מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

נעקסט לעוועל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין זאך האב איך נאר הנאה ווי דער עולם איז געהעריג איינגערעדט אז כ'האב אפגעלאזט אידישקייט, איינער האט זאגאר געהאט אן אישו אז איך האב פארקויפט מיינע תפילין :lol: יא, מיינע רש"י תפילין האב איך פארקויפט ווייל ס'האט מיר געמאכט פראבלעמען (פרעג נישט וואס דאס מיינט ווייל איך גיי דיר נישט ענטפערן סייווי) אבער ר"ת לייג איך נאך אפאר מאל א וואך.
סתם פאר קוריאסיטי, וואס האט ר"ת זוכה געווען ?
(משמע פון דיינע ווערטער אז רש"י שוין נישט אבער ר"ת יא)
ער גייט פאר רבינו תם אל דע וועי, רבינו תם'ס תפילין און רבינו תם גאטשעס...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

תרמב האט געשריבן:
נעקסט לעוועל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין זאך האב איך נאר הנאה ווי דער עולם איז געהעריג איינגערעדט אז כ'האב אפגעלאזט אידישקייט, איינער האט זאגאר געהאט אן אישו אז איך האב פארקויפט מיינע תפילין :lol: יא, מיינע רש"י תפילין האב איך פארקויפט ווייל ס'האט מיר געמאכט פראבלעמען (פרעג נישט וואס דאס מיינט ווייל איך גיי דיר נישט ענטפערן סייווי) אבער ר"ת לייג איך נאך אפאר מאל א וואך.
סתם פאר קוריאסיטי, וואס האט ר"ת זוכה געווען ?
(משמע פון דיינע ווערטער אז רש"י שוין נישט אבער ר"ת יא)
ער גייט פאר רבינו תם אל דע וועי, רבינו תם'ס תפילין און רבינו תם גאטשעס...
אבער נאר אפאר מאל א וואך... :lol:

איך וואלט גראדע באפארצוגט שימושא רבא גאטשעס...

כ'דערמאן זיך א ווערטל. איינער האט באמערקט אין מקווה ווי זיין חבר גייט מיט סאמעט אויף די ר"ת גאטשעס, האט ער אים געפרעגט, מה פשט.
האט אים זיין חבר מגלה געווען אז ער איז א צדיק נסתר...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אז מ'רעדט שוין האב איך מיך יעצט דערמאנט נאך א ביישפיל פון די חרד'ישע מזוכיזם און פארדרייטע פרייאריטיס. ס'געווען ווען איך בין געווען א בחור אין ישיבת מיר, און פארשטייט זיך אז איך בין געווען פון די קליקע ערנסטע הייליגע בחורים, איז איינמאל בין הזמנים האט מען געזוכט עפעס מיט וואס זיך צו דערפרישן, קיין אילת קען מען דאך נישט גיין ווייל מיר זענען דאך ערנסטע בחורים, איז מען אויפגעקומען מיט א וואזשנעם איינפאל אז מ'קען קויפן א טענט און גיין קעמפינג כ'ווייס נישט וואו. בקיצור, איז מען געזעצן איין טאג און אויסגערעכנט פונקטליך וואו מ'גייט דאווענען מיט מנין, וואו מ'גייט טרעפן עסן מיט א הכשר פון די עדה, וכו' וכו'. איין פראבלעם איז נאר געוועהן, וואס וועט זיין מיט נעגל וואסער, בקיצור, מ'האט זיך בשום אופן נישט געקענט אן עצה געבן... אני הקטן האב זיך ארומגעדרייט פאר'דאגה'ט אפאר שעה צו טרעפן עפעס א פאטענט אבער ס'נישט געגאנגען, מיטאמאל גיב איך מיר א כאפ, משוגע בין איך? פאר נעגל וואסער? פאר דעם גיי איך אנוואוירן מיין גאנצע געפלאנטע פאן? זענען מיינע פריאריטיס אזוי פארקריפלט? יא, ר' זושא האט פארלוירן זיינע מדרגות ווייל ער האט אמאל בטעות אראפגעטרויטן פון בעט אן נעגל וואסער, אבער איך יואלי, האב איך דען נישט אויך אמאל בטעות אראפגעטרויטן פון בעט אן נעגל וואסער און גארנישט איז נישט געשעהן? הכלל, כ'האב ביי מיר באשלאסן אז די קעמפינג איז מיר וויכטיגער ווי דאס פאנטאזירן אז איך בין אין ר' זושא'ס מדריגות און אפגעמאכט פטור צו ווערן פון די נעגל וואסער פחד איינמאל פאר אלעמאל, כ'האב גענומען די טענט, געגאנגען קעמפינג, נישט געוואשן קיין נעגל וואסער, און מער קיינמאל נישט צוריקגעקוקט. (וויאזוי איך בין פטור געווארן פון די פחד פון "הארבערע" זאכן גיי איך אוודאי נישט שרייבן דא אין שטיבל ווייל מ'גייט עס פארמעקן סייווי, אבער ס'איז אלץ געגאנגען אויף אן ענליכן אופן. כ'האב געהאט א פחד, כ'האב גוט אריינגענומען אין קאפ וואס איך פארליר אלץ בזכות דעם פחד, כ'האב מקיים געווען די משנה הוי מחשב שכר עבירה כנגד הפסדה... און כ'האב מקיים געוועהן דעם מוח שליט על הלב און זיך גענומען אין די הענט אריין. יעצט אויב א ישיבה בחור האט די ביצים זיך צו נעמען אין די הענט אריין וואסערע תביעה איז עס אויף מיטליעריגע אידן?)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

נו שוין! איז ער דאך יא גערעכט געווען די ר' זושה, מיט איין מאל פארפאסן נעגל וואסער..... קוק ווי ביסט אנגעקומען.... גראדע ש'כח פארן דערמאנען, כ'האב פינקט פארגעסן אנצוגרייטן נעגל וואסער. דרך אגב האלט איך שוין א לאנגע צייט אז מ'דארף בויען די הייזער מיט א סינק נעבן די בעט און פטור אן עסק
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

תרמב האט געשריבן: ער גייט פאר רבינו תם אל דע וועי, רבינו תם'ס תפילין און רבינו תם גאטשעס...
און האפענטליך אן עושר ווי דער ר"ת!
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

Re: מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)

שליחה דורך אבי גערעדט »

שמן למאור האט געשריבן:תיקון.

