בלאט 2 פון 27

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:09 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:מ'סתם צאלסטו נישט מעמבערשיפ פאר גוגל, איא?
ערענסט גערעדט, אסאך מאל קען א סטופיד ספעלינג מיסטעיק טשעינדזשען די ריזאלטס.

וואס ניצטו אויב מעג איך פרעגן?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:16 am
דורך געפילטע פיש
פעיפערפארט איז זייער א ברייט באנוצטע פראגראם אין די ביזנעס וועלט, אני לכשעצמי דארף דאס נישט, איך סקען נישט קיין גרויסע מגילות אינדערהיים.
ס'איז אויך תלוי אין וואסערע סקענער דו נוצט, אסאך סקענערס מיט א אטאמאטיק פידער שטעלן אליינס צאם די גאנצע פייל פעיפערס אין איין פי די עף, אן די הילף פון טירד פארטי סאפטווער.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 8:21 am
דורך איחוד פעלד
נולד מאוחר האט געשריבן:ווען איך וויל סקענען מערערע פאפירן און סזאל ווערן איין גרויסע פייל ווי אזוי טוט מען דאס?
ווען איך סקען מיט ווינדאוס סקען קומט אויס יעדער באזונדער ,אז איך וויל עס למשל אימעלן דארך איך עטעטשען יעדע פאפיר באזונדער.

ניץ איך א סאפווער וואס הייסט פעפערפארט, דאס סקענט אלעס צי איין גרויסע פדף pdf.
יעצטמיין נייע קוימפיטער וויל איך טאן די זעלבע ,טרעף איך מער נישט בחנם די סאפטווער.
וואס נאך קען איך פראבירן ?

אויב די האסט א בראדער פרינטער איז דא פעיפערפארט אויף די סי די פונעם פרינטער.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:51 pm
דורך נולד מאוחר
איחוד פעלד האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:ווען איך וויל סקענען מערערע פאפירן און סזאל ווערן איין גרויסע פייל ווי אזוי טוט מען דאס?
ווען איך סקען מיט ווינדאוס סקען קומט אויס יעדער באזונדער ,אז איך וויל עס למשל אימעלן דארך איך עטעטשען יעדע פאפיר באזונדער.

ניץ איך א סאפווער וואס הייסט פעפערפארט, דאס סקענט אלעס צי איין גרויסע פדף pdf.
יעצטמיין נייע קוימפיטער וויל איך טאן די זעלבע ,טרעף איך מער נישט בחנם די סאפטווער.
וואס נאך קען איך פראבירן ?

אויב די האסט א בראדער פרינטער איז דא פעיפערפארט אויף די סי די פונעם פרינטער.

איך האב א בראדער אבער נישט די סידי, קען איך עס דאנלאדען פון בראדער אזויווי די סידי ?

געפילטע'ס גאגול ארבעט זוך נישט אויס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:18 pm
דורך געפילטע פיש
וואס הייסט? ס'אינסטאלט זיך נישט? ס'ארבעט נישט?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:51 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס הייסט? ס'אינסטאלט זיך נישט? ס'ארבעט נישט?

סנישט דא די פראדאקט וואס טוט וואס איך ברויך בחנם.
כהאב געטראפן אינסטאלט און מיין קמפיטער פון בראדער control center 3 כהאב עס קיינמאל נישט געניצט,
איחוד 'ס תגובה האט מיר געמאכט זוכען האב איך געטראפן פון בראדער. עס טוט די דזשאב.

PDF Unstack

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 3:03 pm
דורך נולד מאוחר
וועלכע פראגרעם איז דא צי למשל ארויס נעמען איין בלעטעל פןן א pdf פייל?
איז דא א פרייע פראגרעם אדער איך מיז טויפסיינען מיט acrobat?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 7:39 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:22 am
דורך בונם
איז דא ווער עס האט עקספיריענס מיט קראומבוק?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:53 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב אזא שאלה,
מיין טעלעפאן אין קאר טשארדזשד זיך 3 מאל אזוי לאנג ווי אינדערהיים.
איז דאס נארמאל? גיט א קאר ארויס א שוואכערע כח ווי א עלעקטראנישע אוטלעט?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:55 pm
דורך שמעקעדיג
נאך א שאלה,
איך גיי אנליין צו מיין באנק אדער קרעדיט קארטלעך, און אסאך מאל וויל איך צוריקגיין א פעידזש, באקום איך דעם פאלגנדן אומפארשטענדליכן מעסעדזש.
איך ווער שוין משוגע דערפון.
מ'קען עפעס טון דערצו?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:59 pm
דורך לעמיל
איך מיין אלטס סעיפטי לאזען זיי נישט צוריק גיין צו א פריעדיגע פעידש

