בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 6:08 pm
דורך yn.NY
נעקסט לעוועל האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:יא יא כמה נפתלי איכא בשוקא
נישט געוויסט אז מדארף עס מסביר זיין.
ס'איז געקומען פון א אימעיל מיט די נאמען Naftuli Moster

אנלעס דו קומסט מיט א קאנספיראציע אז ס'איז א צווייטער וואס שפילט אויף זיין נאמען ..[emoji849]
כ'גלייב סאיז נפתלי אליינס, ער האט ארויסגעלייגט א טוויט דערוועגן די זעלבע טאג פון די התייסדות השטעטל
https://twitter.com/nmoster/status/1597 ... ZMSCCoT4FA

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:29 pm
דורך נעקסט לעוועל
yn.NY האט געשריבן: כ'גלייב סאיז נפתלי אליינס, ער האט ארויסגעלייגט א טוויט דערוועגן די זעלבע טאג פון די התייסדות השטעטל
https://twitter.com/nmoster/status/1597 ... ZMSCCoT4FA
סאיז אים
איך בין נאר נייגעריג ווער נאך שטייט אונטער דעם

Re: "שטעטל" – א אומאפהענגיגע חרדישע מידיא קומט אין 2023

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 11:50 am
דורך פרנס החודש
IMG_0498.jpg
JTA

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 12:30 pm
דורך שמן למאור
נפתלי, אז די ליינסט שוין יא קאווע שטיבל...
הער מיר אויס. לאדעך אפ פון די חסידים... איך פארשטיי אז די ווילסט אויף טון.. אבער צווישן מיר אין דיר.. חסידים דארפן נישט קיין נייעס און נישט קיין עדיוקעישן... פאר אונז איז פינקט גוט צו זיין אומגעלערנט און אומוויסנד און האקן קיגל ליל שישי און פארן דריי מאל א יאר צו רעב שייע בערעב מוישע. מיר ווילן נישט וויסן איבער די טמא'נע ביג בענג, און מיר ווילן נאר וויסן אז טראמפ איז גוט...

גיי עפן דיר א ביזנעס, שאר אריין מיליאנען... און לאז אפ די חרדים...

:

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 1:14 pm
דורך צוזאמגעדרייט
@שמן למאור איך ווייס נישט אויב חרדים ווילן בלייבן אזוי, ווי אויך ס'איז שווער צו מעסטן ווי גליקליך אדער אומגליקליך די ציבור איז.

איין זאך יא, הרב מאסטערד, ס'איז א שאד דיין ארבייט, דו גייסט נישט קיינעם ריקן קיין אינטש. מיר זענען א שווער פאלק און שטארקע עקשנים. די וועלכע ברויכן הערן דיין נייעס און אנאליזן, זיי שוועבן ערגעץ ווי צווישן קול מבשר, היכל התורה, מקווה און אין בעסטן פאל איי-וועלט.

די סיסטעם איז דא צו בלייבן ביז די ענדע פון סעווילעזאציע.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 1:30 pm
דורך קהל'ס נער
@נפתלי מאסטער.
אז דו ווילסט טוישן אונזער קאמיוניטי דארף עס קומען פון אינעווייניג, ארויפצווינגען געזעצן וועט נישט ארבעטן. אונז זעמיר א עם קשה עורף, אונז וועל מיר זיך נישט לאזן, אונזער גאנצע אידענטיטעט איז דאך אז מען האט אונז גע'רודפ'ט און אונז האבן זיך נישט געלאזט! לענינינו, אויב ווילסטו עפעס אויפטוהן, גיי ערלעדיג ס'זאל זיין סקול טשויס און טאקע מען זאל נאר געיבן סקול טשויס פאר מוסדות וואס לערנען לפחות 3 שעה ענגליש, אוי ווי די מוסדות וועלן זיך שיין צושטעלן ווי טאטעלעך, בעלזא בארץ ישראל יוכיח.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 1:55 pm
דורך פרנס החודש
קהל'ס נער האט געשריבן:לענינינו, אויב ווילסטו עפעס אויפטיען, גיי ערלעדיג סזאלל זיין סקול טשויס און טאקע מען זאל נאר געיבן סקול טשויס פאר מוסדות וואס לערנען לפחות 3 שעה ענגליש, אוי ווי די מוסדות וועלן זיך שיין צי שטעלן ווי טאטעלעך, בעלזא בארץ ישראל יוכיח.
Yes!!!