קענסט ארויסגיין פון אונזער סיסטעם, אבער דאן וועסטו זיך טרעפן אין די אמעריקאנע סיסטעם וואס איז מער ווייניגער איינגעטיילט אין צוויי, אדער די רעכטע קריסטליכע סיסטעם, וואס דאס איז אזא מחליף פרה בחמור, אדער קענסטו ווערן א לינקע ליבעראל, מיט איין קינד א לעסביאן, די צווייטע וואס איז טרענס, און ביי די פיפציג וועסטו זיך טרעפן אליינס אן קיינער וואס זאל דיר אנקוקן.
שוין לאנג נישט געשריבן דא, אבער אזויפיל זאכליכע ווערטער געשריבן דא אין דעם אשכול, אזוי ריכטיג און אביעקטיוו, מ'דארף צייגן אויסצוגן פון דאס געשרייבעכט'ס דא פאר די וואס שטייען שוין מיט א פוס אינדרויסן און חלומען שוין פון די געוואלדיגע עולם הזה וואס ווארט זיי אפ ווי נאר זיי פארלאזן גענצליך די היימישע וועלט.

איך קוק זיך אסאך מאל צו אויף די סאושעל מידיא פלאטפארמע'ס, ס'קומט צו וויינען ווען מ'זעט די לעסביען און טרענס אקאונטס וואס זענען קינדער פון היימישע אוועקגעפאלענע, פילייכט קען מען נישט דן זיין די וואס האבן גענומען דעם שריט און אנטלאפן, אסאך האט דארט סיפורים ווי מ'האט זיי גערודפט וכו', קען זיין ביסט גערעכט, אבער ווען די ווייסט ווען פארדעם אז די גייסט מעגליך צאלן א טייערע פרייז וואלסטו עס אויך געטון?
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן: ער גייט פאר רבינו תם אל דע וועי, רבינו תם'ס תפילין און רבינו תם גאטשעס...
און האפענטליך אן עושר ווי דער ר"ת!
נעע... צו א חרד'ישע וואונטש...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אבי גערעדט האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:תיקון.

קענסט ארויסגיין פון אונזער סיסטעם, אבער דאן וועסטו זיך טרעפן אין די אמעריקאנע סיסטעם וואס איז מער ווייניגער איינגעטיילט אין צוויי, אדער די רעכטע קריסטליכע סיסטעם, וואס דאס איז אזא מחליף פרה בחמור, אדער קענסטו ווערן א לינקע ליבעראל, מיט איין קינד א לעסביאן, די צווייטע וואס איז טרענס, און ביי די פיפציג וועסטו זיך טרעפן אליינס אן קיינער וואס זאל דיר אנקוקן.
שוין לאנג נישט געשריבן דא, אבער אזויפיל זאכליכע ווערטער געשריבן דא אין דעם אשכול, אזוי ריכטיג און אביעקטיוו, מ'דארף צייגן אויסצוגן פון דאס געשרייבעכט'ס דא פאר די וואס שטייען שוין מיט א פוס אינדרויסן און חלומען שוין פון די געוואלדיגע עולם הזה וואס ווארט זיי אפ ווי נאר זיי פארלאזן גענצליך די היימישע וועלט.

איך קוק זיך אסאך מאל צו אויף די סאושעל מידיא פלאטפארמע'ס, ס'קומט צו וויינען ווען מ'זעט די לעסביען און טרענס אקאונטס וואס זענען קינדער פון היימישע אוועקגעפאלענע, פילייכט קען מען נישט דן זיין די וואס האבן גענומען דעם שריט און אנטלאפן, אסאך האט דארט סיפורים ווי מ'האט זיי גערודפט וכו', קען זיין ביסט גערעכט, אבער ווען די ווייסט ווען פארדעם אז די גייסט מעגליך צאלן א טייערע פרייז וואלסטו עס אויך געטון?
ווי ארויסגעברענגט באריכות דא, איז אונזער סיסטעם גאנץ פיין 'בכלליות', עס טויג אויף אנצופילן הויעכע בארענטשעס, אבער ווען עס קומט צו יחידים, וועט עס גאר אסאך מאל זיין זייער שווער פאר געוויסע מענטשן. און דאס איז בעצם איינע פון די פראבלעמען פון א סיסטעם בכלל, עס טוט נאר סערווירן די מאסן. שיין וואלט טאקע געווען ווען די סיסטעם קען ווען אריינעמען און פארנעמען יחידים וואס זענען אנדערש.

למעשה איז פאר רוב עולם טאקע בעסער די אפציע פון פארבלייבן למחצה לשליש אין די סיסטעם און פראבירן צו געניסן פון ביידע וועלטן, אבער פאר אונזער להט"בים איז זייער שווער צו זאגן אז זיי זאלן זיך פראבירן צו מאכן באקוועם אינעם סיסטעם. אונזער סיסטעם האט בכלל נישט קיין פלאץ אז זיי זאלן זיך פירן ווי זייער נאטורליכע נויגונג פארלאנגט פון זיי, ווידערים זיך באצווינגען די נאטורן און לעבן אגאנצן טאג מיט א מין וואס די גוף רידזשעקט איז אויך נישט קיין מהלך, און עס ענדיגט זיך געווענליך נישט גוט. (חוץ אפשר די ביי'ס וואס קענען פשוט איגנארירן די אנדערע נויגונג)