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:35 pm
דורך שמעקעדיג
סעיפטי פון וואס? איך דארף מורא האבן פון מיין אייגענעם שאטן? איך בין דאך א רגע צוריק דארט געווען? און נאך אלץ אריינגעלאגט?
איך האב עפעס געטעשקט און איך מוז צוריקגיין. כ'זעה נישט ווי אזוי כ'קען צוריקגיין ווי נארמאלער מענטש, חוץ אנהייבן אלעס פון אל"ף.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:40 pm
דורך איך אויך
סעיפטי מיינט אויב ביסטו אין אפיס זונטיג צופרי און פונקט דריקט דיר די שיריים פון די טשולנט, איז ווילאנג די ביסט דאס מסדר קען אריינקומען דיין ארבייטער גיבען א קוועטש אויף די בעק קנעפל און אריבערפירן 5 אלפים צו זיין באנק אקונט, ממילא בעטן זיי די לאג-אין אינפארמאציע נאכאמאל.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:42 pm
דורך לעמיל
איך אויך האט געשריבן:סעיפטי מיינט אויב ביסטו אין אפיס זונטיג צופרי און פונקט דריקט דיר די שיריים פון די טשולנט, איז ווילאנג די ביסט דאס מסדר קען אריינקומען דיין ארבייטער גיבען א קוועטש אויף די בעק קנעפל און אריבערפירן 5 אלפים צו זיין באנק אקונט, ממילא בעטן זיי די לאג-אין אינפארמאציע נאכאמאל.

ברוך שכיוותי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:42 pm
דורך איך אויך
עצה טובה,נוטץ נישט די בעק קנעפל נאר די טעבס וואס געפינען זיך העכער אדער ביי די זייט פון די בלאט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 5:48 pm
דורך שמעקעדיג
ענק פארשטייען נישט.
זיי בעטן מיר נישט נאכאמאל צו אריינלאגן.
איך דארף פשוט צוריק אנהייבן פון אנהייב.

די עצה טובה פון "איך אויך" נוץ איך טאקע ווען איך קען, און ס'העלפט רוב מאל.

וואס איז וועגן די טשארדזשער? האט קיינער נישט קיין ענטפער פאר מיר?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:11 pm
דורך sunbar
קען איינער מיר אפשר זאגן ווי אזוי איך קען מאכן פרינט סקרין אויף א לעפטאפ?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 8:07 pm
דורך געפילטע פיש
מיט די פרינט סקרין קנעפל פונקט ווי א דעסקטאפ, אבער אסאך מאל איז די פרינט סקרין קנעפל באהאלטן אונטער א פאנקציע (FN) קנעפל, קוק גוט.
אויב נוצטו ווינדאוס 7 אדער 8 איז דא א טול וואס הייסט סניפינג טול.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 8:11 pm
דורך sunbar
איך ווייס נישט פארוואס עס ארבעט נישט ביי מיר..

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 8:21 pm
דורך sunbar
אה, יעצט איז עס געגאנגען. ישר כח געפילטע.

אגב, מיין ווייב זאגט זי האט דיך פיינט...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 9:04 pm
דורך געפילטע פיש
אוי ווי, וואס האב איך איר געטוהן? זי האט נישט ליב געהאט די בלומען כ'האב איר געברענגט פאריגע וואך?

Touch screen desktops

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 10:28 pm
דורך נולד מאוחר
זיכנדיג צו קויפן א דעסקטאפ קאמפיוטער האב איך מיך אנגעשטויסן אין טאטש סקרין מאניטערס.
וויל איך וויסן, איינער ווייסט צי ס'ארבעט גוט?