאן איז עס שוין נישט אינטערסאנט פאר זיי, (מיין ווייב איז אזוי) פאר זיי וועט mission impossible אדער fast & furious מאוויס זיין א וועיסט פון צייט. ביי מיר איז עס נישט קיין תנאי, ווילאנג די מעשה איז ציענד, אינטערסאנט, אדער הומאריסטיש מעג עס זיין דמיונות, עס מוז נישט קלעבן מיט די מציאות, די עיקר איז אז עס איז אינטערסאנט.

דעם ספעציפישן מאווי איז סיי הומאריסטיש, סיי עקשן, און עס גיבט אויך א טיפערע בליק אריין אינעם סארט לעבן וואס קים יאנג אן לעבט, ווען פון איין זייט איז ער טאקע ביי זיך א מושל בכיפה און האט אלע תעניגים וואס ער דארף נאר, אבער מצד שני האט ער נישט קיין אמת'ע פריינד. אוודאי איז די מעשה נישט רעאליסטיש, דיינע טענות זענען ריכטיגע, און די גאנצע מושג פון מאכן קים וויינען אויף טעלעוויזיע איז אויך א מאדנע געדאנק. דאך האב איך געזעצן געשפאנט און אינטערטעינט בשעת'ן קוקן די מאווי. די האסט טאקע טענות אז עס איז נישט קיין רעאליסטישע מעשה, איך בין אבער נייגעריג אויב די ביסט געווען אינטערטעינד, אדער די האסט געפילט ווי עס איז בכלל נישט אינטערסאנט פאר דיר, עס איז א חילוק.

איך וואלט דאס געשטעלט אלס די תנאי צו ברענגען דא א מאווי, אויב האסטו געפילט במשך די גאנצע צייט אז די ווערט אינטערגעהאלטן, עס איז געווען ציענד און געשמאק צו קוקן, דאן זאל מען עס מיטטיילן מיט די חברים הידידים דא.
וואס האלט די עולם?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך פישל »

א גוט יאהר ר' שמן למאור,
קודם כל וויל איך זיך אנטשילדיגן ברבים, איך האב חס ושלום נישט געוואלט פוגע זיין אין דיך אדער אין דיין רעקאמענדאציעס, און בדרך כלל האב איך זייער הנאה פון דעם אשכול בכלל און פון דיינע רעקאמאנדאציעס בפרט. לאמיך פרובירן אייך צו ענטפערן פאראגראף ביי פאראגראף.
שמן למאור האט געשריבן:פישל, מיינע אנדערע רעקאמענדאציעס האסטו שוין געזען? פארוואס ביסטו פונקט געגאנגען צו מיין לעצטע? איך בין מודה אז דאס איז די שוואכסטע פון אלע אנדערע וואס איך האב געברענגט... איך האב עס טאקע נישט געברענגט ביז יעצט נאר נאך וואס @צאמגעדרייט האט זיך געבעטן פאר סחורה. אבער איך האב עס דאך געברענגט צוליב די אינטערסאנטקייט פון די פרשה ארום דעם מאווי, און בכלל איז די מאווי נישט אזוי אוועקצומאכן.
דער אמת איז אז איך האב נאכנישט עסיפעט צו זעהן אלע דיינע רעקאמענדאציעס (אבער איך האב זיי ארויף געלייגט אויף מיין ליסטע זיי צו זעהן) איך האב נאר געזעהן Ex Machina (און Titanic וואס די האסט דערמאנט בדרך אגב) און איך האב זייער זייער הנאה געהאט פון עס. זעה קומענדיגע פאראגראף פאר מיינע פאזיטיווע הערות.
שמן למאור האט געשריבן:(אויב האסטו שוין געזען מיינע אנדערע, און יא הנאה געהאט, דאן מעגסטו קודם שרייבן אזא לאנגע תגובה מיט א שכח פאר דו שרייבסט קריטיק... ;) )
דו ביסט 100% גערעכט, איך וואלט געדארפט קודם שרייבן א תגובה ווי שטארק איך האב הנאה געהאט פון דיין אנדערע רעקאמעדאציעס איידער איך שרייב קריטיג. כ'האף ס'איז נאכנישט צו שפעט איז לאמיר יעצט אנהייבן.

