בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:41 pm
דורך פריינדליך
וופיל אידן קענסטע וואס באשמיצען אידן?
בען הירש אויב ער הייסט א איד, נחום רז"ב אויב ער הייסט א מענטש, ווער נאך?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:49 pm
דורך יידל
פריינדליך, לו יצוייר דו כאפסט א אינגערמאן וואס האט מאלעסטעד א קינד אין דיין ביהמ"ד. וואס גייסטו טון?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:03 pm
דורך פריינדליך
יידל האט געשריבן:פריינדליך, לו יצוייר דו כאפסט א אינגערמאן וואס האט מאלעסטעד א קינד אין דיין ביהמ"ד. וואס גייסטו טון?
1}גיין צו די עלטערן פינעם יענעם קינד און זיי מודיע זיין,
2}זיכער מאכען אז מיין קינד איז נישט און א סכנה,
3}פארמירען א גרופע פון עלטערן וואס זאלען אויסארבייטען א מהלך אז אויב דער מחבל טראגט זיך נישט אפ פון די געגענט גייט מען גיין צום לאקאלען DA
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:57 pm
דורך יידל
פריינדליך האט געשריבן:יידל האט געשריבן:פריינדליך, לו יצוייר דו כאפסט א אינגערמאן וואס האט מאלעסטעד א קינד אין דיין ביהמ"ד. וואס גייסטו טון?
1}גיין צו די עלטערן פינעם יענעם קינד און זיי מודיע זיין,
2}זיכער מאכען אז מיין קינד איז נישט און א סכנה,
3}פארמירען א גרופע פון עלטערן וואס זאלען אויסארבייטען א מהלך אז אויב דער מחבל טראגט זיך נישט אפ פון די געגענט גייט מען גיין צום לאקאלען DA
און וואס טוסטו אויב דו פרובירסט נומער 3 אפאר מאל און עס ארבעט זיך נישט אויס? טראכט אריין - קיין איין מענטש גייט נישט אוועקמופן פון א געגנט בלויז ווייל דו ווילסט! וויאזוי גייסטו אים מאכן "זיך אפטראגן פון געגנט"?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:05 pm
דורך פריינדליך
טראכט אריין, עס איז גרינגער זיך אפצופעקלען פון א געגענט ווי צו גיין זיצען אפילו נאר פאר איין יאר אדער ווי צו הייסען א ר.ס.ע.
דערפאר איז די זאך זייער פשוט, אויב איז יענער גרייט צו קאפערירען און פאלגען וואס מען זאגט אים, קען ער זיך איינשפארען אז ער זאל זיך שוין דארפן טרעפן פנים אל פנים מיטען DA אויב וויל ער נישט פאלגען וועט עס סיי ווי נעלם ווערען פון די געגענט וויל דער די DA וועט אים אוועק טראגען מיט כבוד,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:47 pm
דורך נולד מאוחר
סאיז נישט נוגע אז צי סהאט פאסירט סעקסאלע אביוז צי נישט, אויב וואלט די מעשה יא געווען אמת וואלט דאך אויך יעדע איד געווען אויף טויט טרייעל רח"ל לשיטתך. איז היינט איז נישט געווען אמת, מארגן און נעכטען איז יא אמת.
סא וואס האט דאס צי טאן מיט אונדז? דאס איז די גוי'ס פראבלעם אז ער מאכט איינס פין אונדז אלע. אין מיר זענען דאס גורם מיטן זיין א נאנטע פארמאכטע סאסייטי.
אין דרך אגב דאס איז די חינך וואס מיר געבען פאר אונזערע קינדער, גוים הרגנן, גנבנן, זענען שלעכט. בשעת ווען סאיז נאר א פאר פראצענט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:43 am
דורך מורינו הרב
קוק דער פראצענט ביי אידן און דער פראצענט ביי גוים (נישט מיט נ.ר. אויגן)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:16 am
דורך דבילה
פריינדליך האט געשריבן:יידל האט געשריבן:פריינדליך, לו יצוייר דו כאפסט א אינגערמאן וואס האט מאלעסטעד א קינד אין דיין ביהמ"ד. וואס גייסטו טון?
1}גיין צו די עלטערן פינעם יענעם קינד און זיי מודיע זיין,
2}זיכער מאכען אז מיין קינד איז נישט און א סכנה,
3}פארמירען א גרופע פון עלטערן וואס זאלען אויסארבייטען א מהלך אז אויב דער מחבל טראגט זיך נישט אפ פון די געגענט גייט מען גיין צום לאקאלען DA
אין וועלכע געגענט גייסטו עם שיקן? און יענער געגענט איז אידיש בלוט הפקר?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:25 am
דורך לעמיל
אויב מעיג איך פרעגען וואס וואלט מען געטין בזמן שבית המקדש היה קיים אז מ'האט געכאפט א איד מיט אזא עבירה וואס איז די שטראף על פי תורה וואס ער וואלט באקומען?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:06 am
דורך יידל
לעמיל האט געשריבן:אויב מעיג איך פרעגען וואס וואלט מען געטין בזמן שבית המקדש היה קיים אז מ'האט געכאפט א איד מיט אזא עבירה וואס איז די שטראף על פי תורה וואס ער וואלט באקומען?
