לאמיך דא צולייגן מיין צוויי צענט צו די גאנצע שמועס.
ווי רביה"ק האט שוין ארויסגעברענגט, איז די עיקר פראבלעם די סעגרעגאציע. אזוי ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט
אין מיין ארטיקל איבער די שידוכים סיסטעם האבן אונז א געפערליכן פראבלעם.
אונז לעבן אין גאר א פארגעשריטענע וועלט, עס איז שוין מער נישט תרצ"ט, די וועלט ריקט זיך פאראויס אויף א געוואלדיגן פארנעם. אונז לעבן אין די הארץ פון די אויפגעקלערטע ליבעראלע ניו יארק סיטי, אונז קענען זיך נישט פארמאכן די אויגן ווי די אמיש אין די דערפלעך פון פענסעלוועניע אדער ווי די טאליבאנער אויף די אפגאניסטאנער בערג.
ווען עס קומט צו אונזער באקוועמליכקייטן ווי פארן מיט א קאר, ניצן הייצונג מיט לעקטער זעמער אונז אלע דא, אונז געניסן פון די פארגעשריטנקייט אויף אלע באקן. אבער די פראבלעם ווערט ווען עס באמפט מיט רעליגיע, דא מאכן מיר א רויטע ליניע. מיר וועלן בלייבן פרימעטיוו ווי ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים אבי נישט אויפצוגעבן אויף א קליינע מנהג.
מיר זענען פון די מערסטע מאדנע בריאים אין ניו יארק, יא כ'ווייס אז אין ס'מעדריש זענען אונז העכסט נארמאל, אבער אין די גאס זענען אונז די מערסטע צוריקגעשטאנענע סעקטע פון ניו יארק, ווער גייט אנגעטון מיט א שווארצע הוט מיט א מאדנע לאנגע רעקל ווען עס ברענגט א היץ אינדרויסן? ווער נאך פירט זיך מיט די אלע אלטע פאנדומענטאלע געפירעכצער? אבער פארפאלן, אונז האבן א (אייגן געמאכטע) נוסח פון אלטרא-ארטאדאקס רעליגיע וואס פארלאנגט געוויסע צוריק-געבליבנקייט, אבער פון די אנדערע זייט ריקן מיר זיך יא פאראויס מיט אנדערע אמעריקאנע באקוועמליכקייטן.
ביזן חתם סופר האט מען מער ווייניגער געזיכט צוציפאסן די רעליגיע לפי המקום ולפי הזמן, אבער היות די משכילים האבן עס געניצט אויף א אויפן אויסצורייסן אידישקייט בכללות, האט מען זיך געמוזט שלאגן מיט זיי דורך אויפקומען מיט איינע פון די גרעסטע 'חידושים' אין אידישקייט, אז 'חדש אסור מן התורה'! מען טאר נישט טוישן קיין שום מנהג! אפילו די מקום וזמן פארלאנגען למשל צו שפילן מיט אינסטראמענטן ביים דאווענען, זאלסטו זיך נישט צוטון מאכן דערפון! עס איז אייגנטליך אסור מן התורה!
למעשה קען מען טאקע זען ווי דער עולם איז ממש עלערדזשיק צו השכלה, אפילו עס איז שוין בעצם לאנג אפגעשטארבן. קיין שום מאוומענט גייט נישט כהיום אפפארן אדער אוועקבלאזן די פעלזן פעסטע אוועקגעשטעלטע מעגא סיסטעם פון די גרויסע חסידות'ן. אבער דאך הערט מען כסדר ווי דאס און יענץ איז געפערליך און עס ברענגט אריין א שפאלט אין די שיף בלא בלא בלא...
בעצם וואלט מען געקענט מאכן גרויסע שינויים צו די גאנצע סיסטעם און עס וועט גארנישט און קיינעם אפעקטירן. קארלין-סטולין ובעלז יוכיח, ווילאנג עס קומט מבפנים קען מען טוישן און טון וואס מען וויל, ווילאנג די סיסטעם לאזט עס, איז אלעס כשר, די חסרון איז נאר אז די ביסט א יוצא דופן, דאן הייבט זיך אהן די צרות.