Ex Machina

איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם פילם, עס האט מיר געברענגט צו אריינקלערן וואס א ריעלעינשפיפ מיט א צווייטן איז בעצם; ווייל אינ'אמת'ן האבן ראבאטן נישט קיין געפיהלן, זייער מוח איז צוזאמגעשטעלט פון חשבונות וואס א פראגראממער האט פאראויס געשריבן, און אויב קען א פראגראממער הייסן דעם ראבאט 'נאכצומאכן' די געפיהלן פון א מענטש דאן קענען מענטשן פאלן אין ליבע מיט א דומם... איז וואס איז באמת געפיהלן? איז עס נאר א דרויסענדיגע זאך לגבי די אנדערע מענטש? Caleb האט דאך ממש אנטוויקלט געפיהלן פאר א ראבאט (וואס ווען דו טראכסט א מינוט איז עס נישט מער ווי אפאר קאמפיוטער טשיפס...)

און בכלל די מעשה איז זייער שיין צוזאם געשטעלט און ספיצעיל די ענדע וואס לאזט איבער גאר אסאך פלאץ פאר שפעקולאציעס וואס חוה האט געהאלטן די גאנצע צייט און פארוואס זי האט געטוהן וואס זי האט געטוהן צום סוף.

Titanic

פאר דעם קען מען שרייבן אן אשכול פאר זיך!
Titanic איז א פילם וואס איז געוואלדיג פון אלע aspects, די מעשה, די עקטן, די ראמאנס, די visual effects, די costumes, און דאס וואס זיי האבן איבער געשפילט ממש וואס האט טאקע פאסירט אויף יענע שרעקידיגע נאכט און עס אזיו שיין אריינגעפלאכטן אין א פיקטיווע ראמאנס געשיכטע.

עס ברענגט גאר שטארק ארויס ווי אזוי א דריטע קלאס בירגער האט געטוישט די לעבן פון א דעפרעסטע מיידל פון א גאר רייכע משפחה וואס איז געוועהן אריינגעצווינגען אין שידוך.

די ענדע איז אויך געוואלדיג וואס דאס גיבט דיך נאסטאלגישע געפיהלן.

די פאלענדע פיר האב איך נאכנישט געזעהן, אבער איך וועל בל"נ שרייבן מיין פידבעק נאך וואס איך קוק עס.
Enemy at The Gates
The Shawshank Redemption
The Day After Tomorrow
Geostorm

שמן למאור האט געשריבן:די דריי פונקטן זענען תנאים פאר יענע אשכול, @תוהו האט עס נאר אהערגעברענגט אלס חיבת הקודש, ס'נישט ממש קיין תנאי אין דעם אשכול.

איך וואלט געשטעלט די תנאי אנדערש. אסאך מאל הער איך פון א גוטע מאווי.. איך הייב עס אן צו קוקן. און עס איז ממש באורינג. און אפילו נאכן קוקן די גאנצע זאך פיל איך ווי איך האב סתם גע'הרג'ט צייט, נישט קיין הומאר, נישט קיין גוטע עקשן, נישט קיין גוטע מעשה, ס'איז נישט ווערט די צייט וואס איך האב אויסגעגעבן דערויף. די אמת איז אז על טעם וריח וכ' און וואס איז אינטערסאנט פאר איינעם קען זיין לאנגווייליג פאר א צווייטן, אבער דאך שטעל איך נאר ארויף מאוויס וואס איך בין געווען ציפרידן נאכן קוקן אז איך האב זיי געזען.

