בלאט 2 פון 5

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:00 pm
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:ס'איז מיר גרינגער צו וואקן אויף די גאסן אין וויליאמסבורג מיט מיין קינד ווען ער זעהט בלויז פרומע אויסזעהענדע מענטשן, אפילו די אלע מענטשן זענען יעדע נאכט אין די בתי זונות... זייערע באהאלטענע זאכן שאט נישט פאר מיין קינד.

און וואס פונקטליך גייט דיין זון זען אויף די בארא פארקע גאסן?

מער מענער באפוצט, אנגעטהון מיט אונטערהעמעדער אנדערש ווי זיין טאטע גייט.
מער אידישע פרויען וואס זעהן אויס מער גוי ווי איד.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:01 pm
דורך זר זהב
real jew האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:ס'איז מיר גרינגער צו וואקן אויף די גאסן אין וויליאמסבורג מיט מיין קינד ווען ער זעהט בלויז פרומע אויסזעהענדע מענטשן, אפילו די אלע מענטשן זענען יעדע נאכט אין די בתי זונות... זייערע באהאלטענע זאכן שאט נישט פאר מיין קינד.


קינדער כאפן אסאך מער וואו מ'מיינט אין ווען קינדער זעהן אז אלעס איז א שפיל פארשטיין זיי אז אויך זיי דארפן שפילן דעם זעלבע שפיל

רעדסט נישט צום זאך, אדער רעדסטו נישט צו מיר.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:19 pm
דורך real jew
זר זהב האט געשריבן:
real jew האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:ס'איז מיר גרינגער צו וואקן אויף די גאסן אין וויליאמסבורג מיט מיין קינד ווען ער זעהט בלויז פרומע אויסזעהענדע מענטשן, אפילו די אלע מענטשן זענען יעדע נאכט אין די בתי זונות... זייערע באהאלטענע זאכן שאט נישט פאר מיין קינד.


קינדער כאפן אסאך מער וואו מ'מיינט אין ווען קינדער זעהן אז אלעס איז א שפיל פארשטיין זיי אז אויך זיי דארפן שפילן דעם זעלבע שפיל

רעדסט נישט צום זאך, אדער רעדסטו נישט צו מיר.


איך ווייס נישט ווער פארשטייט נישט וועמען. באהאלטענע זאכן שאט יא קינדער, עלטערע קינדער הערן אין ווייסען והא ראיה זיין טיהן די זעלבע ווען זיי ווערין עלטער. שקר אין לו רגלים.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:22 pm
דורך זר זהב
ווער ס'פארשטייט וואס איך ברענג ארויס וועט פארשטיין.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:28 pm
דורך משכיל
געהערט פון א קלוגן איד: קינדער האבען זייער סענסיטיווע אנטענאס,

דא איז די מעשה מיטן מאסקירן זיך, די קינדער פילן דעם בלאף, און זיי לערנען זיך אויס צו לעבן אין בלאף,
דאן איין טאג מאכט מען זיך א חשבון וואס דארף איך דאס, לאז מיך ארויס, ואידך זיל גמור.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:32 pm
דורך גאלד
וואס פארשטייסטו נישט, פארהאן אמאל וואס א מענטש האט א שכן רע וואס קען פארדארבן אנדערע, איז די עצה אז מ'האט נישט פארקער מיט יענעם און פטור איין עסק. פארהאן אבער וואס נישט האבן קיין פארקער מיט יענעם איז נישט גענוג, ווייל דער שכן רע איז אין חיצוניות אויך פארדארבן, דאס לבוש, דאס פראסטע התנהגות אויפן גאס און שול, און דאס צוזעהן ברענגט א קרירות אפי' מ'זאל גארנישט האבן קיין שייכות מיט יענעם, אטער דאס (לויט מאנכע) איז דער חילוק צווישן ב"פ אין וומ"ב, יעצט פארשטייסטו שוין יא

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:39 pm
דורך משכיל
רב גאלד!

אין מציאות ביסטו זייער נישט גערעכט, ווייל דער פארדארבענער מיטן היימישן לבוש ווערט מען פון איהם נשפע, משא"כ דער מאדערנער איד האט נישט קיין שום שלעכטע השפעה אויפן חסיד'ישן איד, דער חסיד'ישער פארשטייט אז איך בין נישט מאדערן און איך טוה נישט וואס ער טוט.

אויך רוב מאדערנע אידן אין בארא פארק זיינען נישט פארדארבן, משא"כ די מאסקירטע אין ווילי האבן מורא'דיקע אומגלויבליכע השגות.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:24 pm
דורך chasid
משכיל האט געשריבן:אויך רוב מאדערנע אידן אין בארא פארק זיינען נישט פארדארבען, משא"כ די מאסקירטע אין ווילי האבען מורא'דיקע אומגלויבליכע השגות

יעך בין עדות דערצו!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:15 pm
דורך שמעקעדיג
קען מען אביסל מסביר זיין וואס למשל זענען די "מורא'דיגע אומגלויבליכע השגות"??