סאו די סארט קען איך נישט דן זיין, עס איז קלאר אז פאר געוויסע איז יא בעסער ארויסצוגיין פונעם סיסטעם ווי פארבלייבן. גאר אסאך מאכן אפילו נישט די החלטה אז זיי ווילן גיין, זיי ווערן פשוט ארויסגעשטיפט דורך די געזעלשאפט אליין. וכמאמר כ'געדענק שוין נישט ווער, "נישטא אזוי ווייט קיין דראפאוטס, ס'איז מער פושאוטס"
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין האב איך מיך יעצט דערמאנט נאך א ביישפיל פון די חרד'ישע מזוכיזם און פארדרייטע פרייאריטיס. ס'געווען ווען איך בין געווען א בחור אין ישיבת מיר, און פארשטייט זיך אז איך בין געווען פון די קליקע ערנסטע הייליגע בחורים, איז איינמאל בין הזמנים האט מען געזוכט עפעס מיט וואס זיך צו דערפרישן, קיין אילת קען מען דאך נישט גיין ווייל מיר זענען דאך ערנסטע בחורים, איז מען אויפגעקומען מיט א וואזשנעם איינפאל אז מ'קען קויפן א טענט און גיין קעמפינג כ'ווייס נישט וואו. בקיצור, איז מען געזעצן איין טאג און אויסגערעכנט פונקטליך וואו מ'גייט דאווענען מיט מנין, וואו מ'גייט טרעפן עסן מיט א הכשר פון די עדה, וכו' וכו'. איין פראבלעם איז נאר געוועהן, וואס וועט זיין מיט נעגל וואסער, בקיצור, מ'האט זיך בשום אופן נישט געקענט אן עצה געבן... אני הקטן האב זיך ארומגעדרייט פאר'דאגה'ט אפאר שעה צו טרעפן עפעס א פאטענט אבער ס'נישט געגאנגען, מיטאמאל גיב איך מיר א כאפ, משוגע בין איך? פאר נעגל וואסער? פאר דעם גיי איך אנוואוירן מיין גאנצע געפלאנטע פאן? זענען מיינע פריאריטיס אזוי פארקריפלט? יא, ר' זושא האט פארלוירן זיינע מדרגות ווייל ער האט אמאל בטעות אראפגעטרויטן פון בעט אן נעגל וואסער, אבער איך יואלי, האב איך דען נישט אויך אמאל בטעות אראפגעטרויטן פון בעט אן נעגל וואסער און גארנישט איז נישט געשעהן? הכלל, כ'האב ביי מיר באשלאסן אז די קעמפינג איז מיר וויכטיגער ווי דאס פאנטאזירן אז איך בין אין ר' זושא'ס מדריגות און אפגעמאכט פטור צו ווערן פון די נעגל וואסער פחד איינמאל פאר אלעמאל, כ'האב גענומען די טענט, געגאנגען קעמפינג, נישט געוואשן קיין נעגל וואסער, און מער קיינמאל נישט צוריקגעקוקט.
איך פארשטיי נישט אינגאנצן די מאסאכיזם מכח נעגל וואסער - עכ״פ ממבט ההלכה און נישט פון דאס וואס מ׳ברענגט זיך אליינס אָן. באו״ח סימן ד סעיף כב, לגבי דיני נטילת ידים דשחרית/נעגל וואסער, ווערט דאך געברענגט לגבי וואס צו טוהן לנקות הידים אויב ס׳איז נישטא קיין מים ע״ש. ולכאורה איז אין דעם אויך נכלל אז מ׳דארף נישט דייקא זיך מעכב זיין פון גיין ערגעץ וויבאלד עס גייט נישט זיין דארט קיין וואסער. ואפילו פון דאס וואס ווערט געברענגט שפעטער בסימן צב סעיף ד לגבי עד כמה צריך לחזור אחר מים, איז אויך יש להקל עפ״י המשנ״ב שם בס״ק טז ע״ש. איז די הלכה אליין דא קעגן מאסאכיזם?!

וואס מ׳קען טענה׳ן איז אז די מאסאכיזם דא (ודון מינה וכו׳) איז אין דאס דגוש וואס מ׳לייגט אין די געזעלשאפט אויף די ״סקערי״ און ״spooky״ מיסטישע אספעקטן דערפון. לדוגמא, ביי די משל דא, דאס וואס שטייט דארט אין סעיף ד בהמחבר ״ויועיל לתפילה, אבל לא להעביר רוח רעה שעליהן.״ נו, דאס איז דאך שוין מער א סארט אנטאלאגישע גלויבונג און איז נישט דוקא אָנגעוואנדן בהלכה פּער סע: אליבא דהלכה זיי דיך מנקה די הענט, דאווען (לרוב הפוסקים), און וואש דיך אפ די הענט ווען דו האסט די מעגליכקייט.

ואגב, דא טוהט הרב דר. מארטין גארדאן דורך דעם געדאנק פון נעגל וואסער במשנתו הראציאנאלי של הרמב״ם (ועיין בלחם משנה הל׳ שביתת עשור פ״ג ה״ב). דער רמב״ם בעצם האט נאר אָנגענומען דעם טעם פון נקיות ווי איידער רוח רעה (אדער עכ״פ דאס געגעבן עפעס א ראציאנאלן אפאלאגעטישן טוויסט עפ״י פסיכאלאגיע).

עכ״פ די אינדייטמענט פון ״מאסאכיזם״ דא איז נישט קעגן שמירת הלכה פּער סע; עס איז נגד דאס געזעלשאפט׳ס זיין אדוק אין אבערגלויבענס עפ״י זייער ליטעראלן אפטייטש פון אגדות חז״ל, וואס אויף דעם האט דאך דער רמב״ם זיי אויך גערופן בפי׳ המשנה בהקדמתו לפ׳ חלק ״רק עם סכל ונבל הגוי הקטן הזה״. (ווי אויך איז דאס אַן אינדייטמענט קעגן עמעראַצעס אין דאס, "בקיצור, מ'האט זיך בשום אופן נישט געקענט אן עצה געבן... אני הקטן האב זיך ארומגעדרייט פאר'דאגה'ט אפאר שעה צו טרעפן עפעס א פאטענט אבער ס'נישט געגאנגען"...)

און דאס זעלבע איז בנוגע א צוגאנג צו הלכה אז עס איז כדי זיך ״צו היטן און זיך ארויסצודרייען פון ג-ט׳ס צארן״. אין אנדערע ווערטער, דאס איז דומה אין דעם צו יעדעס אנדערע לעגאלן געזעץ סיסטעם. מיינענדיג, איינער וואס איז א law abiding citizen מכח זיין קאנסטענט מוראה של מלכות און פונעם פּאליסמאן, איז בעצם פונקט אזא ״מאסאכיסט״. וואס מ׳דארף איז זיך ארויסזעהן פון דעם ערשטן שטאפל אין/פון קאהלבערג׳ס שטאפלען פון דאס מאראלישע אנטוויקלונג צו כאטש דאס צווייטע. און אפילו פון דעם אויך צום דריטן שטאפל צו טוהן דאס ריכטיגע זאך מחמת ס׳איז דאס ריכטיגע זאך צו טוהן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א. דאס קעפל פון דעם אשכול איז "מיין פראבלעם מיט'ן חרדיש'ן סיסטעם" מיט הלכה האב איך אינגאנצן נישט קיין פראבלעם, ס'נאר די חרדישע פרייאריטיס (וואס איז נוגע אין אלע תחומים פון לעבן, נישט נאר הלכה) מיט וואס כ'האב א פראבלעם. אינדרויסן פון די חרדישע וועלט איז מען אויך גורס הלכה אבער ס'דא בעיסיק נארמאלקייטן און מענטשליכקייטן וואס שטייען העכער אין די פרייאריטיס ליסטע (דרך ארץ קדמה לתורה?).

ב. איך בין מוחה אז דו רופסט אן די חסידישע צוגאנג צו הלכה "עמעראצעס" (איך נעם מיך פשוט אן פארן כבוד בית אבותי).

