שמעקעדיג האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:וואס עפעס זאל זיין א חיוב?
ס'דא א חיוב צי גיין אין בית הכסא ווען מ'ברויך?
יא, אודאי.
בל תשקצו
און ולא יהי' בך עקר (ביי קטנים).
אין ווען נישט בעל תשקצו וואלט וואלסטוך נאך יעצט איינגעהאלטן?
שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב פונקט היינט געליינט א סיפור פון א צדיק וואס האט געהאט שטענדיג שווערע יסורים (דאכט זיך ר' אייזיק מקאלוב זי"ע) און ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי ער האלט אויס די ביטערע יסורים, האט ער געענטפערט אז די יסורים וואס איז געווען א רגע פריער דאס שפירט ער שוין נישט, ווידער די יסורים וואס גייען קומען א רגע שפעטער דאס שפירט ער אויך נישט, סך הכל שפירט ער יסורים נאר פון איין רגע, נו איז דאך נישט אזוי געפערליך, איין רגע יסורים קען מען אויסהאלטן, ודפח"ח.
גאלד האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב פונקט היינט געליינט א סיפור פון א צדיק וואס האט געהאט שטענדיג שווערע יסורים (דאכט זיך ר' אייזיק מקאלוב זי"ע) און ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי ער האלט אויס די ביטערע יסורים, האט ער געענטפערט אז די יסורים וואס איז געווען א רגע פריער דאס שפירט ער שוין נישט, ווידער די יסורים וואס גייען קומען א רגע שפעטער דאס שפירט ער אויך נישט, סך הכל שפירט ער יסורים נאר פון איין רגע, נו איז דאך נישט אזוי געפערליך, איין רגע יסורים קען מען אויסהאלטן, ודפח"ח.
די מעשה קען נאר שטימען אויף סייקעלאדשיקל צרות, יסורי הגוף, דאגות, וכדומה,
אבער פיזישע יסורים?? וואסי דען שייך, ס'טוט דאך וויי אוטש
שמעקעדיג האט געשריבן:געוואלדיגע ווערטער פונעם הייליגן תניא.
ווי אזוי קען מען מקבל זיין יסורין באהבה?
דאס איז אמאל זיכער אז ווען מיר זאלן קענען זעהן די חשבונות פון הימל וואלט אונז געווען גרינגער אדורכצוטראגן די שוועריגקייטן; אבער מיט אמונה אליינס (וואס איז גרעסער ווי ידיעה!) איז שווער.
למשל, איך האב חובות. די בעלי חובות מאנען, דער לענדלארד פארלאנגט זיינס, און דער מוסד זייערס. איך ווער דערשטיקט אינדערצווישן. הקב"ה האט גענוג געלט, לי הכסף ולי הזהב. דוד המלך זאגט "השלך על ה' יהבך והוא יכלכלך", מיט די באקאנטער משל פון דובנער מגיד פונעם ארעמאן וואס האט געשלעפט א פעקל אויפן פלייצע טראץ וואס ער איז געזיצן אויפן וואגן, הלואי ווען איך קען שיקן די בעלי חובות דירעקט צום באשעפער...
עכ"פ ווי אזוי איז מען זיך מחזק? וואס דארף איך טראכטן בשעת מען מאנט די חובות און איך האב נישט?
קען איך א קוק טאן אינעם גרויסן בוך פארוואס ביל געיטס דארף אזויפיל געלט און איך גארנישט?
ונבנתה העיר האט געשריבן:עס זענען אודאי דא אסאך מהלכים אין דעם, איך מיין אז רש"י אין ברכות זאגט אז יסורים קומען להרבות שכרו בעוה"ב.
אינעם שטיקל וואס איך האב פריער געברענגט פון תניא איז משמע אזוי: באמת איז הכל טוב [ערגעץ אנדערש שרייבט ער - לפי זכרוני - אז עס איז נאך א העכערע טוב, ווייל עס קומט פון עלמא דאיתכסיא], און דער תכלית איז דאס אליין, צו זעהן ווי אזוי ער וועט עס אנעמען.
למען ענותך לנסותך לדעת את אשר בלבבך התשמור מצותיו אם לא.
האיך יעלה על דעתו כי רע לו או שום יסורים מבני חיי ומזוני או שארי יסורין בעולם, הרי האין שהיא חכמתו יתברך הוא מקור החיים והטוב והעונג והוא העדן שלמעלה מעוה"ב, רק מפני שאינו מושג לכן נדמה לו רע או יסורים, אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב רק שאינו מושג לגודלו ורב טובו, וזהו עיקר האמונה שבשבילה נברא האדם.
ובאמונה זו באמת נעשה הכל טוב גם בגלוי.
ונבנתה העיר האט געשריבן:אויף דעם זאגט ער:האיך יעלה על דעתו כי רע לו או שום יסורים מבני חיי ומזוני או שארי יסורין בעולם, הרי האין שהיא חכמתו יתברך הוא מקור החיים והטוב והעונג והוא העדן שלמעלה מעוה"ב, רק מפני שאינו מושג לכן נדמה לו רע או יסורים, אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב רק שאינו מושג לגודלו ורב טובו, וזהו עיקר האמונה שבשבילה נברא האדם.
און אויב גלייבט מען אין דעם:ובאמונה זו באמת נעשה הכל טוב גם בגלוי.
ובאמונה זו באמת נעשה הכל טוב גם בגלוי, שבאמונה זו שמאמין שהרע הנדמה בגלוי כל חיותו הוא מטוב העליון שהיא חכמתו יתברך שאינה מושגת והיא העדן שלמעלה מעוה"ב, הרי באמונה זו נכלל ומתעלה באמת הרע המדומה בטוב העליון הגנוז.
נולד מאוחר האט געשריבן:לכוראה די הגדרה פין רע איז, ווען דער מענטש זאל ווען וויסען אלעס האבן די גאנצע בילד ארוס עד הסוף, אין נאך אלץ נישט וועלן די זאך, איז דאס רע פאר עם אויב עס פאסירט צי עם.
מאכט סענס?
ונבנתה העיר האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:לכוראה די הגדרה פין רע איז, ווען דער מענטש זאל ווען וויסען אלעס האבן די גאנצע בילד ארוס עד הסוף, אין נאך אלץ נישט וועלן די זאך, איז דאס רע פאר עם אויב עס פאסירט צי עם.
מאכט סענס?
אז מען האט ארויס דעם גאנצן בילד עד הסוף וועט יעדער מסכים זיין אז דאס איז טוב, און אלע מקרים וואס טרעפן איהם דרייען זיך ארום דעם 'להטיבו באחריתו'.
דער אויפטוה פון די אמונה - וואס דער בעל התניא רעדט - איז לכאורה באופן סגולי, אז עס ווערט איהם נתגלה ווי דאס איז טוב אנדעם וואס ער זאל זעהן דעם גאנצן בילד.