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:43 pm
דורך משה רוקח
עטס וויליאמסבורגער קינדער ווייסן צו זאגן אז בארא פארק איז ערגער און אז ס'איז דא א מחיצה צווישן די צוויי.
פארדעם אליינס איז וויליאמסבורג נישט גוט.
איך בין אויפגעוואקסן אין בארא פארק און קיינמאל נישט געוואוסט אז וויליאמסבורג איז עפעס אנדערש חוץ אז ס'איז רוב סאטמאר.
אזוי ציהט מען אויף קינדער? מען פרעדיגט אנטקעגן א צווייטן? ס'איז אן עקל!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:48 pm
דורך זר זהב
מ'האט מיר קיינמאל נישט געפרעדיגט.
ס'איז אן אבוויעז פאקט.

איך האב נישט געדארפט גיין מער פון איינמאל קיין בארא פארק פאר א באזוך צו פארשטיין
פארוואס יו"ט עהרליך האט נישט געזינגען: "בארא פארק א מחיה גאר וואוינען דארט פיינע אידן" ....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:51 pm
דורך משה רוקח
עפעס האט דא איינער געשריבן אז ר' יודל ראזנבערג האט יא געשימפט קעגן בארא פארקער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:15 pm
דורך איך אויך
גאלד האט געשריבן:איך געדענק אין די סאטמארע קעמפ רב טוב, פלעגט ר' יודל רוזענבערג ע"ה, פרעדיגן זיין ראסיזם קעגן די בארא פארקע קינדער, דאס איז געווען די גאנצע עקטיוויטי "די בארא פארקע" און "די וומ"ב", ווען פליישמאנס - די בארא פארקע סאטמארע קעמפ - האט זיך געעפנט, איז עס איהם נעבעך געגאנגען בנפשו, און ער האט געפרעגט א גרופע קינדער ברבים "ווער וויל גיין קיין פליישמאנס?" קיינער האט זיך נישט געטרויט צו זאגך איך, איין קינד עקשטיין האט אויפגעהויבן די האנט, און ר' יודל רופט זיך אן "איין נארישע עקשטיין..."

אזא בהמה איז ער געווען?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:30 pm
דורך elter-zeide
אין וויליאמסבורג דינט מען דעם באשעפער מיראה, ווייטער אין ב"פ דינט מען מאהבה.
דער וועג פון ב"פ צו וומב"ג איז 18 מינוט, פינקט ווי פין ווילימסבורג צי ב"פ,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:31 pm
דורך זר זהב
פון ווילי צו ב.פ. גייט מען אראפ (SOUTH)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:55 pm
דורך חאצקל
לאמיך פרעגן אזוי. אפגעזען וויאזוי די חצוניות פון ביידע פלעצער קוקן אויס, וואו זענען דא מער סטאבילע ערליכע יונגעלייט און בעלי בתים מיט ווייניגער דראפ אוטס?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:00 pm
דורך זר זהב
וואס איז 'נארמאל' אין ב.פ. איז א 'דראופ אוט' אין ווילי.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:03 pm
דורך משכיל
אין בארא פארק איז דא אסאך דיציפלין, תמימות, און קביעת עתים לתורה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:06 pm
דורך חאצקל
זר זהב האט געשריבן:וואס איז 'נארמאל' אין ב.פ. איז א 'דראופ אוט' אין ווילי.

איך רעד פון אזעלעכע וואס לכולא עלמא זענען זיי דראפאוטס.

אגב, מזל טוב צום נייעם קרוין, עס איז טאקע מער צוגעפאסט פאר א וויליאמסבורגער איד, עס איז מער פלאטשיק!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:07 pm
דורך חאצקל
משכיל האט געשריבן:אין בארא פארק איז דא אסאך דיציפלין, תמימות, און קביעת עתים לתורה

לזה נתכונתי

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:17 pm
דורך שמעקעדיג
לענ"ד איז דאס פשט אין די גמרא סנהדרין, אז בעפאר משיח וועט קומען וועט זיין "ותהא האמת נעדרת".
קיינער ווייסט נישט וואו דער אמת איז, יעדער טענה'ט אז ביי זיך (אדער דווקא נאר ביי יענעם, און ביי זיך נישט).

יעדע חסידות, יעדע סיסטעם, יעדע שטעטל, יעדע קאנטינענט, אלעס איז אנדערש, אנדערע געדאנקענ-גאנג, און יעדער האט א אנדערן בליק. און אינטערעסאנט, יעדער ביי זיך האלט מיט א זיכערקייט אז ער, און נאר ער, ווייסט און פארשטייט פונקטליך וואס איז גוט און וואס נישט, ער ווייסט אויף וועמען צו מלמד זכות צו זיין און ווער איז געפערליך.

א חתימה דא איז נישט לאנג צוריק געווען "ביסטו ערליכער פון מיר? ביסטו א פארפרומטער. נידריגער? ביסטו א שגץ!"
דאס רעדט אסאך ווערטער!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:21 pm
דורך זר זהב
די ערליכע אין ב.פ. האבן טאקע א סארט תמימות וואס אן דעם וואלט זייער אידישקייט קיינמאל נישט סורווייווט דארט!

אין ווילי פעהלט דאס נישט אויס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:35 pm
דורך משכיל
אין בארא פארק איז דא ערליכע מנהיגים:י

ראחאמסטריווקא
אמונת ישראל
סקןלען
סטיטשין
קלויזענבורג
אייזענבערג
קאסוב
באבוב
[אין מוקדם ומאוחר]

סא דאס איז שוואכער ווי ווילי ?י