ג. איינער וואס איז גרייט צו ליידן, אדער אויפצוגעבן אויף זיינע באקוועמליכקייטן, אבי נישט אליין אנצופילן גאזאלין אין ניו דשערזי (וואס איז אסור לויט די דארטיגע געזעץ) איז א חולה נפש, בתקווה להבנה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

שמן למאור האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
נעקסט לעוועל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין זאך האב איך נאר הנאה ווי דער עולם איז געהעריג איינגערעדט אז כ'האב אפגעלאזט אידישקייט, איינער האט זאגאר געהאט אן אישו אז איך האב פארקויפט מיינע תפילין :lol: יא, מיינע רש"י תפילין האב איך פארקויפט ווייל ס'האט מיר געמאכט פראבלעמען (פרעג נישט וואס דאס מיינט ווייל איך גיי דיר נישט ענטפערן סייווי) אבער ר"ת לייג איך נאך אפאר מאל א וואך.
סתם פאר קוריאסיטי, וואס האט ר"ת זוכה געווען ?
(משמע פון דיינע ווערטער אז רש"י שוין נישט אבער ר"ת יא)
ער גייט פאר רבינו תם אל דע וועי, רבינו תם'ס תפילין און רבינו תם גאטשעס...
אבער נאר אפאר מאל א וואך... :lol:

איך וואלט גראדע באפארצוגט שימושא רבא גאטשעס...

כ'דערמאן זיך א ווערטל. איינער האט באמערקט אין מקווה ווי זיין חבר גייט מיט סאמעט אויף די ר"ת גאטשעס, האט ער אים געפרעגט, מה פשט.
האט אים זיין חבר מגלה געווען אז ער איז א צדיק נסתר...
ביי שימושא רבא גיי איך בכלל נישט קיין גאטשעס...
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א. דאס קעפל פון דעם אשכול איז "מיין פראבלעם מיט'ן חרדיש'ן סיסטעם"; מיט הלכה האב איך אינגאנצן נישט קיין פראבלעם, ס'נאר די חרדישע פרייאריטיס (וואס איז נוגע אין אלע תחומים פון לעבן, נישט נאר הלכה) מיט וואס כ'האב א פראבלעם. אינדרויסן פון די חרדישע וועלט איז מען אויך גורס הלכה, אבער ס'דא בעיסיק נארמאלקייטן און מענטשליכקייטן וואס שטייען העכער אין די פרייאריטיס ליסטע (דרך ארץ קדמה לתורה?).
איך פארשטיי אז דו מיינסט דערמיט א "נארמאלע" צוגאנג צו הלכה, וכעין געזעץ. דאס ענטעילט לכאורה אָן די דגוש אויף די אבערגלויבונג בּעגעדזש. דאן ביסטו גערעכט, ולזה כוונתי.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ב. איך בין מוחה אז דו רופסט אן די חסידישע צוגאנג צו הלכה "עמעראצעס" (איך נעם מיך פשוט אן פארן כבוד בית אבותי).
דיין בית אבא וואלט נישט מסכים געווען צו דעם וואס שטייט מפורש בהלכה? בפרט במצב כזו?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ג. איינער וואס איז גרייט צו ליידן, אדער אויפצוגעבן אויף זיינע באקוועמליכקייטן, אבי נישט אליין אנצופילן גאזאלין אין ניו דשערזי (וואס איז אסור לויט די דארטיגע געזעץ) איז א חולה נפש, בתקווה להבנה.
וואס דו זאגסט דא איז אז די סארט OCD מדקדק עד קוצו של יוד אין די הלכה סיסטעם איז א פראבלעם, פונקט אזוי ווי אזא צוגאנג צו געזעץ איז א פראבלעם. איה"נ. איך האלט אבער נישט אז די נעגל וואסער משל דא גייט אריין אין דעם כלל, בפרט וואו הלכה אליין וויל זיך דא באווארענען דערקעגן (עס איז קעגן די מאסאכיזם וכנ"ל).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דאס אליינס אז מ'כאפט זיך ארויף אויף יעדעס ביישפיל עקסטער וואס איך ברענג מיט פילאזאפישע חקירות און מ'קען נישט נוצן דעם אייגענעם קאמפעס צו כאפן די צד השווה וואס איך וויל ארויסברענגען דאס אליינס ברענגט ארויס די חורבן, כ'וועל ברענגען נאך איין ביישפיל און מיט דעם וועל איך (האפענטליך) מסיים זיין. א מאדערן ארטאדאקסישע פרוי האט מיר אמאל געזאגט מיט גרויס שוידער אז א חסידישע פרוי האט איר געזאגט אז זי וואלט ענדערש געוואלט אז איר קינד זאל שטארבן ווי איידער ער זאל גיין OTD, זאגט מיר די מאדערנע פרוי אז זי קען עס פשוט נישט פארשטיין, וואו איז די בעיסיק בעיסיק מוטערליכע געפילן? וואספארא מין גערעדאכץ איז דאס? וויאזוי קען א מאמע אפילו אזוי רעדן? נעבעך, זי האט זיך אזוי געגעסן די געזונט... כ'האב איר פרובירט מסביר צו זיין אז חסידים גלייבן באמת אין גיהנם וכו' האט זי אביסל אנגעפאנגען צו פארשטיין אבער זי האט נאכאלץ נישט געקענט צו זיך קומען. כ'האב מיך איינגעהאלטן פון איר זאגן אז דיעס געדאנקענגאנג איז א בפירוש'ע רש"י ווייל כ'האב איר נישט געוואלט צומישן...

מיר אלע ווייסן אז ס'דא א הלכה אז פיקוח נפש איז דוחה די גאנצע תורה (אויסער נעגל וואסער וואס לויט'ן רמב"ם איז עס אן "אבערגלויבן" עבודה זרה רח"ל ל"ע און מ'דארף זיך מוסר נפש זיין נישט מקפיד צו זיין דערויף. זעהסט, איך קען מיך אויך ארויפכאפן אויף דעטאלן :P ), כאילו ווען נישט וואס ס'שטייט אזא הלכה און דו גייסט שבת אין גאס און דו זעהסט דיין קינד שטיין אינמיטן גאס און א קאר קומט צופליען וואלסטו איהם טעארעטיש גערעדט געדארפט צו לאזן שטארבן ווי איידער איהם טראגן ד' אמות אין רשות הרבים. אינטערעסאנט אז אין די אמעריקאנע געזעץ איז קיינעם נישט איינגעפאלן אריינצולייגן אזא clause, און וואונדער איבער וואונדער, יעדער אמעריקאנער מיט אן IQ העכער פופציג פארשטייט אליינס אז אויב דארף ער קראסן א רויט לייט צו ראטעווען א קינד פון אן אנלויפענדע קאר וועט איהם די געזעץ מוזן מוחל זיין. יא, די מאדערנע אידן קוקן טאקע אן די ענין פון פיקוח נפש ווי דאס שטייט טאקע, אז במקום פיקוח נפש זאל מען איגנארירן הלכה, כאילו ס'איז אינדרויסן פונעם הלכה'דיגן פרעימווארק, ס'שטייט העכער אין די פרייאריטיס ליסטע פון הלכה. ס'הייסט אז בעצם וואלט עס טאקע נישט געדארפט צו שטיין, און אין די תורה אליינס שטייט עס טאקע נישט, נאר במשך הזמן האט עס געמאכט זיין וועג אינעם טעקסט אריין, אבער ווען ס'וואלט נישט געשטאנען וואלטן זיי עס אליינס געזאגט, און זיי זאגן עס טאקע אפילו אין פלעצער וואו ס'שטייט נישט...

