בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 12:38 am
דורך דוד שריפטליך
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:@שמן למאור: ס'געפעלט מיר ווי דו האסט געלאזט ריכטיג פארדרייען דעם שמועס, כאילו די גאנצע מדובר איז ראמאנס קעגן סטרוקטור. חסידים זענען פאר סטרוקטור, די סעקולארע וועלט איז פאר ראמאנס, און די ליטוואקעס און מאדערנע האבן נאכנישט גענומען קיין צד, קאט די קרעפ. מיין שוועסטער (וואס איז טיעף אין די וויזויהייסטעס) איז לעצטנס ענגעידשד געווארן מיט א בחור וואס מ'האט שוין אנגעטראגן מיט א יאר צוריק, די נארישע סיבה פארוואס ס'איז דעמאלטס אראפ פון טיש געדענק איך שוין נישט, אבער די סיבה פארוואס יעצט איז עס יא געווארן איז ווייל דאס מיידל חלומ'ט שוין נעבעך אזוי לאנג פון די ווייסע קלייד... זי גייט פשוט אויס פאר לעכצעניש פאר'ן ווייסן קלייד און זי קען שוין מער נישט ווארטן... (שמעקט עפעס פון ראמאנס?) אפשר מיט סטרוקטור מיינט מען די סטרוקטור פונעם ווייסן קלייד? אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט...
איך האב געוואלט צולייגן אז עפעס א רעדנער ביי קרבתנו גאלד האט פרובירט צו מסביר זיין פאר עלטערן אז זיי זאלן פארשטיין אז אפילו א גוטע ערליכע בחור קען אויך אפזאגן א שידוך ווייל ער וויל א שיינע מיידל.....
און עס מאכט אים נישט אויס ערליך
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 12:42 am
דורך דוד שריפטליך
ריכטיג האט געשריבן:קרן זוית, "צופרידן" מיינט נישט דווקא צופרידן מיט די פאר. איך רעד פון אלגעמיין, ס'זענען דא מענטשן וואס זענען נאטורליך צופרידענע מענטשן, מיט זייער דזשאב סטאטוס וכו' וכו', די סארט מענטשן לעבן מיט די הנחה אז אפילו ווען עפעס קלאפט נישט הונדערט פראצענט מאכט מען עס ארבעטן כמות שהוא און מען רעדט זיך נישט איין אז ביי יענעם איז די גראז גרינער. רוב מענטשן זענען אזוי און דערפאר וועלן זיך רוב מענטשן ביי אונז נישט גט'ן.
שמן למאור, איך פארשטיי פונקטליך וואס דו זאגסט, אבער טאקע דערויף דינג איך זיך. איך האלט נאכאלץ אז עס איז ענדערש כדאי אוועקצוווארפן די ראמאנטישע ליבע דמיונות און אויסוואקסן שנעל, לטובת לעבן א געהעריגע פאמיליע סטרוקטורירע לעבן. לדעתי איז נישט ווערט די פאר זאטע ליבע יארן אויפן חשבון פון א צופראסקעטע פאמיליע לעבן אין די לאנג ראן. צוויי צופרידענע מענטשן וואס זענען דיטערמענד ביי זיך צו מאכן די מערידזש ארבעטן פאר יעדן פרייז זענען א סך מער מקושר צווישן זיך ווי א ראמאנטישע ליבע וואס קומט און גייט.
די אלגעמיינע וועלט האט געמאכט דעם טעות און מקריב געווען די געזונטע פאמיליע סטרוקטור לטובת ראמאנטיציזם. איך פארשטיי אז דו ביסט טאקע שטארק אנטציקט דערפון, אבער לדעתי איז דאס נישט קיין עכטע טובה פאר די מענטשהייט, נאר להיפוך.
איך ווייס פון פארפעלקער וואס האבן געוואלט ראמאנסירן אנדערש ווי די שוויגער קולטור און עס האט זיך געענדיגט מיט א גט.....
