בלאט 2 פון 3
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 11:38 am
דורך קהל'ס נער
לשם יחוד האט געשריבן:סקען זיין אז אויף די וידיאוס זעהט מען נאר די מאדערנע, ווייל די עכט פרומע פרויען זענען נישט אסאך ארויס אויפן גאס.
און איך האב א מיליאן דאלער, נאר קיינער ווייסט נישט פון דעם ווייל איך וויל נישט ס'זאל זיין א עין הרע, און אויך האט מיין טאטע א בליטעדיגע פאסיק נאר ער ווייזט עס נישט פאר קיינעם ווייל ער איז א עניו, און אויך בין איך טראמפ נאר איך וויל נישט אז די אנטי טראמפיסטן זאל מיך אויסשפארן פון ק"ש.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 12:16 pm
דורך קאויטש פאטעיטאוי
וויל איך אייך צוריק נעמען צו די צייטן פון מחלוקת קורח ועדתו ווי מען האט געוואלט שלעפן און בן פלת, אובעער זיין ווייב ברוב צדקתה האט אויפגעדעקט איר האר כדי קרח'ס מענטשן זאלן זיך נישט דערנענטערן צו זייער געצעלט. זעהמיר אז שוין דעמאלס האבן פרויען צוגעדעקט זייער קאפ משום צנעה
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 12:36 pm
דורך מי ימצא
קאויטש פאטעיטאוי האט געשריבן:וויל איך אייך צוריק נעמען צו די צייטן פון מחלוקת קורח ועדתו ווי מען האט געוואלט שלעפן און בן פלת, אובעער זיין ווייב ברוב צדקתה האט אויפגעדעקט איר האר כדי קרח'ס מענטשן זאלן זיך נישט דערנענטערן צו זייער געצעלט. זעהמיר אז שוין דעמאלס האבן פרויען צוגעדעקט זייער קאפ משום צנעה
אמאל ווען איך האב נאך געמיינט, אז שערן איז א חלק פון די זיין א כשר'ע פרוי. און אויב וויל מען א היתר דארף מען גיין צום רב. איז דעיס געווען מיין טענה.
צו וויפיל רבנים איך בין געגאנגען, אז איך וויל צוריק מיין האר, האט יעדער אן אויסנאם, זיך גענומען מעקענען, ווען איך האב דעיס געזאגט.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 2:27 pm
דורך קהל'ס נער
מי ימצא האט געשריבן:קאויטש פאטעיטאוי האט געשריבן:וויל איך אייך צוריק נעמען צו די צייטן פון מחלוקת קורח ועדתו ווי מען האט געוואלט שלעפן און בן פלת, אובעער זיין ווייב ברוב צדקתה האט אויפגעדעקט איר האר כדי קרח'ס מענטשן זאלן זיך נישט דערנענטערן צו זייער געצעלט. זעהמיר אז שוין דעמאלס האבן פרויען צוגעדעקט זייער קאפ משום צנעה
אמאל ווען איך האב נאך געמיינט, אז שערן איז א חלק פון די זיין א כשר'ע פרוי. און אויב וויל מען א היתר דארף מען גיין צום רב. איז דעיס געווען מיין טענה.
צו וויפיל רבנים איך בין געגאנגען, אז איך וויל צוריק מיין האר, האט יעדער אן אויסנאם, זיך גענומען מעקענען, ווען איך האב דעיס געזאגט.
לויטן רא"ש איז אסור פאר א פרוי זיך צי שערן די האר אלץ לא תלבש, פאר א פרוי צי גיין מיט פרויערישע הויזן איז נישט קיין איסור בכלל, מילא זאג פארן דיין אז די ביסט גרייט צי שערן די האר בתנאי אז ער לאזט דיך גיין מיט הויזן, לאמער דעמאלט זעהן צו דער דיין וועט נאך זיין אזא מקיל און לא תלבש.
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 3:14 pm
דורך פרנס החודש
יהורם האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן ברעכן דיין עקסייטמענט אבער פון דעם ווידעא קענסטו גארנישט ארויסהאבן, זילטש.
עס איז אבער נישט דיין שולד, מען האט פון אונז באהאלטן דעם פאקט אז רוב פון די זעקס מיליאן אידן וואס זענען אומגעקומען עקדה״ש ביים קריג, זענען ליידער נישט געווען פרום. אידישקייט איז געווען בשפל המצב, און ספעציעל אין פוילן וואו עס האבן זיך געיאוועט א ריזיגער מערהייט פון גענצליך פרייע אידן. און לגבי קאפ צודעק קענסטו פשוט אריבערפארן קיין רומעניע און זען, ווי די ארטיגע באבושקעס גייען נאך עד היום הזה אנגעטון מיט א קאפ צודעק, ווארשיינליך פון א קריסטליכער שטאנד.