חרדים עפעס האבן נישט די ביצים זיך אנצונעמען פאר זייערע מענטשליכע באדערפענישן, ממש ווי אברהם אבינו, גאט האט איהם געהייסן שחט'ן זיין זוהן איז ער גלייך געלאפן שחט'ן אן קיין קשיות. זיי קענען נישט נעמען אביסל גאטס ווי משה רבינו, גאט האט איהם געהייסן גיין אויסלייזן די אידן האט ער געזאגט "ר' איד! כ'האב אן עלטערע ברודער וואס גייט זיך באליידיגן אז דו האסט איהם נישט געשיקט, אפשר שיקסטו איהם?". ער הייסט ר' יוסף קארו באקומט ער א get out of jail free card און אין אחר דבריו כלום אויסער אויב א צווייטער ברענד נעים קריגט זיך אויף איהם, און וואו זענען די רויע מענטשליכע געפילן אין די גאנצע געים? דאס הארץ פון בלוט און פלייש וואס פאמפט און רוישט אן אויפהער? גארנישט. ווער דארף א הארץ בכלל? א מעכאנישע פאמפ וואלט פונקט גוט געוועהזן... אה כ'האב פארגעסן, מ'דארף דאך האבן א הארץ ווייל די תפילין של יד דארף דאך זיין נעבן הארץ ... שוין, האסט מיר געכאפט ביים ווארט. ווייסטו וואס? ביזט גערעכט. אבער אך און וויי פאר אזא גערעכטיגקייט... ווי ראפשיצער רב האט געזאגט, אויב איך קום ארויף אין הימל נאכ'ן 120 און איך זעה א נאר זיצן אויפ'ן העכסטן פלאץ אין גן עדן וועל איך צוגיין צו איהם און איהם זאגן: "א נאר ביזטו געוועהן ביים לעבן און א נאר ביזטו געבליבן נאכ'ן שטארבן אויך, און איך בין דיר נישט מקנא אפילו מיט דיין העכסטע פלאץ אין גן עדן!"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א מאדערן ארטאדאקסישע פרוי האט מיר אמאל געזאגט מיט גרויס שוידער אז א חסידישע פרוי האט איר געזאגט אז זי וואלט ענדערש געוואלט אז איר קינד זאל שטארבן ווי איידער ער זאל גיין OTD, זאגט מיר די מאדערנע פרוי אז זי קען עס פשוט נישט פארשטיין, וואו איז די בעיסיק בעיסיק מוטערליכע ליעבשאפט? וואספארא מין גערעדאכץ איז דאס? וויאזוי קען א מאמע אפילו אזוי רעדן? נעבעך, זי האט זיך אזוי געגעסן די געזונט... כ'האב איר פרובירט מסביר צו זיין אז חסידים גלייבן באמת אין גיהנם וכו' האט זי אביסל אנגעפאנגען צו פארשטיין אבער זי האט נאכאלץ נישט געקענט צו זיך קומען. כ'האב מיך איינגעהאלטן פון איר זאגן אז דיעס געדאנקענגאנג איז א בפירוש'ע רש"י ווייל כ'האב איר נישט געוואלט צומישן
הגם איך בין נישט מסכים מיט די חסידי'שע פרוי איז עס נישט מטעמיך. צו נוצן אַן עקסטרעמן משל, גלייב איך אז ווען די מאדערנע פרוי'ס זוהן זאל ווען ווערן אַן אייסיס מעמבּער וואלט איר איר "מוטערליכע ליבשאפט" נישט צוריקגעהאלטן פון וואונטשן אז דאס זוהן וואלט ווען ענדערש געשטארבן. און מ'פארשטייט דאס אז ממבט נורמלי טרעהט דאך דאס קינד אויף בּעיסיק עטיקס און איז נישט קיין "גוטער מענטש". און דאס איז איר cutoff point ביז וואו זי קען אקצעפטירן, וואס דארט ענדיגט זיך איר טאלעראנץ (ועיין באשכול זו וערך טאלעראנץ פּאראדאקס). עכ"פ יעדעס מענטש האט א סאבּיעקטיוו cutoff point ביי דעם און טאקע אין וואס ער/זי דעפינירט אלס "גוטער מענטש".

ואיה"נ איך פארשטיי אז מ'קען טענה'ן אז נארמאטיווע עטיקס, צו וואס ראציאנאלע מענטשן זענען מודה, ווי די גאלדענע געזעץ פון מה דעלך סני לחברך לא תעביד, איז שוין יא א מער אבּיעקטיווע cutoff point. אבער איך גלייב אז מ'קען פארשטיין ווען א קינד ווערט א, צב"ש, סתם ״חרדי׳שער״ מוסלעמענער (אָן די רציחה) מיט א (למעשה) גאנץ אנדערע סיסטעם פון core ווירדן ועטיקס, אז דאס איז עפעס וואס מ'וואלט ענדערש געוואלט אז דאס קינד זאל שטארבן ווי איידער דאס טוישן - דאס איז דאך וואס ער האלט "גוטער מענטש" באדייט.

