בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 3:44 pm
דורך שמעקעדיג
אזוי ווי מען גייט קלאגן אויפן חורבן, וועלן מיר נישט זיין אקטיוו דאהי.
צום ווידערזעהן מיט א נחמה בכפליים.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 4:45 pm
דורך קאווע טרינקער
שוב יום אחד לפני מיתתך,
Was a pleasure to know you all.

תנצבה

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:11 pm
דורך סאשי פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:אזוי ווי מען גייט קלאגן אויפן חורבן, וועלן מיר נישט זיין אקטיוו דאהי.
צום ווידערזעהן מיט א נחמה בכפליים.


קענסט דיך נישט איינהאלטען??

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 6:53 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוב יום אחד לפני מיתתך,
Was a pleasure to know you all.

תנצבה

ארלעדיג עפעס א היכל דארט, אזא זייטיגע וואס ווערט נישט גענוצט, און מ'קען עפענען א קאווע שטיבל סניף עולם העליון. מאך נאר זיכער ס'דא א קעסל מיט אמווייניגסטענס טעיסטערס טשויס. ספלענדא איז נישט קיין מאסט.

אויף ווידערזעהן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 5:58 pm
דורך אבגד
[justify]אין די משנה שטייט מכל מלמדי השכלתי, [tag]א איד[/tag] האט מיך מעורר געווען א נקודה, און בכח קנאת סופרים וויל איך אים נאכמאכען.

ווען איך האב מיך איינגעשריבען דא אפאר וואכען צוריק איז מיר קאווע שטיבל געווען א מורא'דיגע זאך, איך האב געהאט א ווינקל ווי זיך אויסצולופטערן, און כסדר זיך אונטערגעהאלטן מיט די געשמאקע תגובות פון (איך בעט אנטשולדיגונג פון וועם איך לאז אויס, עניוועי האב איך נישט זוכה געווען צו יעדן אין אזא קורצע צייט) ווי, [tag]זר זהב[/tag] [tag]געפילטע פיש[/tag] [tag]מאראנצןזאפט[/tag] [tag]קופערניקוס[/tag] [tag]יואב[/tag] [tag]שמעקעדיג[/tag] [tag]קאווע טרינקער[/tag] בערל בעל עגלה, [tag]משה געציל[/tag] [tag]טאמבל סאס[/tag] [tag]פרישער[/tag] [tag]לעמיל[/tag] ועוד ועוד ועוד....., צו איז עס געווען ווען מען האט זיך געלאזט וואויל גיין אין א פארמאכטען אשכול, אדער ווען מען האט פארנומען יואב'ס סעלפאון אדער ווען מען איז געגאנגען צו גאסט ביי ר' מאטל, די אלע אשכולות און תגובות האט מען זיך געקענט אויסבלאזן, און א טובל און ארויס.

אבער אין די לעצטע 3 וואכען (קען זיין עס האט מיט'ן חורבן ביהמ"ק) ווי שוין ערווענט איז מעשה שטן הצליח אז איך וועל מיך אלץ אנשטויסן אין גאנצע אדער האלבע כופרים אדער סתם אנדרייערס, און איך האב מיך פלוצלינג דערזעהן זיצן שעות און טרינקן קאווע, ע"כ אזוי ווי עס קומט שוין די קומענדיגע וואך ט"ו באב, וואס די גמרא זאגט מכאן ואיליך דמוסיף יוסיף, ע"כ וויל איך זיך נעמען אין די האנט אריין, און זיך אפלערנען פון די גוטע אידן דא אין קאווע שטיבל, ועל איך זיך אונטערנעמען נישט צו טרינקן קיין קאווע עטליסט ביז נאך די הייליגע טעג, ע"כ וויל איך ענק וואונטשן:

א געזונטן זומער
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר
א גמר חתימה טובה מען זאל זיך אויסבעטן אלעס גוטס
א גרינגען תענית - און איך וויל איבערבעטן אלע וואס איך האב (בטעות, בשוגג, במזיד) וויי געטוהן
די שלאק זאל פארטיג זיין צום זמן
א פרייליכען סוכות
א גוט קוויטעל
א גוט יום טוב
א געזונטען ווינטער

:ביי :ביי :בייביי: :בייביי:
ווי עס וואנטשט ענק אבגד פון קאווע שטיבל[/justify]

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 5:59 pm
דורך לעמיל
שנעל געמאכט אבגד
הצלחה רבה קום אונז באזוכען פון צייט צו צייט

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 6:05 pm
דורך קאווע טרינקער
פיינעלי.... דאס ערשטע מאל איך הער אז איך בין נישט קיין אפיקורס!