כ׳זוך דיר נישט צו אפפרעגן אבער מען קען נישט באזירן קיין ריסיורטש אויף איינצעלנע ווידעא׳ס פונעם ארעמען יוטוב ארסענאל. מען דארף פאקטיש נאכקוקן און זוכן.
אגב, אין
דעם ווידעא וואסטו טרעפן גענוג און נאך צארטע נארוואס פארהייראטע מוידן מיטן טראדיציאנאלן קאפ צודעק.
האסט לכאורה צוגעוויזן די נישט ריכטיגע לינק, ווייל מען זעט מיט קיין איין אינגע פרוי צוגעדעקט אויף די ווידעא.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
ס'טאקע נישט די ריכטיגע, אבער קוק ביי 0:49 וועסטו אויך זען עפעס.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 5:30 pm
דורך פרנס החודש
א הינקעדיגע אלטע פרוי.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 6:02 pm
דורך שמן למאור
איך פארשטיי נישט עכט דעם ציל פון די אשכול דא, פאר א חתונה געהאטע פרוי צו גיין מיט א בלויזע קאפ ברבים איז נישט קיין מנהג אדער ענין פון חסידות, עס איז א פשוטע דארייתא, די גמרא דרש'נט עס ארויס פון ופרע את ראש האישה. און די גמרא און שו"ע פסק'ענען אזוי.
איז וואס האסטו פון ווידיא אז אונזערע באבעס (נניח אז זיי זענען טאקע אונזערע פרומע באבעס) האבן נישט געטון ריכטיג? דאס טוישט נישט די הלכה. אז די וועסט למשל ברענגען ווידיא וואס קלארט אויס געוויסע מנהגים וכדומה פארשטיי איך, אבער וואס וועסטו למשל האבן פון דעם אז איך ברענג דיר א ווידיא פון ערליכע באבעס ווי זיי עסן חזיר פלייש, וועט עס דען ווערן מותר?
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 6:17 pm
דורך פרנס החודש
פשוט היסטאריע לשם היסטאריע, עס רעגט מיר אויף ווען מען פארקויפט ליגנס פאר אונזערע קינדער ווי כאילו "אין דער אלטער היים" איז געווען ווייסעך וואס. דער אשכול איז אין היסטאריע, נישט געזעלשאפט.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 6:18 pm
דורך צוזאמגעדרייט
ווער געט א דעממן וואס מען האט געטון אינדערהיים???
יעצט איז נ''י די נייע היים. איין טאג אי"ה וועט עס זיין פאר אונזערע איר אייניקלעך דער אלטע היים נ"י. זיי וועלן שוין מן הסתם זיין אביסל קלוגער און נישט זיין פארנומען צו נאך-טאנצן אלט מאדישע מנהגים. זיי וועלן זיך מאכן נייע באקוועמע מנהגים. צום האפן, אפשר נישט.
נאכאמאל, וואס איז די אבסעסיע מיטן אלטער היים? אפשר זאל מען גיין אנגעטון ווי אין מצרים, אפשר ווי אין שפאניע, אפשר ווי אין בבל? מיר האָבן געהאַט אזויפיל היימען. קומט זיך דען נישט פאר די מעכטיגע שטעט ווי ניו יארק און פלארידע אביסל ריספעקט? דא איז נישט קיין היים?
וואס גייט מיר אן וויאזוי מיין עלטער מומע איז געגאנגען? אפשר פלאקערט זי אינעם פינסטערן גיהנום, אפשר נישט. וואס איז די אבסעסיע???
עטץ מיינטס אז אינדערהיים איז נישט געווען קיין סיסטעם? זיכער אז יא, אביסל אנדערש ווי היינט, מען האט אסאך זאכן גע'ירש'נט פון דערהיים. ווילט עטץ אז אונזערע אייניקלעך זאלן מיטנעמען אלע ב"ש פון היינט?
כ'האב עס נישט ארויס.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 7:19 pm
דורך קהל'ס נער
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:ווער געט א דעממן וואס מען האט געטון אינדערהיים???
תירגע אחי!
פאר אינז ק"שיסטן איז טאקע נישט קיין נפ"מ וויאזוי מען איז געגאנגען אין דער אלטנר היים, אבער אלץ דע מה שתשוב ווען מען האלט דיר פאר אז אינדערהיים איז מען געגאנגען שפיצלעך מיט סימס מיט כל מיני בולתא דשיטא, זאלסט אים ענטפערן אהא, דו ווילסט צוריקגיין צו דער אלטער היים? נאדיר דער אלטער היים, בלויזע האר און קורצע קליידער.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 7:24 pm
דורך מי ימצא
קהל'ס נער האט געשריבן:
פאר אינז ק"שיסטן
א פערטיגע קהילה. מיר האבן דיינים. מעמבערס. בעליבעתים. און אויך א נאמען. סאיז נעקסט לעוואל.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 9:17 pm
דורך Tachlis
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:ווער געט א דעממן וואס מען האט געטון אינדערהיים???
