בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2023 3:28 am
דורך [NAMELESS]
איך האב לעצטנס געזעהן א תשובה אין חתם סופר (איך געדענק נישט יעצט פונקטליך וואו) ווי ער שרייבט אז זיין שווער רשכבה"ג הגרעק"א האט איהם געבעטן אז ער זאל רעדן צו געוויסע פאליטישאנס אז מ'זאל קענען ארויפגיין אויף דעם הר הבית מקריב זיין א קרבן פסח, און דער חתם סופר שרייבט איהם אז די מוסלימענער וועלן נישט לאזן ארויפגיין, אבער די חברה האבן געהעריג געפלאנט ארויפצוגיין דארטן און מקריב זיין קרבנות.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2023 4:34 am
דורך שמן למאור
עמקות המחשבה האט געשריבן:איך האב לעצטנס געזעהן א תשובה אין חתם סופר, (איך געדענק נישט יעצט פונקטליך וואו)
שו"ת חתם סופר, יורה דעה סימן רלו
עיין שם
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2023 11:40 am
דורך Tachlis
יישר כח @שמן למאור פאר די לינק, די עולם איז שווערליך צומישט איבער יעדע זאך וואס האט צו טון מיט הר הבית, יעדער איינער וואס גייט צום כותל ווערט סא עמאשענעל ווייל דא פלעגן יידן גיין מקריב זיין קרבנות... העי.. אפשר הערסטו אויף צו וויינען און ביסט אליין מקריב א קרבן?... נע.. איך זע דיר עפעס אויס ווי א רעפארמע פרוי???
אויב קרבנות איז א זאך וואס איז אזוי חשוב (סהאט אין זיך מער ווי איין פון די 613 מצוות) דארף ווען יעדער איינער עס זוכן צו טון, נאר די עולם ווייסט עפעס אז נאר מתנחלים מיט לאנגע פאניס טוען די מינע זאכן,
אלע פרומע יידן וואס מאכן זיכער אז שבת זאל נישט זיין קיין שום טיש וואס האט א אינטש אן קיין טישטעך זאלן ליבערשט זען צו טון מצוות דאורייתא'ס,
סא אפשר אזא שטיקל חתם סופר וועט שוין מאכן אז מענטשן זאלן כאפן וואס קרבן פסח איז (אדער אפשר וועלן זיי אנפאנגען האלטן אז די חתם סופר איז געווען א מתנחל... אויך נישט אזוי שלעכט)
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2023 1:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לא תסור מן הדרך אשר יגידו לך ימין ושמאלֶ אפילו אומר לך על ימין שהיא שמאל וכו׳ איז דאכצעכמער אויך א ״דאורייתא״
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:08 pm
דורך berlbalaguleh
קרן זוית האט געשריבן:עס איז דאך געווען א גרויסע אסיפה אין וויליאמסבורג, כ'האב געהערט אז מ'האט ארומגערעדט פון מזוזות און מטבעות לפדיון הבן, ווי אויך אנדערע השקפה'דיגע ענינים. בין איך טאַקע נייגעריג אויב מ'האט דורכגערעדט שאלות בעניני דיני קרבן פסח.
דער אסיפה איז טאקע באשטאנען פון רבני חו"ל אבער אזא זאך וואו קרבן פסח, וואס עס איז דאך אחכה לו בכל שנה להקריב, איז דאך אוודאי פארשטענדליך אז דאס זאל עולה זיין על שלחן הרבנים!!
קרן זוית: ערשטנס, דער קרבן פסח וואס די ציונים מאכן אין מדינת ישראל איז שוין פסול מעיקרא. צווייטנס, פון וואו 'עט מען נעמען אזויפיהל רויטע קוען מטהר צו זיין גאנץ כלל ישראל? ווייל ס'וועט שוין זיין נאך תחיית המתים, און א פאר הונדערט מיליאן אידן (נישט קיין ציונים) וועלן דארפן געשפריצט ווערן מיט די אפר הפרה. איך גלייב נישט אז איין קוה קען געבן אזויפיהל אש. פארשטייצעך אז נאר די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני וועלן געשפריצט ווערן דורך ביידע סאטמאר'ע רעבעס. מהר"א קר"י און מהרז"ל קר"י/ומלפנים אבדק"ק ווילאמ-פעסט יצ"ו. אויך נאר די וועלכע משיח (נישט דער חב"ד'סקער) וועט אנווייזן מיט זיין/איהר (מיטלסטן) פינגער וועלן האבן די זכייה געשפריצט צו ווערן.
איך און אלע מיינע חברים האלטן אז דער (עכטער) בית המקדש דארף געבויעט צו ווערן אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג, יצ"ו. נישט אין די טמא'נע מדינה אשר בדו הציונים הטמאים מליבם הטמא, רח"ל שר"י עפ"ל...!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 07, 2023 8:57 pm
דורך Tachlis
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לא תסור מן הדרך אשר יגידו לך ימין ושמאלֶ אפילו אומר לך על ימין שהיא שמאל וכו׳ איז דאכצעכמער אויך א ״דאורייתא״
לא תסור מן הדרך אשר יגידו לך ימין ושמאלֶ גייט ארויף אויף די סנהדרין נישט אויף יעדע קליינע מח וואס האט טויזענטער קלענערע מוחות וואס קוקן זיך צו פארגאפט ווי ער עסט געפילטע פיש אן קיין גאפל
(און אפי' אויף עכטע צדיקים (אויב די גלייבסט אין אזאנס) גייט עס נישט ארויף)
נשלח: מוצ"ש יאנואר 07, 2023 9:19 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א. דער רבינו יונה קריגט אויף אייך.
ב. מה נפשך, אויב ביזטו נישט חושש צו תקנות פון רבנים וואס זענען נישט געוועהן אין די סנהדרין דארפסטו אויך נישט חושש זיין צו די איסור במות שלא בזמן הבית און דו האסט א "חיוב דאורייתא" מקריב צו זיין קרבנות אויף א במה אין דיין בעקיארד.
נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2023 9:25 am
דורך כוואליעס
berlbalaguleh האט געשריבן: צווייטנס, פון וואו 'עט מען נעמען אזויפיהל רויטע קוען מטהר צו זיין גאנץ כלל ישראל? ווייל ס'וועט שוין זיין נאך תחיית המתים, און א פאר הונדערט מיליאן אידן (נישט קיין ציונים) וועלן דארפן געשפריצט ווערן מיט די אפר הפרה. איך גלייב נישט אז איין קוה קען געבן אזויפיהל אש. פארשטייצעך אז נאר די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני וועלן געשפריצט ווערן דורך ביידע סאטמאר'ע רעבעס. מהר"א קר"י און מהרז"ל קר"י/ומלפנים אבדק"ק ווילאמ-פעסט יצ"ו. אויך נאר די וועלכע משיח (נישט דער חב"ד'סקער) וועט אנווייזן מיט זיין/איהר (מיטלסטן) פינגער וועלן האבן די זכייה געשפריצט צו ווערן.
איך און אלע מיינע חברים האלטן אז דער (עכטער) בית המקדש דארף געבויעט צו ווערן אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג, יצ"ו. נישט אין די טמא'נע מדינה אשר בדו הציונים הטמאים מליבם הטמא, רח"ל שר"י עפ"ל...!
טומאה הותרה בציבור
נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2023 11:51 am
דורך היסטאריע
וואס טוט זיך מיט דער קרבן תמיד?
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2023 12:27 am
דורך מיין אמת
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב די בית המקדש אין ירושלים ווערט פאפולער עפן איך א קאנקורענץ אין אטלאנטיק סיטי, א שטייגער ווי בית חוניו אין מצרים אדער יעקב אבינו'ס מקדש אין בית אל.
און אין דיין בית המקדש וועט אויך זיין פאר מער געטער סא די השפעות טובות זאלן קימען בריווח just kidding
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2023 1:20 pm
דורך כוואליעס
די אמת איז אז איך האב נישט געפענט די אשכול סתם אלס א טעאריע, פאראיאר איז געווען אין די נייעס אז מ'האט געכאפט אפאר מיזרחיסט'ן ארויף גיין אויף די הר הבית מיט שעפסן באהאלטן אונטער זייער קליידער כדי צו מקריב זיין א קרבן פסח, קען זיין אז מיט אתמר אלס שר הביטחון וועט דאס ווערן א לכתחילה
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2023 4:17 pm
דורך berlbalaguleh
כוואליעס האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן: צווייטנס, פון וואו 'עט מען נעמען אזויפיהל רויטע קוען מטהר צו זיין גאנץ כלל ישראל? ווייל ס'וועט שוין זיין נאך תחיית המתים, און א פאר הונדערט מיליאן אידן (נישט קיין ציונים) וועלן דארפן געשפריצט ווערן מיט די אפר הפרה. איך גלייב נישט אז איין קוה קען געבן אזויפיהל אש. פארשטייצעך אז נאר די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני וועלן געשפריצט ווערן דורך ביידע סאטמאר'ע רעבעס. מהר"א קר"י און מהרז"ל קר"י/ומלפנים אבדק"ק ווילאמ-פעסט יצ"ו. אויך נאר די וועלכע משיח (נישט דער חב"ד'סקער) וועט אנווייזן מיט זיין/איהר (מיטלסטן) פינגער וועלן האבן די זכייה געשפריצט צו ווערן.
איך און אלע מיינע חברים האלטן אז דער (עכטער) בית המקדש דארף געבויעט צו ווערן אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג, יצ"ו. נישט אין די טמא'נע מדינה אשר בדו הציונים הטמאים מליבם הטמא, רח"ל שר"י עפ"ל...!
טומאה הותרה בציבור
נישט די טומאת הציונות. פרעג נאר ביי הרב ישראל מ. סופר. און הרב ש.ב. מרגליות...!