אבער א לייק קען איך נישט געבען, ווייל איך גלייב נישט אז דו גייסט טאקע נישט אריינקומען דא ביז זאת חנוכה - די ענדע פון די היייליגע טעג.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 6:12 pm
דורך אבגד
[tag]קאווע טרינקער[/tag] די ענין פון אפיקורוס איז נישט געווען געצילט צו דיר, (און באמת צו קיינעם, נאר ארויס צוברענגען די אנדערע זייט, איך האב נישט געוויסט אז עס וועט פארוויקעלט ווערן).
עניוועי איך בין שוין לאנג פון דיינע מענטשען :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 6:53 pm
דורך טישו באקס
וועלקאם בעק, אבגד!
שנעל געמאכט

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:49 pm
דורך קינות גירושין
סאיז נאך נישט טו באב געב א טשענס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 10:43 am
דורך I'm back
שלום וברכה צו אייך, מיין טייערע פריינט.

עס זענען דא מאנכע וואס געדענקען מיר נאך, און עס זענען דא טייל וואס זענען שוין פון די נייע דור. ;)

איך האב דא געשריבן פאר א וויילע ביז עטליכע חדשים צוריק.
איך בין צופרידן צוריק צו זיין דא.

לעטס געט מאווינג.

בד'וו מתנות קען מען שיקן מיט פעיפאל. פאר מער אינפארמאציע ביטע דרוקט די אישי קעסטעלע.

ידיכם,
Sunbar

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 10:46 am
דורך סאשי פיש
פארוואס האסטו געטוישט דיין נאמען?

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 10:49 am
דורך I'm back
סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס האסטו געטוישט דיין נאמען?


מיין אקאונט האט געהאט פראבלעמען מיט אריינסיינען.
די גבאים האבן פראבירט צו פארעכטן די פראבלעם, אבער האבן נישט געקענט דערגיין די אורזאך דערצו.
ממילא איז געבליבן אז איך וועל עפענען א נייע אקאונט.

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 2:36 pm
דורך דעת תורה
ער האט געטוישט אויף זר זהב'ס פארלאנג...

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 3:08 pm
דורך I'm back
שלום וברכה צו אייך, [tag]דעת תורה[/tag]

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 3:11 pm
דורך לעמיל
גאנץ געשמאק צו באקומען א לייק פאר יעדע הודעה וואס מ'שרייבט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:47 am
דורך ברסלבער
איך פאר אי"ה צו אומאן אויף ראש השנה. צום ווידערזעהן אי"ה נאך צום גדלי'.
זאלט איר אלע האבן א זיס לעכטיג יאר, מיט אלעס גוטס וואס איר וואונטש זיך, געזונט, אסאך געלט, נחת פון די קינדער, נחת פון די ווייב און פון זיך אליין, א.א.וו. יעדער וואס ער דארף, און א כתיבה וחתימה טובה.
צום ווידערזעהן!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:02 am
דורך נולד מאוחר
לאז אונדז וויסען אויב סאיז אמת.
בילד

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 12:30 pm
דורך ברסלבער
לויט ווי רבי נחמן שרייבט אין זיינע ספרים איז דאס קלאר נישט אמת.
ער שרייבט אז יעדער אן אויסנאם נישט קיין חילוק אין וועלכע נידריגסטע מדריגה ער איז געפאלן, אויב ער וועט קומען צו זיין קבר און זאגן דארט די תיקון הכללי וועט ער זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט אים א טובה צו טוהן, ביי די פאות וועט ער אים ארויס שלעפן פון שאול תחתית.
ולפי זה האט רבי נחמן נישט קיין פאראיבל אויף קיינעם וואס קומט צו אים, ער האט סבלנות צו יעדן, און ער וועט קער נעמען פון יעדן איינעם פריער צו שפעטער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 1:40 am
דורך I'm back
איך האב תיכף מרגיש געווען אז דאס איז א פאלשע בילד...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:31 am
דורך אביגדור
.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:33 am
דורך ברסלבער
עליכם שלום. זאלמיר אלע האבן גע'פועל'ט א זיס לעכטיג יאר.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:40 pm
דורך אפטעמיסט
ביי