יעצט איז נ''י די נייע היים. איין טאג אי"ה וועט עס זיין פאר אונזערע איר אייניקלעך דער אלטע היים נ"י. זיי וועלן שוין מן הסתם זיין אביסל קלוגער און נישט זיין פארנומען צו נאך-טאנצן אלט מאדישע מנהגים. זיי וועלן זיך מאכן נייע באקוועמע מנהגים. צום האפן, אפשר נישט.
נאכאמאל, וואס איז די אבסעסיע מיטן אלטער היים? אפשר זאל מען גיין אנגעטון ווי אין מצרים, אפשר ווי אין שפאניע, אפשר ווי אין בבל? מיר האָבן געהאַט אזויפיל היימען. קומט זיך דען נישט פאר די מעכטיגע שטעט ווי ניו יארק און פלארידע אביסל ריספעקט? דא איז נישט קיין היים?
וואס גייט מיר אן וויאזוי מיין עלטער מומע איז געגאנגען? אפשר פלאקערט זי אינעם פינסטערן גיהנום, אפשר נישט. וואס איז די אבסעסיע???
עטץ מיינטס אז אינדערהיים איז נישט געווען קיין סיסטעם? זיכער אז יא, אביסל אנדערש ווי היינט, מען האט אסאך זאכן גע'ירש'נט פון דערהיים. ווילט עטץ אז אונזערע אייניקלעך זאלן מיטנעמען אלע ב"ש פון היינט?
כ'האב עס נישט ארויס.
עני וועי, דריי פערטל פון די געשרייבעכצער דא זענען סייווי נאר טענה'רייען לשם טענה'רייען (אדער ענדערש אפצופרעגן די וואס האלטן זיך צו די נישט אמת'ע מיינונגען)
וועם גייט באמת אן צו מ'דארף גיין צוגעדעקט אדער מ'דארף גיין מיט א בארד, אלעס איז נאר לאפוקי מהני צדוקים וציונים וואס פארדרייען די קעפ מיט זייערע ליגנטס
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 9:27 pm
דורך [NAMELESS]
בכל אופן, זענען מיר א געמיינדע וואס איז צאמגעשטעלט פון אסאך מענטשען, וואס רופען אן "אינדערהיים" אנדערע מקומות אין אייראפע. וואס צוליב דעם איז דא א גרויסע ספעקטרום פון חומרות ביז קוּלות, געבענדיג מיט דעם א פתחון פה צו טענה'ן אז אזוי אדער אזוי איז געווען די מנהג.
ס'וואלט געווען טאקע געווען אינטערסאנט נאכצוגיין ווי אזוי מען איז געגאנגן אנגעטאן אין די געגנטער און שטעטלעך, ביי די אנשים און נשים. עפעס זעהט מיר אויס, וואו זאכען האבן זיך דעמאלטס שנעלער גערוקט להקל אדער להחמיר וואו מיט די היינטיגע עפאכע.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 10:57 pm
דורך וואלווי
מי ימצא האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:
פאר אינז ק"שיסטן
א פערטיגע קהילה. מיר האבן דיינים. מעמבערס. בעליבעתים. און אויך א נאמען. סאיז נעקסט לעוואל.
וואס וועט זיין מיט א לעידיס עקזילירי?
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2023 6:37 am
דורך נעקסט לעוועל
וואלווי האט געשריבן:וואס וועט זיין מיט א לעידיס עקזילירי?
אשת @רביה"ק
באלאנגט דאך צום רעבעצן… נישט אזוי ?
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 11:37 pm
דורך אונטער חכם
מען גייט אויפזוכן יוטוב פילמס ווען רוב אידישע פרויען דא אין ניו יארק גייען בגילוי בשר אינדרויסן.
איך מיין אז אין הונדערט יאר ארום וועט איינער אויפזוכן א בילד פון איוואנקע טראמפ צו ווייזן וויאזוי אונזערע באבעס זענען געגאנגען אנגעטוהן...
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 11:50 pm
דורך קהל'ס נער
אונטער חכם האט געשריבן:מען גייט אויפזוכן יוטוב פילמס ווען רוב אידישע פרויען דא אין ניו יארק גייען בגילוי בשר אינדרויסן.
איך מיין אז אין הונדערט יאר ארום וועט איינער אויפזוכן א בילד פון איוואנקע טראמפ צו ווייזן וויאזוי אונזערע באבעס זענען געגאנגען אנגעטוהן...
וואס איז די צוגלייך?
מען רעדט פון היימישע ערליכע פרויען וויאזוי זיי זענען געגאנגען, די גאנצע צודעקן די האר איז נישט מער ווי א מסורה, ווייזט מען בילדער אז די מסורה האט זיך שוין געענדיגט פאר א הונדרעט פופציג יאר צוריק, אפילו ביי ארטאדאקסישע נשים.