למעשה ציען אבער גאר אסאך חסידות'ן צו עקסטרעמיזם מער און מער. ווי א יאר עס גייט פארביי ווערט די נעכטיגע רשות א איסור און אלעס ווערט מער און מער פרום. טאקע אין די נושא פון פרויען און סעגרעגאציע איז א פלאץ ווי עס ווערט אלס פרומער און פרומער, די ענגליש ביכער וואס אנהאלטן געמאלענע בילדער פון מיידלעך וואס זענען נאך געווען כשר פאר אפאר יאר צוריק זענען שוין לאנג חזיר טריפה. קוים וואס מען מעג רעדן צו די אייגענע שוועסטער... קישן די מאמע איז שוין געפערליך טאבאו. און... דאן ווערט נולד פראבלעמען...
דער בחור אדער מיידל פארן שוין נישט מיט קיין פערד אין וואגן... מען האט הייצונג מיט לעקטער, מען איז מער אפן צו די וועלט, שוין.. גייט מען מאדנע קליידער, דאס איז אונזער קאלטור, וועמען שטערט עס? אבער ווען די הייבסט אהן צו שפילן מיט פשוטע מענטשליכע נאטורן בלויז וועגן (אויסגעטראכטע) רעליגיע, דאן ווערט עס פראבלאמאטיש... מענטשן זענען דאך מענטשן... דאס קען מען נישט טוישן.
אודאי אז מען טוישט סדרי בראשית און מען מאכט אזא אבסעלוטע סעגרעגאציע, ווערן אונזערע קינדער נישט געזינט ערצויגן צו די גאנצע ענין פון א נאטורליכע מאן און ווייב לעבן. די גאנצע מושג פון נאטירליכע ליבע ווערט אויסגעריסן.. און דאן האט מען טענות פארוואס עס איז דא א שידוכים קריזיס אדער פארוואס עס איז דא א צונאמי פון גיטין...
פארוואס זאל די מיידל וועלן חתונה האבן? זי לעבט דאך שוין נישט אין די מיטל אלטער, עפעס האט זי דאך יא אויפגעכאפט אז עס איז דא עפעס א מושג פון ליבע.. און היות זי פארשטייט אז פון זיך טרעפן מיט א צוקנייטשטע בחור צוויי מאל וועט זי קיין ליבע נאכנישט טרעפן, יאגט זי זיך נישט אין ערגעץ... זי שטיפט עס אפ ביז מען שלעפט איר שוין מיט קייטן.
און די גיטין... ס'שוין געענדיגט די צייטן ווי מען לעבט די לעבן וואס 'יעדער' האט 'אלעמאל' געלעבט אין הודו-נאנוש... מען שלאגט זיך אדער צום בעסטן פאל לעבט מען סתם צוזאמען אין איין הויז אהן קיין שייכות.. ניין! עפעס האט מען יא געהערט איבער א שיתוף אין לעבן, איבער א געשמאקע מערידזש לייף..! און אז מען טרעפט עס נישט לאזט מען עס ליפטערן נאך פאר מען ווערט סטאק מיט צוויי קינדער וואס דערנאך מוז מען יעצט בלייבן סטאק פארן גאנץ לעבן און זיך שלאגן ביי די זיבעציג אזוי ווי אלע אונזערע זיידעס און באבעס.... נאו מאור! ס'שוין 2022 מיי פרענד!
אבער אנשטאט טוישן די סיסטעם, וואס דאס קען מען דאך נישט צוליב רעליגיעזע סיבות, גייט מען עס גאר פארעכטן מיטן נאכמער ארויפדרייען די עקסטרעמיזם קנעפלעך! נעם זיי אוועק די סעלפאונס! זאלן זיי נישט רעדן צו חבר'טעס... יע יע... לאמיר זען וואס גייט דעמאלטס געשען... פריער אדער שפעטער גייט די גאנצע זאך קראכן ווי א פעסטע נוקלעארע באמבע... די שאלה איז שוין מער נישט אויב, נאר ווען. נאר ווי שפעטער עס וועט געשען אלס מער בלוט וועט עס פארגיסן אויפן וועג.