די סיבה פארוואס איך בין נישט מסכים צו די חסידי'שע פרוי איז ווייל מ'קען טענה'ן אז דאס'ן אָננעמען אזא סארט קינד איז בתוך אירע הנחות גופא. והיינו, אז נארמאטיווע עטיקס דארפן זיין בתוך די עדיפיס און סיסטעם פון "הלכה" גופא. און אין אזא פאל וואו דאס ווערט נישט געטרעטן אויף, דארף מען נישט צו דערווייטערן (ואפילו וואו דאס קינד ווערט ל"ע א מוסלעמענער). און ווי צוגעברענגט מהגמרא בשבת לא. מה דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה.
(והוא כעין מה שחידש החזו"א ביו"ד סימן ב ס"ק טז לגבי ההלכה של מורידין ולא מעלין, וואס ער האט לכאורה מבטל געווען מהאי טעמא. דאס גייט שוין אריין אין דאס גאנצע דיון פון זיך אַן עצה געבן מיט די אימאראלישע ציוויי התורה, און זיי טאקע מאכן שטימען מיט נארמאטיווע מאראל ועטיקס.)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מיר אלע ווייסן אז ס'דא א הלכה אז פיקוח נפש איז דוחה די גאנצע תורה, כאילו ווען נישט וואס ס'שטייט אזא הלכה און דו גייסט שבת אין גאס און דו זעהסט דיין קינד שטיין אינמיטן גאס און א קאר קומט צופליען וואלסטו איהם טעארעטיש גערעדט געדארפט צו לאזן שטארבן ווי איידער איהם טראגן ד' אמות אין רשות הרבים. אינטערעסאנט אז אין די אמעריקאנע געזעץ איז קיינעם נישט איינגעפאלן אריינצולייגן אזא געזעץ, און וואונדער איבער וואונדער, יעדער אמעריקאנער מיט אן IQ העכער פופציג פארשטייט אליינס אז אויב דארף ער קראסן א רויט לייט צו ראטעווען א קינד פון אן אנלויפענדע קאר וועט איהם די געזעץ מוזן מוחל זיין. יא, די מאדערנע אידן קוקן טאקע אן די ענין פון פיקוח נפש ווי דאס שטייט טאקע, אז במקום פיקוח נפש זאל מען איגנארירן הלכה, כאילו ס'איז אינדרויסן פונעם הלכה'דיגן פרעימווארק, ס'שטייט העכער אין די פרייאריטיס ליסטע פון הלכה, ווען ס'וואלט נישט געשטאנען וואלטן זיי עס אליינס געזאגט, און זיי זאגן עס טאקע אין פלעצער ווי ס'שטייט נישט...
דיין שאלה איז אז היתכן מ'האט פארמאליזירט בתוך הלכה א סענקטיפיקעישאן פאר לעבן און דאס טאקע געשטעלט העכער איר?! איז דאס נישט קיין שטארקייט דערפון, וואו מ'פארמאליזירט דאס גאר? דו ביסט מדייק א "ווען נישט", אבער מאן יימר? (ואולי האבן דאס חז"ל טאקע קאדיפיצירט כדי צו ראטעווען פון די וואס וואלטן דאס געוואלט נוצן/פארדרייען אין א פונדאמענטעליסט וועג. אבער דאס איז נישט צו זאגן אז די פונדאמענטעליסט וועג איז די דיִפאָלט - די "ווען נישט".)

ואגב, דער דור רביעי בפתיחה למס' חולין זאגט טאקע אז וואס איז מהנימוס און נארמאלקייט איז נכלל בתוך די סיסטעם פון הלכה ממש, הגם עס שטייט נישט בפירוש, ע"ש.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:חרדים עפעס האבן נישט די ביצים זיך אנצונעמען פאר זייערע מענטשליכע באדערפענישן, ממש ווי אברהם אבינו, גאט האט איהם געהייסן שחט'ן זיין זוהן איז ער גלייך געלאפן שחט'ן אן קיין קשיות. זיי קענען נישט נעמען אביסל גאטס ווי משה רבינו, גאט האט איהם געהייסן גיין אויסלייזן די אידן האט ער געזאגט "ר' איד! כ'האב אן עלטערע ברודער וואס גייט זיך באליידיגן אז דו האסט איהם נישט געשיקט, אפשר שיקסטו איהם?". ער הייסט ר' יוסף קארו באקומט ער א get out of jail free card און אין אחר דבריו כלום אויסער אויב א צווייטער ברענד נעים קריגט זיך אויף איהם, און וואו זענען די רויע מענטשליכע געפילן אין די גאנצע געים? דאס הארץ פון בלוט און פלייש וואס פאמפט און רוישט אן אויפהער? גארנישט. ווער דארף א הארץ בכלל? א מעכאנישע פאמפ וואלט פונקט גוט געוועהזן... אה כ'האב פארגעסן, מ'דארף דאך האבן א הארץ ווייל די תפילין של יד דארף דאך זיין נעבן הארץ ... שוין, האסט מיר געכאפט ביים ווארט. ווייסטו וואס? ביזט גערעכט. אבער אך און וויי פאר אזא גערעכטיגקייט... ווי ראפשיצער רב האט געזאגט, אויב איך קום ארויף אין הימל נאכ'ן 120 און איך זעה א נאר זיצן אויפ'ן העכסטן פלאץ אין גן עדן וועל איך צוגיין צו איהם און איהם זאגן: "א נאר ביזטו געוועהן ביים לעבן און א נאר ביזטו געבליבן נאכ'ן שטארבן אויך, און איך בין דיר נישט מקנא אפילו מיט דיין העכסטע פלאץ אין גן עדן!"
ולגבי די עקידה טאקע עיין באשכול זו וכאן, וואו מ'האט געברענגט מהלכים אז אברהם האט גאר נישט געטוהן ווי מ׳ברויך, עפ"י תורה וג-ט. אין אנדערע ווערטער, משרע"ה איז דער וואס האט געטוהן... עםם... כהלכה.

און ווי דו ברענגסט צו פון ראפשיצער זצ"ל און וואס קען ליגן אין זיינע ווערטער, איז דאס'ן נישט זיין א נאַר טעקניקעלי נכלל אין הלכה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שוין, ס'זעהט נישט אויס ווי איינער האט בכלל פארשטאנען מיין אישו און ווער יא האט נישט וואס צוצולייגן, מ'קען זיך ווייטער ארומ'טענה'ן סתם אזוי איבער די פילאזאפישע אספעקטן ארום און ארום אבער פון מיין זייט איז די טאפיק פון די פתיחת האשכול געשלאסן. כ'לייג דא פאר מיין אישו (ח"ו נישט קיין פילאזאפישע/מאראלישע טענות, פשוט מיין פערזענליכע סאביעקטיווע אישו) אין א PDF פייל, בהוספת א מימרא פונעם חזון איש - פון די טאטעס פון די חרדישע מאוומענט אינעם פאוסט-האלאקאסט עפאכע - וואס ברענגט זייער גוט ארויס מיין נקודה, ליינט און זייט מזכה אנדערע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ארטיסטיק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 11:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל

שליחה דורך ארטיסטיק »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין נישט געקומען דא זיך טענה'ן אדער אויסשטרעקן מיינע כשר'ע חזיר פיסלעך, אזויפיל וויל איך יא זאגן, מ'קען זיך קלאר יא ארויסרייניגן פונעם "שימל" און די sadomasochism, איך קען נישט זאגן אז איך בין שוין אינגאנצן פטור געווארן דערפון אבער נאך אסאך מעדיטעישן, therapy, ענערדשי הילינג, de-armoring, א.ד.ג. איז א גרויסע פראצענט דערפון שוין הינטער מיר. און נאכמאל, איך בין חס ושלום נישט געקומען האקן, ס'איז פשוט א realization וואס כ'האב נישט געוואוסט וויאזוי עס ארויסצוברענגען אין ווערטער ביז היינט און איך האב נישט געהאלטן ביים עס לאזן שטעקן ביי מיר איך בויך, דעטס אלל.
אפשר העלפסטו מיר ארויס מיט די מעדיטעשען א לינק א פוין נאמבער צו וועם מען קען גיין?
ארטיסטיק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 11:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל

שליחה דורך ארטיסטיק »