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 7:20 am
דורך יאסל ראקאווער
ס'איז באמת שווער זיך צו טענה'ן אויב בהמה פלייש איז בעסער ווי ברויט מיט איינעם וואס האט א גאנץ לעבן געגעסן זיין פראטין דורך יאגערט. ס'איז נישט קיין שום ספק בעולם אז @ריכטיג האט נישט קיין ליבע און זיין לעבן געשפירט. ווער עס ווייסט וואס דאס איז, רעדט נישט אזוי. (אמאל איינער קרעכט אינטער אז ער זעט אויך שיינקייט און א לעבן אן קיין ליבע און ראמאנס, מילא. אבער דער איד לייקענט און מציאות הבורא -כביכול- מיט אַ געוואלדיג פרעכקייט)
ס'איז ווי איינער וואס האט אין זיין לעבן נישט געזען קיין קאלירן זיך טענה'נען מיט אים אויב ס'איז בעסער נאר זען אלעס שווארץ און ווייס (נישט מעטעפאריש גערעדט).
דאס קומט פון די mind synthesizing happiness. דער איד רעדט אויפ'ריכטיג'. ער איז טאקע א נעבעך פאר נישט וויסען וואס קאלירן איז. זיין מוח זאגט אים אז א נעבעכדיגע loveless חתונה איז טאקע בעסער.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 10:55 am
דורך מי ימצא
דוד שריפטליך האט געשריבן:
איך ווייס פון פארפעלקער וואס האבן געוואלט ראמאנסירן אנדערש ווי די שוויגער קולטור און עס האט זיך געענדיגט מיט א גט.....
און איך ווייס פון קלוגערע פארפעלקער, וואס האבן אפגעלאזט די שוויגער קולטור, כדי צו קענען לעבן א נארמאלע לעבן.
Re: דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 11:15 am
דורך צוזאמגעדרייט
דוד שריפטליך האט געשריבן: עס האט זיך געענדיגט מיט א גט.....
וואס ווערסטו אזוי דערשראקן פונעם ווארט "גט"?
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2023 2:32 am
דורך [NAMELESS]
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז באמת שווער זיך צו טענה'ן אויב בהמה פלייש איז בעסער ווי ברויט מיט איינעם וואס האט א גאנץ לעבן געגעסן זיין פראטין דורך יאגערט. ס'איז נישט קיין שום ספק בעולם אז @ריכטיג האט נישט קיין ליבע און זיין לעבן געשפירט. ווער עס ווייסט וואס דאס איז, רעדט נישט אזוי. (אמאל איינער קרעכט אינטער אז ער זעט אויך שיינקייט און א לעבן אן קיין ליבע און ראמאנס, מילא. אבער דער איד לייקענט און מציאות הבורא -כביכול- מיט אַ געוואלדיג פרעכקייט)
ס'איז ווי איינער וואס האט אין זיין לעבן נישט געזען קיין קאלירן זיך טענה'נען מיט אים אויב ס'איז בעסער נאר זען אלעס שווארץ און ווייס (נישט מעטעפאריש גערעדט).
דאס קומט פון די mind synthesizing happiness. דער איד רעדט אויפ'ריכטיג'. ער איז טאקע א נעבעך פאר נישט וויסען וואס קאלירן איז. זיין מוח זאגט אים אז א נעבעכדיגע loveless חתונה איז טאקע בעסער.
אטאקירן לגופו של ניק קען איך בעסער, אויב איך וויל.
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2023 7:12 am
דורך yesiknow
יוסל רעדט לגופו של ענין , אשר ברא חתן וכלה גילה רינה דיצה אהבה ואחווה ושלום ורעות על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי ישקני מנשיקות פיהו כי טובים דודיך ...
לשיטתך @ריכטיג איז דאס נאר א דמיון א בייזע חלום הוילע דמיונות גארנישט מיט די מציאות , כדי דיך צופארענטפערען האט יוסל דיך דן געוועהן לכף זכות אז די ווייסט פשוט נישט ממילא רעדסטו אזוי.
האסט שוין אמאל געפילט א טעם אין א נשמת שבת? איז עס א דמיון?
דיין כנגדו האט דיך שוין אמאל געטקסט ראמאנטישע ענינים אין מיטען ארבייט, דיין עזר מאכט דיך פילען דעט יו אר ספעשעל אין ווערי האט...