עס זענען דא אזעלכע מענטשן, וואס אויב איז די מעשה נישט 100% רעאליסטיש, דאן איז עס שוין נישט אינטערסאנט פאר זיי, (מיין ווייב איז אזוי) פאר זיי וועט mission impossible אדער fast & furious מאוויס זיין א וועיסט פון צייט. ביי מיר איז עס נישט קיין תנאי, ווילאנג די מעשה איז ציענד, אינטערסאנט, אדער הומאריסטיש מעג עס זיין דמיונות, עס מוז נישט קלעבן מיט די מציאות, די עיקר איז אז עס איז אינטערסאנט.
איך הער וואס די זאגסט, און וואלט געזאגט מער די סיבה פארוואס איך האב עס נישט ליב געהאט איז ווייל איך האב געהאט אן expectation פון אן ערענסטע פילם, און למעשה איז דאס איין גרויסע קאמעדי, נישט אז איך האב נישט ליב קאמעדי, אבער איך מיין אז דא איז עס איבערגעטריבן פון נעמען אזא ערענסטע און חשוב'ע אקציע און גאמאכט איין שטיק ליצנות דערפון. נישט אז איך האב א פראלעם מיט מאכן ליצנות פון ערנסטע אקציעס, ס'מער די expectation וואס איך האב געהאט וואס איך האב ערווארטעט, קען זיין אז אויב וואלט איך געוואוסט פארדעם אז דאס איז ריין קאמעדי וואלט איך געהאלטן אנדרעש.
שמן למאור האט געשריבן:דעם ספעציפישן מאווי איז סיי הומאריסטיש, סיי עקשן, און עס גיבט אויך א טיפערע בליק אריין אינעם סארט לעבן וואס קים יאנג אן לעבט, ווען פון איין זייט איז ער טאקע ביי זיך א מושל בכיפה און האט אלע תעניגים וואס ער דארף נאר, אבער מצד שני האט ער נישט קיין אמת'ע פריינד. אוודאי איז די מעשה נישט רעאליסטיש, דיינע טענות זענען ריכטיגע, און די גאנצע מושג פון מאכן קים וויינען אויף טעלעוויזיע איז אויך א מאדנע געדאנק. דאך האב איך געזעצן געשפאנט און אינטערטעינט בשעת'ן קוקן די מאווי. די האסט טאקע טענות אז עס איז נישט קיין רעאליסטישע מעשה, איך בין אבער נייגעריג אויב די ביסט געווען אינטערטעינד, אדער די האסט געפילט ווי עס איז בכלל נישט אינטערסאנט פאר דיר, עס איז א חילוק.
איך וועל מודה זיין, איך האב נישט געפיהלט bored בכלל, פארקערט איך בין געוועהן געשפאנט און אינטערטעינד ביזן סוף, אבער נאכן קוקן האב יא גפיהלט ווי איך האב גע'הרג'ט מיין צייט, איך בין נישט ארויס מיט גארנישט נאכן קוקען די פילם אנדרעש ווי אנדערע פילמס וואס איך האב ליב.

און די געדאנק לגבי וויאזוי קים יאנג און לעבט, האב איך נישט related קיין סאך ווייל איך האב געפיהלט ווי די גאנצע זאך איז איבער געטריבן און קען נישט עכט געשעהן, מילא זייל לייף סטייל און דילעמעס וויאזוי ס'איז אפגעשפילט אין די פילם זאגט נישט גארנישט.
שמן למאור האט געשריבן:איך וואלט דאס געשטעלט אלס די תנאי צו ברענגען דא א מאווי, אויב האסטו געפילט במשך די גאנצע צייט אז די ווערט אינטערגעהאלטן, עס איז געווען ציענד און געשמאק צו קוקן, דאן זאל מען עס מיטטיילן מיט די חברים הידידים דא.
וואס האלט די עולם?
איך פערזענליך וואלט יא געבליבן מיט די דריי תנאים וואס @Movie Club האט גשריבן פאראיאהר, אבער איך מיין זאל גיין מיט וואס @תוהו ובוהו די פותח האשכול האלט ס'איז ריכטיג, אדער אפשר איז כדי צו נעמען א vote אויף דעם....

אגב,
שמן למאור האט געשריבן:כאטש איינער האט הנאה פון מיינע רעקאמענדאציעס...
נאך איינער?
איך האף אז איך האב יוצא געוועהן מיט דעם, But keep it up, I really appreciate your recommendations! איך וועל פרובירן צו זיין מער פאזאטיוו אינעם צוקונפט. און נאכאמאל א גרויסע יישר כח פאר דיינע רעקאמעדאציעס!

הצלחה!
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איך וואלט געזאגט מען זאל זיך האלטן צו מאווי קלוב׳ס guidelines. סתם אינטערטעניג מאוויס איז דא אין די אלפים, בנוסף האט יעדער זיין אייגענע טעיסט.!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך וואלט געזאגט מען זאל זיך האלטן צו מאווי קלוב׳ס guidelines. סתם אינטערטעניג מאוויס איז דא אין די אלפים, בנוסף האט יעדער זיין אייגענע טעיסט.!
איך זיך זיי מיט לעכט, יא פשוטע אינטערטעינינג מאוויס. אדרבה אפשר זאל מען עפענען א פרישע אשכול פאר דעם, און אזוי אויך אויב איינער גרייט זיך צו קוקן א מאווי, זאל מען דארטן קענען אנפרעגן אויב א צווייטער האט עס שוין געזען און וואס מען זאגט דערויף.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט