בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:15 am
דורך שמעון וואלף
קרן זוית האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:עפעס כאפ איך נישט דא
וואס מיינט א חסידות ווערט ווייניגער? א באבובער איז אוועקגעגאנגען און ער וועט א פאפנער אדער א תולדות אהרן'נער ווערט א קלויזענבורגער??

מיר זעהט אויס אז מיר לעבן א תקופה וואס בדרך כלל קען מען נישט אריין אדער ארויסגיין פון איין פארטיי צו אן אנדערע, אויב איינער גייט ערגעץ איז עס צו א משפיע כדוגמת הרב בידערמאן/ משפיע ברסלב וכדומה.

ווי אזוי די סיסטעם ארבעט מער ווייניגער, קומט צו נעטראל וואוקס כל אחד לפי מנין בית אבותיו.
פון איין חסידות צי די צווייטע הערט מען כמעט נישט, אבער ווי סריקט זיך יא ארום איז נייטראלע וואס שפארן זיך איין אין א חסידות אין חסידות'דיגע וואס ווערן נייטראל, למשל פאפא פון די נייע דור ווערט א גרויס חלק נייטראל מילא וואקסן זיי נישט, ווידעראום בעלזא כאטש זיי(/אונז) באקימען נישט צי קיין פרעמדע אבער זענען מצליח צי האלטן די אייגענע ביי זיך מילא וואקסט מען.
דאכצעך, אפי' דער פאפא אינגערמאן וואס ווערט נייטראל וועט געווענליך ווייטער שיקען אין די מוסדות און מיטהאלטן כינוסים. אבער אוודאי איז דא יוצא מן הכלל אזוי ווי אנדערע מקומות.
ווייטער שיקן אין די מוסדות, לאו דוקא. איך קען עטליכע געוועזענע פאפא'נע וואס שיקן נישט דארט די קינדער. זיי, די אינגעלייט, האבן נאך שייכות אהין דא דארט אבער די קינדער גארנישט

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 8:05 am
דורך יאסל ראקאווער
כלל ישראל האט פלאץ פאר צוועלעף שבטים וואס זענען זיך נישט משדך. להגדיל תורה ולהאדירה!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 9:02 am
דורך היסטאריע
באבוב און באבוב 45, ווי זעסטו אז זיי זענען 3 מאל גרעסער? זייערע מוסדות זענען נישט קיין סאך געוואקסן.
זייערע טישן זענען נישט מער פיל ווי 15 יאר צוריק (און באבוב איז א פלאץ ווי מען גייט צום טיש מער ווי אין אנדערע פלעצער ).
זייערע מוסדות זענען יא געוואקסן, און זענען היינט צוויי צו דריי מאל גרעסער ווי 15 יאר צוריק.

וועגן די טישען, ווייס איך נישט. אויב איז אמת, פראביר דארט אריינקומען צום טיש, און פרעג איינעם ווי דער גאנצער עולם איז. איך בין זיכער זיי וועלען אייך נושא פנים זיין.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 1:09 pm
דורך קהל'ס נער
מתבודד האט געשריבן:בפשטות זענען חב''ד און ברסלב די מערסטע געוואקסן אין די לעצטערע יארן.
אופס, זיי זענען נישט קיין חסידות'ער - צוליב אומבאקאנטע סיבות און אומפארשטענדליכע סברות...

וואס איז נישט פארשטענדליך?
קיין איין חסידות האט נישט מורא אז מענטשן גיין גיין צי א אנדערע חסידות ווייל זיי האבן נישט קיין תוכן, און פאר נישט-תוכן דארף איך נישט גיין צי פרעמדע פעלדער מילא בלייבט מען ביי די אייגענע.
משא"כ חב"ד און ברסלב וואס האבן יא צי פארקויפן איז עס א קאמפעטישען צי די חסידות-סיסטעם מילא האט מען אפגעסטעמפלט ברסלב אלץ סתם משוגעים און חב"ד אלץ משיחיסטן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 1:21 pm
דורך פרנס החודש
ביידע האבן טויטע רבי'ס. עס זעט אויס אז א לעבעדיגע פערזענליכקייט קולט לאזט נישט קיין פלאץ פאר קיין תוכן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 3:59 pm
דורך פאלגזאם
היסטאריע האט געשריבן:
באבוב און באבוב 45, ווי זעסטו אז זיי זענען 3 מאל גרעסער? זייערע מוסדות זענען נישט קיין סאך געוואקסן.
זייערע טישן זענען נישט מער פיל ווי 15 יאר צוריק (און באבוב איז א פלאץ ווי מען גייט צום טיש מער ווי אין אנדערע פלעצער ).
זייערע מוסדות זענען יא געוואקסן, און זענען היינט צוויי צו דריי מאל גרעסער ווי 15 יאר צוריק.

וועגן די טישען, ווייס איך נישט. אויב איז אמת, פראביר דארט אריינקומען צום טיש, און פרעג איינעם ווי דער גאנצער עולם איז. איך בין זיכער זיי וועלען אייך נושא פנים זיין.
וויאזוי האסטו געמאסטן? וויפיל פאראלעל קלאסן האבן זיי אין כתה א?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 4:08 pm
דורך היסטאריע
מילא האט מען אפגעסטעמפלט ברסלב אלץ סתם משוגעים און חב"ד אלץ משיחיסטן
ווען עס זאל נישט זיין אמת....

איך בין זיכער אז די אלע וואס פורים קיין אומאן איז עס ווייל מען האט ליב דער תורה פין ר' נחמן.

ווידער חב"ד זייט דער רבי איז נישט געשטארבן, איז עס געווארען א טאטאלער משוגעים הויז. פארגעס פין משיחיסטן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 2:28 am
דורך קהל'ס נער
היסטאריע האט געשריבן:
מילא האט מען אפגעסטעמפלט ברסלב אלץ סתם משוגעים און חב"ד אלץ משיחיסטן
ווען עס זאל נישט זיין אמת....

איך בין זיכער אז די אלע וואס פורים קיין אומאן איז עס ווייל מען האט ליב דער תורה פין ר' נחמן.

ווידער חב"ד זייט דער רבי איז נישט געשטארבן, איז עס געווארען א טאטאלער משוגעים הויז. פארגעס פין משיחיסטן.
יא אזוי גייט עס מען נעמט ארויס די פאר עקסטרעמיסטן און מען סטעמפלט אפ די גאנצע קהלה אזוי, מען וואלט פינקט אזוי געקענט אפסטעמפלען די בעלזא אלץ טעראריסטישע יושבים און די סאטמערע אלץ באבע יוטל ממזרים.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 6:57 am
דורך היסטאריע
פאלגזאם האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
באבוב און באבוב 45, ווי זעסטו אז זיי זענען 3 מאל גרעסער? זייערע מוסדות זענען נישט קיין סאך געוואקסן.
זייערע טישן זענען נישט מער פיל ווי 15 יאר צוריק (און באבוב איז א פלאץ ווי מען גייט צום טיש מער ווי אין אנדערע פלעצער ).
זייערע מוסדות זענען יא געוואקסן, און זענען היינט צוויי צו דריי מאל גרעסער ווי 15 יאר צוריק.

וועגן די טישען, ווייס איך נישט. אויב איז אמת, פראביר דארט אריינקומען צום טיש, און פרעג איינעם ווי דער גאנצער עולם איז. איך בין זיכער זיי וועלען אייך נושא פנים זיין.
וויאזוי האסטו געמאסטן? וויפיל פאראלעל קלאסן האבן זיי אין כתה א?
ביסט א גאון, די עפענסט א אשכול כאילו דו ווייסט פאר א פאקט אז א ליסטע פין חסידות'ער זענען נישט געוואקסן, באזירט אויף אפאר נארישע מעסטער'ס, דערנאך, טיף אריין, ווען מען זאגט דיר אז דו חלומ'סט, פרעגסט דו דער סאמע וויכטיגסטע שאלה, כאילו איך דארף דאס וויסן.

העלא, דאס איז דער ערשטער שאלה וואס דו דארפסט קענען ענטפערן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 12:02 pm
דורך איך אויך
נער'ל, דו ברענגסט גוט ארויס אז די סאטמארע באבע יוטל ממזרים [כידוע אז אינדערהיים האבען זיי געהייסן דאס אפפאל פון די מענטשהייט, גרודפט און געצאפט דאס בלוט פון די רבנים וכלי קודש וואס זענען געווען אונלאקי אריינצופאלען אין שטעט ויי זי האבען געוואוינט. בעני ראיתי בריוון פון רבנים ווי זיי פרעגן זיך נאך אויב די חברה וואוינען דארט פארען מחליט זיין אנצונעמען א פאסטן] האבען מצליח געווען דיר משכנע צו זיין אז די הייליגע בעלזע יושבים זענען גאר געווען טעראריסטן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 1:23 pm
דורך Tachlis
היסטאריע האט געשריבן:
מילא האט מען אפגעסטעמפלט ברסלב אלץ סתם משוגעים און חב"ד אלץ משיחיסטן
ווען עס זאל נישט זיין אמת....

איך בין זיכער אז די אלע וואס פורים קיין אומאן איז עס ווייל מען האט ליב דער תורה פין ר' נחמן.

ווידער חב"ד זייט דער רבי איז נישט געשטארבן, איז עס געווארען א טאטאלער משוגעים הויז. פארגעס פין משיחיסטן.
עס זעט נישט אויס וואו דו האסט עפעס באקאנטשאפט מיט חב"ד, ביטע ווער געוואר מער איבער חב"ד פאר דו שרייבסט אז עס איז א טאטאלע משוגעים הויז :oops:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 1:40 pm
דורך היסטאריע
כ'בין גאנץ באקאנט, איך גיי אריין דאווענען מנחה אין 770, ל"ע. אוודאי איז דא נארמאלע מענטשן, נישט יעדער האלט די זעלבער עקסטרעם. אבער, דער שולט דארט איז דער משגעת פין די משוגעים.
און ווען איינער גייט אהין, גייט ער צו די משוגעים, נישט צו קיין טיפע חסידות וכדומה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 2:01 pm
דורך Tachlis
דאס איז וואס איך זאג!! דו גייסט נאר אריין אין 770, רוב ליובאוויטשע חסידים טרעטן נישט אריין אין 770, די נארמאלע מיט די משוגעים זענען אפגעטיילט אינגאנצן! מאך אביסל research און וועסט געוואר ווערן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 5:56 pm
דורך פאלגזאם
היסטאריע האט געשריבן:ביסט א גאון, דו עפנסט א אשכול כאילו דו ווייסט פאר א פאקט אז א ליסטע פין חסידות'ער זענען נישט געוואקסן, באזירט אויף אפאר נארישע מעסטער'ס, דערנאך, טיף אריין, ווען מען זאגט דיר אז דו חלומ'סט, פרעגסט דו דער סאמע וויכטיגסטע שאלה, כאילו איך דארף דאס וויסן.

העלא, דאס איז דער ערשטער שאלה וואס דו דארפסט קענען ענטפערן.
בקיצור האסט געשאסן א 'צוויי אדער דריי מאל' סטעיטמענט, און יעצט ביסטו געבליבן מיטן צונג אינדערויסן.
איז דא איינער וואס ווייסט יא?