אין אתה יודע מה אתה מפסיד , אשר ברא קען זיין אז גאט האט דאס באשאפען נאר פאר גוים זיכער נישט פאר חסידים גיי לערן מיט א גוי ברטנורא
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2023 8:10 am
דורך [NAMELESS]
yesiknow האט געשריבן:
לשיטתך @ריכטיג איז דאס נאר א דמיון א בייזע חלום הוילע דמיונות גארנישט מיט די מציאות
לא אמרתי דברים כאלה מעולם.
כ'מיין דו וועסט אויך מודה זיין אז אידישקייט קען נישט זיין געבויט אויף א טעם אין א נשמת. בס"ה האב איך גע'טענה'ט אז א שידוך קען נישט זיין געבויט אויף ליבע. נאר ביי א שידוך אויף ליבע איז ערגער ווי אידישקייט אויף נשמת, ווייל מען ווערט פארבלענדט פון דאס וויכטיגסטע.
די וועלט זאגט, אז ווען די מח איז אויף שלאפט די פיפיק, וכן להיפוך. הגם די ווארט איז אויף תאוה, איז אבער ה"ה אהבה.
Re: דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2023 10:03 am
דורך צוזאמגעדרייט
yesiknow האט געשריבן:
האסט שוין אמאל געפילט א טעם אין א נשמת שבת? איז עס א דמיון?
מן הסתם א דמיון.
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2023 10:19 am
דורך yesiknow
ריכטיג האט געשריבן:yesiknow האט געשריבן:
לשיטתך @ריכטיג איז דאס נאר א דמיון א בייזע חלום הוילע דמיונות גארנישט מיט די מציאות
לא אמרתי דברים כאלה מעולם.
כ'מיין דו וועסט אויך מודה זיין אז אידישקייט קען נישט זיין געבויט אויף א טעם אין א נשמת. בס"ה האב איך גע'טענה'ט אז א שידוך קען נישט זיין געבויט אויף ליבע. נאר ביי א שידוך אויף ליבע איז ערגער ווי אידישקייט אויף נשמת, ווייל מען ווערט פארבלענדט פון דאס וויכטיגסטע.
די וועלט זאגט, אז ווען די מח איז אויף שלאפט די פיפיק, וכן להיפוך. הגם די ווארט איז אויף תאוה, איז אבער ה"ה אהבה.
אהבה זה ממש ההיפך זה מעורר המוחין זה מביא לגדלות המוחין אוהבה כגופו זה לא ענין שכתוב בספרי חסידות , אז מען רעדט שוין קענסטו מיר מסביר זיין וואס איז אהבת השם איז דאס א אנדערע מין אהבה פון וואס מיר פילען כאילו אזא רוחנית דיג אהבה ?
איז בכלל דא עטליכע סארט אהבות?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 28, 2023 11:57 pm
דורך הקטן
yesiknow האט געשריבן:
דיין כנגדו האט דיך שוין אמאל געטקסט ראמאנטישע ענינים אין מיטען ארבייט, דיין עזר מאכט דיך פילען דעט יו אר ספעשעל אין ווערי האט...
איך בין נייגעריג אויב די וואס טעקסטען "ראמאנטישע ענינים" טרעפט זיך ווייניגער זיי זאלן טשידען מיט פרעמדע וואו די וואס טקעסטען נישט?
מיין פילינג איז, א גרויס חלק פין אזאלכע ראמאטינשע טעקסט האט אזויפיל מיט עכטע אהבה וואו זינגען "איי לאוו יא האשעם" ביי א קום-זיטץ מיט פארגלייזטע אויגן
אדער זיך שאקלען ביים רבינס טיש אויף יה אכסוף - אן קיין שום קאמיטמענט
yesiknow האט געשריבן:
איז בכלל דא עטליכע סארט אהבות?
איך מיין אז יא
די חילוק פין איין סארט אהבה צי די אנדערע איז מער וואו נאר quality and quantity
נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 8:46 am
דורך קידוש
צ'ק.
