בלאט 2 פון 3
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:33 am
דורך אשכנ
פון אלע תאוות וואס א מענטש קען האבן, פארוואס זעהט אויס אז די תאוות ההכאה איז אזוי שטארק?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:55 am
דורך גאלד
רבוש"ע!!
is this discussion serious??
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:01 am
דורך gehlungen
חאצקל האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין, לאמיר דיסקאסירן יסודות'דיג, ווער איז בדרך כלל פיזיש שטערקער, א מאן אדער א פרוי? ס'הייסט אז מענער, אבער אפשר איז עס סתם אן איינרעדעניש,
והא ראי', ס'קומען לעצטנס אויף פרויען פאליציי, מעגליך דערפאר ווייל זיי הייבן זיך אן צו כאפן אז בעצם זענען זיי נישט שוואכער ווי מענער, מ'האט זיי בלויז איינגערעדט, און פון דעם נעמט זיך דער פחד און אומקאנפעדענס וואס ס'יאז דא ביי פרויען ווען זיי דארפן זיך פארמעסטן פיזיש קעגן מענער, און צוביסליך הייבן זיי זיל אן ארויסצושלאגן דאס פון קאפ.
לענינו, עס איז גארנישט אזוי זיכער אז ווען פרויען מקלן צוריק אז דער מאן וואלט בדרך כלל געווינען
You are wrong because that is the reason they are not FIREMEN lol
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:21 am
דורך משכיל
געהערט אמאל
איינער האט געפרעגט א שאלה צו מען מעג שלאגען בעת נ..י
האט דער רב געענטפערט שלאגען קען מען אפשר מתיר זיין, אבער וואס קומט נאך דעם, מען קען זיך נאך איבערבעטען
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:09 am
דורך קרעקער
איך וייס א פאל א פרוי ואס פלעגט האבען בלעק ענ בלוי מארקס פין שלעק פין איר מאן
סאיז באמערקט געווארען דורך א גויטע אין בעיוטי סאלאן זי האט קעיר גענימען
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:28 am
דורך שמעקעדיג
גאלד האט געשריבן:רבוש"ע!!
is this discussion serious??
פארוואס רעדסטו צום רבש"ע ענגליש?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:54 am
דורך ונבנתה העיר
כההיא איתתא וואס האט געמיינט אז דער אייבערשטער דרייעט זיך אין בית הכסא ווייל איהר מאן פלעגט אריינשרייען: רבש"ע ווען קומסטו שוין ארויס...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:03 pm
דורך diff
There are no equal rights in halacha. A wife is mans possession like his slave , cow, and not vice versa
הרמב"ם כתב: "כל אשה שתימנע מלעשות מלאכה מן המלאכות שהיא חייבת לעשותן כופין אותה ועושה אפילו בשוט" (רמב"ם הלכות אישות פכ"א, ה"י).
השולחן ערוך סתם: "כל אשה שתימנע מלעשות מלאכה ממלאכות שהיא חייבת לעשותן, כופין אותה לעשות" (אבן העזר פ', ט"ו), והרמ"א מביא את שתי הדעות: "ואינו זנה עד שתעשה, וכן ב"ד משמתין אותה או מוכרין כתובתה לשכור עליה עבד או שפחה (הגהות מיימוניות פכ"א בשם הרמב"ן והרשב"א). ויש אומרים דהיו כופין אותה בשוטים (טור בשם הרמב"ם)",.
"אור זרוע" כתב: "וכן האשה שחבלה באיש או באשה בעלה מכה אותה מכת מרדות שלא תהא רגילה לעשות כך". הרשב"א כתב: "ואם הוא מכה אותה ומצערה שלא בדין והיא בורחת - הדין עמה... ואם היא הגורמת שמקללתו חנם הדין עמו, שהמקללת בעלה בפניו יוצאה בלא כתובה" (תשובות הרשב"א ח"ז, תע"ז
בתרומת הדשן כתב: "שאלה: מי ששמע אשתו מקללת ומזלזלת באביה ואמה והוכיחה בדברים על זה כמה פעמים ולא הועיל, שרי להכותה כדי לייסרה שלא תעשה או לאו? תשובה: יראה דבכי האי גוונא שרי".