מ'וואלט אים איינגעזעצט בבית המשמר. בימי הראשונים באשכנז וואלט מען אים מעגליך אפגעהאקט די הענט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:13 am
דורך יידל
פריינדליך האט געשריבן:טראכט אריין, עס איז גרינגער זיך אפצופעקלען פון א געגענט ווי צו גיין זיצען אפילו נאר פאר איין יאר אדער ווי צו הייסען א ר.ס.ע.
דערפאר איז די זאך זייער פשוט, אויב איז יענער גרייט צו קאפערירען און פאלגען וואס מען זאגט אים, קען ער זיך איינשפארען אז ער זאל זיך שוין דארפן טרעפן פנים אל פנים מיטען DA אויב וויל ער נישט פאלגען וועט עס סיי ווי נעלם ווערען פון די געגענט וויל דער די DA וועט אים אוועק טראגען מיט כבוד,
מה נגיד לך? ביזט זייער נאאיוו. קיינער פעקלט זיך נישט אפילו ווען דו סטראשעסט אים מיט DA. כ'האב שוין מיטגעהאלטן צוויי מעשיות פון יונגעלייט וואס האבן גע'חזר'ט. מ'האט זיי געסטראשעט מיט גוטנס און בייזנס. יעדעס מאל איז געווען די זעלבע מעשה. דער אינגערמאן האט געוויינט און געשוואוירן אז ער איז אויף טעראפי און מער וועט עס נישט פאסירן. און וואס מיינסטו איז געשען? גארנישט. ס'האט ווייטער פאסירט. איינמאל און נאכאמאל. עד שבא מי שבא און זיך געלייגט אין חרם דורכן אנקלאגן דעם אינגערמאן. און דערנאך, ווען דער אינגערמאן איז געגאנגען זיצן האט מען געמאכט א "פדיון שבויים" קאמפיין פאר אים.
דער צווייטער אינגערמאן איז נאך איצט אויף די פריי, און ס'איז נישט קיין שאלה "אויב" ס'גייט נאכאמאל פאסירן א חזר'יי, נאר ווען. שומו שמים.
איך וויל דיר פרעגן: וואס טוסטו אויב חזר-בחור דינן איז אן אנגעזעהענער איד מיט א זילבערנע שטריכן און זיין האר און א גרויסע נדיב פאר די קהלה? וואס טוסטו אויב ער איז א מלמד אין די לאקאלע תלמוד תורה? וואס טוסטו אויב ער איז די שמש הקהילה? אויב ער איז דעם רב'ס זון?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:29 am
דורך לעמיל
יידל האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:אויב מעיג איך פרעגען וואס וואלט מען געטין בזמן שבית המקדש היה קיים אז מ'האט געכאפט א איד מיט אזא עבירה וואס איז די שטראף על פי תורה וואס ער וואלט באקומען?
מ'וואלט אים איינגעזעצט בבית המשמר. בימי הראשונים באשכנז וואלט מען אים מעגליך אפגעהאקט די הענט.
ידידי הרב אשר לעווין האט געהאט לעצטענס א הערליכע ארטיקל אין די שטערן, ווי ער האט הערליך אראפגעלייגט אז פארוואס אין די תורה איז נישטא די עונש פון תפיסה? עס איז נישט ווייל דער אייבערשטער איז נישט אזוי קלוג ווי אמעריקע דעס אויסצוטרעפן, נאר ווייל דער אייבערשטער ווייסט אז לייגן א איד אין תפיסה מיינט חרוב מאכן דעם איד, חרוב מאכען די משפחה, חרוב מאכען זיין פרנסה, וכו', פאר דעם איז נישטא אין די תורה די עונש פון תפיסה, עיין שם ותמצא נחת.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:30 am
דורך יידל
זייער שיינע תורות וכבוד ידידך הרב לעווין במקומו מונח, ס'איז אבער קלאר אז ס'איז אלץ געווען א תפיסה. וואו דען האט מען געהאלטן דעם מקושש עצים?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:32 am
דורך לעמיל
פאר אפאר טעיג ביז די פסק דין איז געוועין א תפיסה אבער עס איז נישטא א עונש פון תפיסה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:33 am
דורך פריינדליך
דבילה האט געשריבן:דו רשע איינער, און וועלכע געגענט גייסטו עם שיקן? און יענער געגענט איז אידיש בלוט הפקר?
1}עס איז קען די תקנות דא צו רעדן מיט אזוינע טיטלען צו א צווייטען רעד ווי א מענטש כדי מען זאל רעדן צו דיר געהעריג
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:37 am
דורך פריינדליך
יידל האט געשריבן:מה נגיד לך? ביזט זייער נאאיוו. קיינער פעקלט זיך נישט אפילו ווען דו סטראשעסט אים מיט DA. כ'האב שוין מיטגעהאלטן צוויי מעשיות פון יונגעלייט וואס האבן גע'חזר'ט. מ'האט זיי געסטראשעט מיט גוטנס און בייזנס. יעדעס מאל איז געווען די זעלבע מעשה. דער אינגערמאן האט געוויינט און געשוואוירן................
השי"ת ישמרנו אז איך זאל קייינמאל נישט דארפן זיין אינוואלווד און אזלעכע ענינים, איך האלט אבער אז עס איז נישט אזוי שווער אנצורופן דעם DA און איבערגעבן די מעשה, מעגליך אז דו האסט א פוינט אז עס איז שווערער ווי מען מיינט, איך טראכט אבער אז מען קען זיך גענוג פארהארטעווען און טוען וואס איז ריכטיג און זיך נישט צו טוען מאכן פון די פרעשור.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:39 am
דורך יידל
לעמיל האט געשריבן:פאר אפאר טעיג ביז די פסק דין איז געוועין א תפיסה אבער עס איז נישטא א עונש פון תפיסה
בימי חז"ל איז בלי שום ספק געווען א תפיסה.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:40 am
דורך יידל
פריינדליך האט געשריבן:יידל האט געשריבן:מה נגיד לך? ביזט זייער נאאיוו. קיינער פעקלט זיך נישט אפילו ווען דו סטראשעסט אים מיט DA. כ'האב שוין מיטגעהאלטן צוויי מעשיות פון יונגעלייט וואס האבן גע'חזר'ט. מ'האט זיי געסטראשעט מיט גוטנס און בייזנס. יעדעס מאל איז געווען די זעלבע מעשה. דער אינגערמאן האט געוויינט און געשוואוירן................
השי"ת ישמרנו אז איך זאל קייינמעל נישט דארפן זיין אינוואלווד און אזלעכע ענינעם, איך האלט אבער אז עס איז נישט אזוי שווער אנצוריפען דעם DA און איבערגעבן די מעשה, מעגליך אז די האסט א פוינט אז עס איז שווערער ווי מען מיינט, איך טראכט אבער אז מען קען זיך גענוג פארהארטעווען און טיען וואס איז ריכטיג און זיך נישט צוטיען מאכען פון די פרעשעור,
אבער פארגעס נישט אז די רגע דו גייסט צום DA גייט די מעשה אויטאמאטיש צו די מידיא און דו וועסט זיין די גורם אז יעדער איד זאל שטיין אויף טרייעל.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:45 am
דורך פריינדליך
פארוואס האסטע געגבן א לייק פאר א תגובה וואס האט מיר געריפען רשע? האלסט באמת אז איך פארדין די טיטעל?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:47 am
דורך לעמיל
יידל האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:פאר אפאר טעיג ביז די פסק דין איז געוועין א תפיסה אבער עס איז נישטא א עונש פון תפיסה
בימי חז"ל איז בלי שום ספק געווען א תפיסה.
נישט ווען עס איז געוועין א בית דין הגדול
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:50 am
דורך יידל
לעמיל האט געשריבן:יידל האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:פאר אפאר טעיג ביז די פסק דין איז געוועין א תפיסה אבער עס איז נישטא א עונש פון תפיסה
בימי חז"ל איז בלי שום ספק געווען א תפיסה.
נישט ווען עס איז געוועין א בית דין הגדול
לכאורה אפילו דעמאלטס אויך.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:51 am
דורך יידל
פריינדליך האט געשריבן:פארוואס האסטע געגבן א לייק פאר א תגובה וואס האט מיר געריפען רשע? האלסט באמת אז איך פארדין די טיטעל?
חלילה, איך האב געלייקט די צווייטע העלפט פון דעם תגובה. ומסור אני מודעה אז איך בין בשום אופן נישט מסכים צו דעם טיטל רשע, איך האלט אז דו האסט עס נאר געזאגט משום נאאיוויטעט און נישט משום רשעות.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:54 am
דורך לעמיל
יידל האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:יידל האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:פאר אפאר טעיג ביז די פסק דין איז געוועין א תפיסה אבער עס איז נישטא א עונש פון תפיסה
בימי חז"ל איז בלי שום ספק געווען א תפיסה.
נישט ווען עס איז געוועין א בית דין הגדול
לכאורה אפילו דעמאלטס אויך.
איך מיין דו האסט א טעות