מתבודד האט געשריבן:כ'פריי מיר אז די ענערזשי האט דיר געהאלפן ווייל מיר האט עס נישט.
דארף מען גלייבן דערין ס'זאל ארבעטן? און אויב יא, גלייבסטו דערין? און אויב יא, גלייבסטו אין נאך זאכן? אויב יא, אין וואס?
כ'בין סתם נייגעריג. דארפסט נישט ענטפערן...
איך בין געגאנגע צום פוינט, געבעטן א פוין נאמבער, אדער א לינק,
לאמער זעהן צו ער גייט מיר עס געבן,
און סתם אגב אז מען רעד שוין וועלעכע סארט ענערזטשי ביסטו געגאנגען צו?
קענסט מיר אפשר געבן א פוין נאמבער א לינק ביטע
ארטיסטיק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 11:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל

שליחה דורך ארטיסטיק »

נעקסט לעוועל האט געשריבן:@יהורם דיינע ווערטער זענען שפתים יישק, איך עגרי מיט יעדע ווארט דיינע
איך בין אויפגעוואקסן אין א עקסטערעמע קהילה, מיט טייטע הנהגות וחומרות אויף יעדע שריט
און דאך שפיי איך נישט נעגאטיוויטי און האס צו מיין קהילה, צו מיין עבר, סתם א שאד צו פארלירן פאמיליע, און טראגן שווערע געפילן.
איך האב ב"ה חתונה געהאט צו א קלוגן אשת חבר, איך האב געשפרייזט די אוישען, און געפענט מיין אייגענעם בלעטל, אויף מיין אייגענעם דרך, און דאס לעבן ביז מיין חתונה אונטער א סטריקט סיסטעים האט מיר נישט גורם געווען אפצולאזן יהדות, איך האב עס פשוט געלאזט ביהיינד, און די פעסט, מיין עבר אינטערעסירט מיר נישט.
איך האב אפגעלאזט די סיסטעים, איך האב בוחר געווען אין די 613 מצוות און שולחן ערוך וזהו, נישט אין חומרות וחסידות שטיק, און איך האב א חיים טובים,
און דאך האלט איך אן קשר מיט יעדעם, און טראג נישט קיין שנאה אדער שווערע פילינגס צו מיין עבר, און סאם האו דארף איך נישט קיין מעדיטעישן אדער האו נאוס וואט (יעדער האט זיך זיין פערזענליכע סטארי, איך דשאדש נישט קיינעם)
איך שעץ דיך זייער אויף וואס די זאגסט, אבער סאיז דא א מימרא פון ר' נחמן אז א פאס וויין וואס איז פיל מיט עסיג אויב סליגט א לאנגע צייט און מען עפענט עס אויף און מען קוקט אריין וועט מען טרעפן א ריינעם פאס וויין און מען וועט נישט זעהן קיין זכר פון עסיג, אבער נעם נאר א שעפ לעפיל און פאנג אן מישען אה וועט די עסיג דיך ענטפאנגען מיט אלע אירע קאלירען,
לעינינו אוועקגיין און פארגעסן פון אלעס און עס נישט זעהן פאר די אויגען איז אפשר א סילאשען אבער לכאורה ליגט די עסיג טיף באהאלטען, געב עס נאר א שאקעל אויף קום צירוק נאר פאר א וויקעשען פאר א וואך צוויי פון ווי די קומסט און זאג מיר צו ביסט ריין פון עסיג
סוי מעבי מעדיטעשען איז די סילאשען.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

שוין. רביה"ק האט זיך שוין ענדליך געהעריג מסביר געווען, נישט די סיסטעם שטערט אים, נאר די תורה שטערט אים. ווי ער זאגט אליין בתוך דבריו:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: און קומטס מיר נישט זאגן (@שמן למאור אלערט) אז דאס איז נישט די "עכטע" אידישקייט, ווייל במחילת כבודכם איז דיעס געדאנקענגאנג דייקא יא אן אינטעגראלע טייל פון אידישקייט.
גערעכט ביסטו! א גרויס טייל פון דיינע 'טענות' זענען טאקע אויף ריכטיגע חלקים פון אידישקייט.

פונעם סיסטעם האבן מיר שוין פריער קער גענומען, יא, אונזער סיסטעם ווי אלע אנדערע סיסטעמס האט זיך זיינע פראבלעמען. בורט קאנטראל מיט די גרויסע איסור פאר פרויען זיך צו שערן אדער דרייוון, זענען טאקע חלקים פונעם סיסטעם וואס מען דארף זען וויאזוי זיך אן עצה צו געבן דערמיט. אבער דיר שטערט עפעס אנדערש אינגאנצן.

וואס שטערט דיר איז דער יסוד פון אידישקייט אז דער באשעפער איז די אויסשליסליכער בעל הבית אויף אונזערע מעשים, ער האט די רעכט דיר איינצוטיילן וואס דו מעגסט יא אדער נישט טון. פיין, ווען עס שטימט מיט 'דיינע' ווירדן, און עס שטימט מיט 'דיין' שכל דעמאלטס האסטו נישט קיין פראבלעם. ווען אידן לויפן אויף הצלה קאלס אינמיטן די נאכט, אדער ווען אידן שענקען זייערע גלידער פאר פרעמדע מענטשן, ביסטו צופרידן פון די אידישער גאט, אבער ווען ער הייסט זיך מוסר נפש זיין אויף ערקתא דמסאנא, אדער אז ער נעמט צו חנוך'ן פאר די צייט אלס מורא אז ער וועט קאליע ווערן, ווערסטו שוין פארלוירן, דו ווערסט שוין באלד א מוריד במלכות שמים.

אם סארי, אבער אויב עפעס זענען די חרדים טאקע גערעכט. דו רעדסט אזוי ציניש ווי דו האסט מסביר געווען פאר דעם מאדערנע פרוי אז די פאנאטישע חסידים גלייבן טאקע אז גיהנם איז עכט... יע יע... סאו גאנץ אידישקייט איז ביי דיר איין גרויסע דזשאוק? פיין! זאג קלאר ארויס הויעך און קלאר, רבותי, איך בין א כופר הכל! גאנץ אידישקייט איז עפעס אן אויסגעטראכטע רעליגיע פון אפאר אלטמאדישע איזרילייט שבטים, און פטור אן עסק. וואס איז דאס דעם 'איך גיי נאך ר"ת תפילין' קאפ דרייענישן?

דו ווילסט אז אלע תרי"ג געזעצן זאלן דיר אריינפיטן אין דיין קאפ, אלעס מוז שטימען לויטן 2023 מעסטערל, און די רגע גאט איז קעגן געי, איז ער שוין פסול. די רגע ער בעט דיר זיך אביסעלע אנצושטרענגען, די רגע עפעס ווערט א טראפקעלע אומבע'טעמ'ט, איז ער שוין מופרך מעיקרא.