הרדב"ז: "ומכל מקום אם [היא] עושה דברים בלתי הגונים לפי תורתנו יש לו רשות ליסרה ולהכותה להחזירה למוטב כיוון שהיא ברשותו".
הרמ"א : "אם מקללתו בחנם או מזלזלת אביו ואמו, והוכיחה בדברים ואינה משגחת עליו, יש אומרים דמותר להכותה, ויש אומרים דאפילו אשה רעה אסור להכותה. והסברא ראשונה היא עיקר (אבן העזר סימן קנ"ד, ג).
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:02 pm
דורך צדיקל
diff האט געשריבן:There are no equal rights in halacha. A wife is mans possession like his slave , cow, and not vice versa
הרמ"א : "אם מקללתו בחנם או מזלזלת אביו ואמו, והוכיחה בדברים ואינה משגחת עליו, יש אומרים דמותר להכותה, ויש אומרים דאפילו אשה רעה אסור להכותה. והסברא ראשונה היא עיקר (אבן העזר סימן קנ"ד, ג).
מר. diff, איך ווייס נישט צו האסט במזיד מזייף געווען די הלכה און געברענגט נאר א האלבע רמ"א, דא האט איר די לשון הרמ"א אבן העזר סימן קנ"ד סעיף ג'.
"איש המכה אשתו, עבירה היא בידו, כמכה חבירו. ואם רגיל הוא בכך, יש ביד בית דין ליסרו ולהחרימו ולהלקותו בכל מיני רידוי וכפייה ולהשביעו שלא יעשה עוד. ואם אינו ציית לדברי הבית דין, יש אומרים שכופין אותו להוציא, ובלבד שמתרין בו תחילה פעם אחת או שתיים, כי אינו מדרך בני ישראל להכות נשותיהם ומעשה עובד כותים הוא" עכל"ק.
אויך דא האט איר די לשון הבאר הגולה אויפן פלאץ:
מצאתי בשם תשובת מהרי"ו הישנים, דעונשו יותר ממכה חבירו, דבחבירו אינו חייב בכבודו, ובאשתו חייב בכבודה, לכבדה יותר מגופו, עולה עמו ואינה יורדת עמו, לחיים ניתנה ולא לצער, ועונשו גדול ממכה חבירו, כי היא יושבת לבטח אתו ודמעתה מצויה וכו'. עכ"ל.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:30 pm
דורך [NAMELESS]
מעג א פרוי שלאגן איר מאן?
אוי, נישטא קיין סאך פרויענישע הלכה ספרים צו רעדן איבער דעם.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:14 am
דורך איחוד פעלד
איינמאל האט א חסיד זיך אחיסגערעדט צום רעבין אז דאס ויייב שלאגט אים.
האט דער רבי געזאגט צום חסיד זאג דיין ווייב אין מיין נאמען אז זי טאר דאס נישט טוהן.
נעקסטעס מאל ווען דער ווייב האט אים געשלאגען, האט דער מאן איר פארציילט דעם רעבין'ס פסק, האט דער ווייב אנגעהויבען חוזק מאכען פין רעבין.
דא האט דער מאן שוין געזאגט פין מיין רבי זאלסטו נישט חוזק מאכען, און האט איר אריין געריקט מנה אחת אפים.
מער האט זי אים נישט געשלאגען.
איי, די ווייטע בליק...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:29 am
דורך קרעקער
מעג א פרוי שלאגן איר מאן?