אדרבה שאל זקיניך ויאמרו לך, מען רעדט נישט פון קיין ריפארמער און נעאלאגן, מען האנדלט דא מיט די ארטהאדאקסן.
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 11:55 pm
דורך פרנס החודש
קהל'ס נער האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:מען גייט אויפזוכן יוטוב פילמס ווען רוב אידישע פרויען דא אין ניו יארק גייען בגילוי בשר אינדרויסן.
איך מיין אז אין הונדערט יאר ארום וועט איינער אויפזוכן א בילד פון איוואנקע טראמפ צו ווייזן וויאזוי אונזערע באבעס זענען געגאנגען אנגעטוהן...
וואס איז די צוגלייך?
מען רעדט פון היימישע ערליכע פרויען וויאזוי זיי זענען געגאנגען, די גאנצע צודעקן די האר איז נישט מער ווי א מסורה, ווייזט מען בילדער אז די מסורה האט זיך שוין געענדיגט פאר א הונדרעט פופציג יאר צוריק, אפילו ביי ארטאדאקסישע נשים.
אדרבה שאל זקיניך ויאמרו לך, מען רעדט נישט פון קיין ריפארמער און נעאלאגן, מען האנדלט דא מיט די ארטהאדאקסן.
אדרבה זאל ער ברענגען ווידעא צו ווייזן ווי ״יונגע״ פרויען זענען געגאנגען צוגעדעקט פאר די קריג.
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2023 2:10 pm
דורך בן נון
עס איז ווי צו זאגן אז דער אלגעמיינער חסידישע איד איז געטאנצן מיט א פידל אויפן דאך און ברענגען ראיה’ס פון פידלר אהן די ראוף
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 4:31 pm
דורך זרח הלוי
קהל'ס נער האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:מען גייט אויפזוכן יוטוב פילמס ווען רוב אידישע פרויען דא אין ניו יארק גייען בגילוי בשר אינדרויסן.
איך מיין אז אין הונדערט יאר ארום וועט איינער אויפזוכן א בילד פון איוואנקע טראמפ צו ווייזן וויאזוי אונזערע באבעס זענען געגאנגען אנגעטוהן...
וואס איז די צוגלייך?
מען רעדט פון היימישע ערליכע פרויען וויאזוי זיי זענען געגאנגען, די גאנצע צודעקן די האר איז נישט מער ווי א מסורה, ווייזט מען בילדער אז די מסורה האט זיך שוין געענדיגט פאר א הונדרעט פופציג יאר צוריק, אפילו ביי ארטאדאקסישע נשים.
אדרבה שאל זקיניך ויאמרו לך, מען רעדט נישט פון קיין ריפארמער און נעאלאגן, מען האנדלט דא מיט די ארטהאדאקסן.
שמן למאור האט געשריבן:איך פארשטיי נישט עכט דעם ציל פון די אשכול דא, פאר א חתונה געהאטע פרוי צו גיין מיט א בלויזע קאפ ברבים איז נישט קיין מנהג אדער ענין פון חסידות, עס איז א פשוטע דארייתא, די גמרא דרש'נט עס ארויס פון ופרע את ראש האישה. און די גמרא און שו"ע פסק'ענען אזוי.
איז וואס האסטו פון ווידיא אז אונזערע באבעס (נניח אז זיי זענען טאקע אונזערע פרומע באבעס) האבן נישט געטון ריכטיג? דאס טוישט נישט די הלכה. אז די וועסט למשל ברענגען ווידיא וואס קלארט אויס געוויסע מנהגים וכדומה פארשטיי איך, אבער וואס וועסטו למשל האבן פון דעם אז איך ברענג דיר א ווידיא פון ערליכע באבעס ווי זיי עסן חזיר פלייש, וועט עס דען ווערן מותר?
Sent from my SM-G981U using Tapatalk
נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 5:46 pm
דורך יאסל ראקאווער
כיסוי ראש (אן קיין שום צודעק בכלל, מיט א עפעס א צודעק איז אסאך גרינגער) לויט די רמב"םַ איז א דרבנן וקרא אסמכתאַ בעלמא. מילא במקומות ווי די גוישע גאס גייט אן א צודעק יש מקום לדון בזה. די פאקט איז ס'איז געווען מקומות ווי מ'האט מקיל געווען און אסאך תשובה ספרים זענען פול מיט מוסר דערויף. אבער קיין חזיר איז עס נישט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 6:54 pm
דורך שעפטאל
לכבוד ר"ה..
לאמיר זיך אומקערן אידאלאך, צוריק צו די אמאליגע טעג!
לאמיר זיך אומקערן ברידאלאך, צום מסורה דעם אמת'ן וועג!