טיטאניק איז די ערשטע מאווי וואס כ'האב געוואטשט,
איך האב באמת פארגאסען טרערען בשעת'ן וואטשען,
מיין הארץ האט מיך געריסען איבער די ליבע אין ראמענס וואס איז געווארען צוגעגנבט פון מיר אין די ערשטע יארען פאר/ נאכען חתונה בלא ידיעה,
עס איז א מעסטערפיעס
אדרבה איינער קען רעקאמענדעם אן ענדליכע מאווי
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2023 12:28 pm
דורך מי אני
1D0FAD02-9CEB-4FFE-8622-A07609A1BF3E.jpeg
מישעל דע מאַנטעין.
ער איז דאך אבער געווען א פילאזאף. ולכן, הגם ער האט חתונה געהאט, איז דאך ידוע מש״כ ניטשע אודות הייראטן…
ובכלל, עיין מ
כאן ולהלן. וג״כ מ
כאן ולהלן. וג״כ מ
כאן ולהלן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2023 1:58 pm
דורך שמן למאור
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:17 pm
דורך yesiknow
קידוש האט געשריבן:צ'ק.
טיטאניק איז די ערשטע מאווי וואס כ'האב געוואטשט,
איך האב באמת פארגאסען טרערען בשעת'ן וואטשען,
מיין הארץ האט מיך געריסען איבער די ליבע אין ראמענס וואס איז געווארען צוגעגנבט פון מיר אין די ערשטע יארען פאר/ נאכען חתונה בלא ידיעה,
עס איז א מעסטערפיעס
אדרבה איינער קען רעקאמענדעם אן ענדליכע מאווי
ווער האט עס צוגעגנבעט פון דיר שעפעלע?
וואספארא ראמאנס איז דא פאר די חתונה? מיט וועהם געב צו פארשטיין?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 9:09 am
דורך Visionary
yesiknow האט געשריבן:קידוש האט געשריבן:צ'ק.
טיטאניק איז די ערשטע מאווי וואס כ'האב געוואטשט,
איך האב באמת פארגאסען טרערען בשעת'ן וואטשען,
מיין הארץ האט מיך געריסען איבער די ליבע אין ראמענס וואס איז געווארען צוגעגנבט פון מיר אין די ערשטע יארען פאר/ נאכען חתונה בלא ידיעה,
עס איז א מעסטערפיעס
אדרבה איינער קען רעקאמענדעם אן ענדליכע מאווי
ווער האט עס צוגעגנבעט פון דיר שעפעלע?
וואספארא ראמאנס איז דא פאר די חתונה? מיט וועהם געב צו פארשטיין?
איך מיין אז מען מישט דא אויס ליבשאפט מיט ראמענס. די מאדערענע וועלט לערנט אפ ליבשאפט "לאוו עט פורסט סייט", אבער דאס איז קאנדישאנאל לאוו וואס איז געבויעט אויף ראמענס פורסט. אנקאנדישענעל לאוו איז א זאך וואס קומט מיט ארבייטן און אויף בויען אן עכטע ליבשאפט מיט א טיעפקייט וואס א"א לתאר ולשאר אויף פאפיר די קוואלעטי פון די לאוו ענד ראמענס ווען מען קומט אן צו די לעוועל. די ראמאנס און הנאה וואס קומט ווען מען האט אויף געבויעט אן עכטע ליבשאפט דאס האט מען דיר נישט צו גענומען, עס איז אין דיין הענט עס אויפצובויען. אוודאי דארף די פארפאלק שטימן און זיין אן די סעם פעישז, אבער אויב איז מען אויף די סעים פעיזש דעמאלסט קען מען ריעטשען גאר הויעכע הייטס פון ריעל לאוו, ראמענס, אינטעמעסי, און הנאה האבן אפילו ע"פ דרך התורה.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 9:14 am
דורך yesiknow
אפילו עפ דרך התורה?
זהו התורה בעצמו אולי רק עפ התורה
ישקני מנשיקות פיהו על משכבי בלילות וכו'
די זאגסט מוראדיגע ווערטער איך האף אז די האסט זוכה געוועהן צו לעבען אזוי, בי וועל.
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 10:18 am
דורך שמן למאור
איינער קומט אריין אויף אייוועלט מיט א לענגערע באריכט איבער זיין
קראש מעשה...