אויב איז אמת אז גאט האט באשאפן די וועלט אז אונז זאלן אים דינען פון דאהי, נתאווה לו להקב"ה להיות לו דירה בתחתונים, ער וויל אונז זאלן זיך באהעפטן צו אים דורך פאלגן זיין תורה און מצות וואס ער האט אונז געגעבן ביים בארג סיני, דאן וואו קומט דיינע פרעפרענצעס אריין אונעם בילד בכלל?

אויב איז טאקע דעם עולם הזה דומה צו א קליינער קורצער פרוזדור, ווי מען דארף בלויז פאר א קליינע קורצער תקופה טון דעם רצון השם אפילו עס קומט אמאל אן אביסל שווער, און דערנאך איז מען זוכה צו זיצן אינען טרקלין צוזאמען מיט אלע אנדערע צדיקים בעטרותיהם בראשיהם, און מען איז נהנה מזיו השכינה לנצח נצחים, דאן איז דען נישט פארשטאנדיג דעם מאמר פון עקביא, מוטב לי להקרא שוטה כל ימי, ולא ליעשות שעה אחת רשע לפני המקום!? וואס איז דען אפאר יאר קעגן א נצח נצחים? אויב וועט חנוך קאליע ווערן סוף ימיו, און מיט דעם אנווערן זיין גאנצע עולם הבא, דאן פארוואס טאקע זאל אים גאט לאזן דא אויפן וועלט? אז ער זאל זיך קענען אנעסן מיט אביסל פיצא און אייזקריעם, און דערנאך זיין נדחה פונעם טוב האמיתי לנצח? וואט די עקטשועל העק? (קרעדיט: רביה"ק) אויב גלייבט די ערליכע חסידישע מאמע אז איר או טי די קינד איז מיט זיינע טעגליכע עבירות זיך מרחק פונעם באשעפער, און רייסט אפ זיין קשר עליון מיט גאט, דאן פארוואס איז אזוי אומפאשטענדליך אז זי וויל אז גאט זאל אים פריער נעמען צו זיך פאר ער מאכט זיך מער קאליע דעם נשמה?

'גדול המחטיאו יותר מן ההרגו' איז נישט קיין מליצה אדער וויץ, עס איז פשוט פשט! אויב איז א רוצח געקומען און געשאסן אן ערליכע איד צום טויט, גייט ער כאטש ארויף צו א גוטע פלאץ אויף אן אייביגע רוה ארט. אבער וואס געשעט ווען א מחטיא שיסט ליידער אריין אין א ערליכע איד'ס נשמה שעדליכע רייד וואס נויגט אים אפ פונעם דרך הישר? אפשר אויף די וועלט זעט מען נישט די שרעקליכע תוצאות, אבער וואס וועט זיין פארווארפענע, פארפלעקטע נשמה טון נאכן הונדרעט און צוואנציג יאר?

עס איז נישט מער ווי רעכט פאר א ריכטיגע מאמין בשם צו נעמען די תורה און מצוות מיט אן ערנסטקייט. וואס די תורה פארלאנגט און ערלויבט, דאס איז טייער און הייליג, און וואס נישט, טוט מען נישט אפילו די אמעריקאנע גאס האלט אנדערש. בלויז ווייל אפאר לינקע הויכהילכערס האבן אפגעמאכט אז עפעס איז מאראליש, צו גאר פארקערט ווי מאראליש, מיינט נאכנישט אז דאס איז טאקע אזוי. און אפילו די גאנצע גאס מיט דיינע געפילן אינאיינעם זאגן דיר אז מען דארף זיך פירן אויף עפעס א געוויסע וועג, איז אין לנו אלא דברי בן עמרם! די חזון איש איז שוין איינמאל גערעכט!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

שליחה דורך מי ימצא »

@שמן למאור, דיינע ווערטער זענען שמן זית זך. עס דערקוויקט, און זעטיגט דאס זעהל.
שטארקע ווערטער. אייזן.
א לייק איז נישט גענוג. א עקסטערע שכח, פארן מיך דערווארעמען מיט דיינע ווערטער.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמן, א דאנק פאר די ווארימע שובבי"ם תורה!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

@שמן למאור: א דאנק פאר די ווארימע חיזוק רייד, עס דערקוויקט און זעטיגט דאס masochist'ישן זעהל! כ'האב שוין אנגערופן א סופר פון לב טהור צו באשטעלן א נייע פאר רש"י תפילין, מיין ווייב האט זיך שוין דעם צופריה גלייך געגאלט מיט א גאל מעסער און געגאנגען קיין וואלמארט איינקויפן פעך-שווארצע XXXL קליידער אויף ביזדערווייל, זי האט זיך אפילו איבערגעטוהן אין די וואלמארט טוילעט, חס ושלום נישט נהנה צו זיין פונעם עולם הזה פאר איין איבעריגע סעקונדע... כ'האב שוין באשטעלט טיקעטס קיין JFK, כ'האב שוין אויך אן אפפוינטמענט ביי מנשה פליפ-פלאפ מסדר צו זיין א דרך תשובה פאר מיין זינדיגן זעהל. שוין, איך דארף אויפהערן צו שרייבן ווייל ס'איז מיר שווער צו טייפן אזוי מיט די כלי אין איין האנט און די גמרא אין די צווייטע האנט (כ'מיין יעדעס ווארט איז דאך א מצווה לנצח נצחים! 200 מצוות יעדן מינוט! משוגע דארף איך זיין דאס אנצואווערן פאר דעם נארישן קאוועשטיבל...), איך שטיי דא ביים פייער גרייט אריינצואווארפן מיינע טמא'נע כלים רח"ל, אללא הוא אכבר!!!

ערנסט גערעדט: איך בין אינגאנצן נישט צופרידן פון דעם וואס אידן לויפן אויף הצלה קאלס אינמיטן נאכט ווייל ר' יוסף קארו האט געהייסן, אפילו מ'טוט שוין יא עפעס צום זאך איז עס נאר ווייל מ'האט געהייסן. מ'עסט שוין יא א פעטן שטיקל קוגל מוז עס זיין לעילוי נשמת רבי שייע בן רבי משה. מ'קען זיך נישט פשוט און פראסט אויפשטעלן און זיך אננעמען פאר די אייגענע באדערפענישן. וואו איז די סעלף עסטיעם? פשוט א באנדע אויסגעלאשענע, פארקריפלטע נשמות. גאט גאט וואו איז דיין איד?

די לייקס זענען פאר'ן אזוי גוט ארויסברענגען די בראך פון חרדיזם, מ'דערקוויקט זיך גאר מיט'ן מזוכיזם! רח"ל. איך אליין וואלט עס נישט געקענט אזוי גוט אראפלייגן מיט אלע רוישיגע פארבן ווי דיר. האפענטליך פארשטייט שוין יעצט דער עולם וואס מיין אישו איז, צו מ'איז מסכים איז שוין א צווייטע זאך, כאטש פארשטייט מען וואס איך זאג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט