שמן למאור האט געשריבן:פארוואס מוז מען בכלל זאגן אז אויב קען ער נישט טוהן עפעס, דאן איז טייטש אז ער האט 'עפעס' 'איינער' אדער אן 'איידיע' וואס איז אים מגביל? ער איז פשוט נישט ביכולת דאס צו טון, פארטיג. עס מוז נישט זיין עפעס א דבר מן הצד וואס 'האלט אים אפ' פון דאס טון. סך הכל 'האט ער פשוט נישט די כח' דאס צו טון. איך זע נאכאלס נישט פארוואס מען קען נישט אזוי זאגן.
דו מוזט דאך פאזיטירן א "פארוואס" ער קען דאס נישט טוהן. זיין כח גרייכט נישט ביז אהין און עס איז פיניט.
דאס, די פיניטוּד (אין די פאל), איז אטאמאטיש די "דבר מן הצד" און איידיע וואס איז אים מגביל והוא יותר ממנו.
שמן למאור האט געשריבן:נו, מען קען זאגן אז רצון ומידות איז אויך א חלק פון זיין עסענס.
דאס איז טעקניקעלי וואס דער רמב"ם טוהט: ער קאָלעפּסט "רצון" צו עצמותו ממש מיניה וביה. ווי ער שרייבט בח"א פס"ט:
אשר התבאר לפי דעתנו שהם עצמו ושאין רצונו וחפצו או חכמתו דברים יוצאים חוץ לעצמו, רצוני לומר שיהיו זולת עצמו.
וה"ה לגבי "תכלית הטוב" ["מדות" אין די קאנטעקסט]. עס איז נישט קיין מקרה "אויף" די עצם (אזוי ווי ביי די סתם אלגעמיינע אפשטייטש און פארשטאנד פון "רצון") - עס איז די עצם ממש.
שמן למאור האט געשריבן:אפשר ביסטו דאס בעסער מסביר? וואס הייסט אז עס איז נישט תלוי בשום דבר חוצה לה? און וואס העלפט עס מיט אונזער פראבלעם אז רצון באדייט הגבלה. און וואס איז מיט אלע אנדערע זאכן וואס גאט טוט, און בהכרח איז דא דערינטער א רצון?
ווי ער זאגט איז דאס "דקה וכבדה", אבער איך וועל פרובירן. סתם אזוי איז דאך די אפטייטש פון "רצון" דאס אז דער מענשט בעל הבחירה איז אפגעהאלטן פון דאס טוהן מחמת דרויסענדע מונעים און אפהאלטן מחוצה לו. מיינענדיג, "רצון" באדייט צרכים וואס ער באדארף מחמת circumstances באיזה אופן וכדומה וואס ווערן נתחדש. אין אנדערע ווערטער, "רצון", עכ"פ די סארט וואס באדייט א הגבלה און ליאות, איז אין איר עסענס מקושר און אנגעוואנדן צו באקומען עפעס א תכלית ה"נרצה" מחוצה לה - אט דאס איז די הגבלה דערפון. וממילא, אין ג-ט'ס פאל פון באשאפן דאס וועלט, וואס קען נישט זיין מכח א תכלית וואס האט אים "געפעהלט" מעיקרא
(וכנ"ל לגבי מושג הגבלה וואס מ'איז שולל פונעם מושג "ג-ט": אז אַן "איידיע" זאל נישט זיין מער פון דעם), איז דאך די "רצון" וואס האט דאס אפירגעברענגט דבר אחר ושונה לגמרי פון דאס באדייט פון אלגעמיינע "רצון" - עס איז נישט שייך שינוי אין דעם ווייל וואס עס איז נישטא עפעס א שינוי וואס זאל גורם זיין די "רצון", וואס דאס איז דאך part and parcel פון דאס דעפיניציע פון "רצון" וכנ"ל. עס איז טאקע נישט די סארט וואס באדייט די הגבלה הנ"ל.
ועיין ב
ח"ג פי"ג.
דער אפודי זאגט דארט אבער טאקע אז לפי דעתו איז די תירוץ (און זיין פריערדיגע תירוץ אויף דעם קשיא פון שינוי) צ"ע.
שמן למאור האט געשריבן:דער דעת הרמב"ם איז דאך ידוע אין דעם ענין, אבער איך בין נאכנישט איבערצייגט אז ער איז גערעכט מסברא. לגבי פשטות הכתובים איז ער זיכער מיטן יד על התחתונה, ער אליין איז אויך מודה אז ער איז פעסט מדחיק די פסוקים אנדערש ווי זייער פשטות. אדרבה, אפשר גיבסטו אונז און קורצן סברת הרמב"ם פארוואס מען דארף שולל זיין הגשמה ומשיגי הגוף? וואס האט אים געשטופט אזוי צו זאגן?
די גמרא אין מסכת חגיגה ג: זאגט דאך אונז שוין "עשה אזניך כאפרכסת וקנה לך לב מבין לשמוע את דברי מטמאים ואת דברי מטהרים את דברי אוסרין ואת דברי מתירין את דברי פוסלין ואת דברי מכשירין" אז עס איז דא א מחלוקת דארף מען עס אנקוקן מסברה און פראבירן צו זען ווער רעדט מער צו דער זאך, ווער מאכט מער סענס. דערווייל פארשטיי איך בעסער די בעלי ההגשמה, אדרבה, אפשר לייגסטו מיר פאר די רמב"ם'ס קעיס.
אין אָנהויב הל' יסודי התורה (פ"א ה"ז) איז דאס דער רמב"ם מוכיח אז אויב וואלט ער געווען א גוף, דאן איז בהכרח אז ער האט א קץ ותכלית וואס דאס ליגט אין די הגדרה פון "גוף". און דאס האט מען דאך שולל געווען (פיניטוּד הנ"ל). און א סיבה פאר'ן דאס שולל זיין איז ווייל אין די הגדרה פון "ג-ט" ליגט דאך "מחוייב במציאות", א נעסעסערי עקזיסטענט, און דאס איז דאך בהכרח אינפיניט.
זייענדיג נשפע פון אריסטו איז ער דאס מסמיך מיט אריסטו'ס קאסמאלאגישע מאדעל unmoved mover, וואס די אריסטאטעליען טעאלאגן האבן צאמגעשטעלט מיט "ג-ט". ער זאגט אז וויבאלד א גוף האט בהכרח קץ ותכלית, איז לכחו אויך דא בהכרח קץ ותכלית. און די סביבת הגלגל איז דאך באין קץ.
אין מו"נ ח"א פנ"א טענה'ט ער, לגבי די נעקסטע שלב פון שולל זיין תוארים, אז הרחקת התארים העצמיים מהקב"ה איז בעצם א מושכל ראשון, סעלף עווידענט, און עס וואלט נישט אויסגעפעהלט אויף דעם א באווייז וראיה. נאר וויבאלד עס איז פארשפרייט געווארן די טעות דערין, דארף מען דאס אויפווייזן און צייגן.
אגב, דר. דוד פּאָלסאן, א קריסט וואס וויל יא אז עס זאל שייך זיין הגשמה ביי ג-ט, פרעגט אויף די פילזאפישע ראיות וואס דערלאזן דאס נישט.
שמן למאור האט געשריבן:דאס איז טאקע איינע פון די וויכטיגע פונקציעס וואס רעליגיע שטעלט צו, עס מאכט אז מען זאל זיך פילן גוט, באליבט, רואיג, און סטרעספריי. און דאס איז אויך די תשובה אויף די וואס טענה'ן צו מאמת זיין רעליגיע מיטן טענה אז אויב איז עס שקר דאן פארוואס זאל עס איינער אויסטראכטן? און די תשובה איז טאקע מחמת די בענעפיטן שבו.
אבער וואס זאל מען טון... איינער וואס גלייבט נישט אין עפעס קען נישט פשוט 'אנהייבן צו גלייבן' פשוט ווייל עס וועט זיך אים לוינען...
קענסט אים זאגן אז דו וועסט אים געבן א מיליאן דאלער אויב גייט ער גלייבן, אבער חוץ פון 'דיר זאגן' אז ער גלייבט, קען ער נישט טוישן זיין פערזענליכע גלויבונג... עס ארבייט פשוט נישט אזוי...
דאס רירט שוין אָן אויפ'ן באקאנטן קשיא פונעם אור ה' אינעם הקדמה אויף דעם וואס דער רמב"ם רעכענט אלס די ערשטע מצוה בספר המצות "להאמין בה'". ווי אויך רירט דאס אָן אויף וויליאם דזשעימס'
פּרעגמעטיזם און זיין געדאנק פונעם "
ליִפּ אָוו פעיט".
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:
ס׳איז אינטוּאיטיוו אז כעס איז א נעגאטיווע כאראקטער טרעיט (i.e. שוואכקייט אין כאראקטער) פּער סע. דאס איז הגם עס קען זיין useful פאר'ן מענטש. (ואפילו לפי דוד הום, וואס האט געשריבן אז אויב פעהלט כעס אינעם מענטש איז עס א שוואכקייט פאר אים, איז דאס נאר לגבי א מענטש און ווי אזוי ער איז למעשה צאמגעשטעלט - עס איז פאר אים אזוי ווי אַן אבר. אבער דאס זאך פאר זיך פּער סע איז א שוואכקייט ופשוט. פונקט אזוי ווי א מענטש זאל ל"ע נישט קענען משתין זיין.) איך גלייב אז דו קוקסט אָן אזא איינער וואס איז אין אזא גיסטע מיט א נעגאטיווע בליק. וההיפך בהיפך.
כעס פער סע איז גראדע א פאזעטיווע כאראקטער, ס'ווייזט אז דער מענטש איז אמת'דיג מיט זיך, שעדיגן אנדערע מענטשן, צו פון כעס צו פון וואטעווער, איז נעגאטיוו. און דא דרייט מען מיט'ן פינגער, בשלמא ווען גאט וואלט געווארן בכעס און עס transmuted צו פאזעטיווע מעשים וואלט ער געווען דער תכלית השלמות (in this regard), אזויווי אבער לויט ווי דו זאגסט איז די מציאות פארקערט, בכעס קען ער נישט ווערן, און שעדיגן טוט ער סייווי, איז לאמיר זיך קלאפן דאס מויל דריי מאל...
ניין. דו באציהסט דיך ווייטער צו כעס ביחס
צום מענטש - עס ווייזט אז דער מענטש איז ענגעידזשד צי וואס. עס איז אבער נישט אויף די עצם מדה פון כעס באשר הוא כעס. ווי צוגעשטעלט צו השתנה: השתנה ביחס צום מענשט ווייזט אז די גוף ארבעט וכו', אבער השתנה באשר הוא השתנה איז piss. קאָנטראסט דאס אבער, לדוגמא, צו גבורה אדער חכמה.