לויטען אנגענימענעם מנהג {ווי כזע דא אין אשכול} אז מענער קנאקען אריין אין דע פרויען
איז דא א ערענסטע שאלה פין לא תלבש אז א פרוי זאל מעגען שלאגען א מאן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:41 am
דורך דולה ומשקה
שמעתי מפי השמועה אז דער קלויזענבורגער האט זיך אזוי נוהג געוועהן בזוו"ר, אוי די שקרים וואס מ'האט פארקויפט. מיר איז אלעמאהל געוועהן נייגעריק ווער ס'האט דאס זוכה געוועהן זיך צו באטייליגען באותו מעמד, און איבערגעגעבען מעשה רב שאחרים ילמד הימנו.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:56 am
דורך לעמיל
דולה ומשקה האט געשריבן:שמעתי מפי השמועה אז דער קלויזענבורגער האט זיך אזוי נוהג געוועהן בזוו"ר, אוי די שקרים וואס מ'האט פארקויפט. מיר איז אלעמאהל געוועהן נייגעריק ווער ס'האט דאס זוכה געוועהן זיך צו באטייליגען באותו מעמד, און איבערגעגעבען מעשה רב שאחרים ילמד הימנו.
איך מיין דעיס קען אריין גיין און די אשכול פון
סאטמארע רעקציעס עס מאכט אפי' נישט סענטס עס איבער צו זאגען
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:04 pm
דורך היסטאריקער
דער בעל הטורים זאגט אויפ׳ן פסוק "האשה אשר נתתה לי נתנה לי מן העץ"
זאגט ער "שהכה אותי עם העץ"
נאר בערך די לשון
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:01 pm
דורך פויער
סא שאד די גאנצע דיסקוסיע דא. איינער זאל דאס פרובירן דעם פרייטאג צו נאכטס נאך די בונדלעך... כ'בין אים מתיר צו פאוסטן די רעזולטאטן דא אום שבת לכתחילה נאך חצות...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:24 pm
דורך משכיל
פויער!
ניטאמאל פאר א דשאוק!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 8:45 am
דורך איינער
עס באדערט מיר זייער די אשכול, אז עס זענען דא ביי אונז מענטשן/ניק׳ס וואס שרייבן אפילו פאר דשאוק אז מען מעג שלאגן א ווייב און ברענגען נאך ראי׳ס פון הלכה. ווי זענען די גוטע שרייבער ווען מען דארף זיי!
שלאגן א ווייב און אפילו צו ענטערטנעין אזא געדאנק, איז נידריגער ווי נידריג.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:41 pm
דורך שמעקעדיג
איינער, ביזט א פרוי?
טוט דיר דאס וויי אלס מענטשליכקייט?
הלכה מיינט גארנישט ביי דיר?
דארפסט פארשטיין אז דו וועלט האט זיך געטוישט.
אויב משיח זאל נישט קומען פאר א 10 יאר ח"ו, וועסטו אין 10 יאר ארום נישט קענען פארשטיין ווי אזוי מען רעדט פון שלאגן קינדער און מען ברענגט נאך ראיות ע"פ הלכה אז מען מו! ס'איז נידריגער פון נידריג!
ס'איז אמאל געווען א אנגענומענע זאך, און ביי די פאנאטישע-אלטמאדישע אראבערס איז עס נאך אלץ אזוי, ס'האט גארנישט מיט נידריגקייט.
האב נישט קיין מורא, קיינער פון די ליינערס דא גייען נישט יעצט אהיימגיין און דערלאנגען פארן ווייב...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:07 pm
דורך ציבעלע-קיגל
זר זהב האט געשריבן:עפ"י הלכה מעג מען. איך האב א העטער.
און אז מ'רעדט שוין. מעגן ווייבער שלאגן מענער?
מיט דעם זעלב'ן התר
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:41 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:רבוש"ע!!
is this discussion serious??
ליידער יא, פאר מער פרטים פרעג שטילערהייט א חבר אין די לאקאלע חברה שומרים ביי דיר אין שטעטל. (בדוק ומבוזה)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:58 pm
דורך פויער
משוגעים זענען אלץ געווען און וועלן אלץ זיין. איינער וואס האט אפילו א תאווה עס צו טוען ברויך צוריקגיין אין ישיבה אויף עטליכע יאר.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:31 pm
דורך שמעקעדיג
פויער האט געשריבן:איינער וואס האט אפילו א תאווה עס צו טוען ברויך צוריקגיין אין ישיבה אויף עטליכע יאר.
כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז א ישיבה איז א פלאץ פאר טעראפי
