בלאט 2 פון 3
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 1:05 am
דורך שמעון וואלף
שמן למאור האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:הערליך באשריבן, און וויטאגליך ביז גאר אז אזוי האבן זיך אויפגעפירט אונזער ברידערס, הלוואי וואלט מען געזאגט אויף דע מעשיות אז סע איז אויך א גוזמא, ווי מען זאגט אויף אומפארשטענבארע שטיקלך גמרא, סידאך אבער קלארע פסוקים אין נ"ך..
איין שטיקל קריטיג האב איך יא פאר דעם מייסטער שרייבער, אז די שטיקל ווי דו מאכסט דאס גענאר פון אונזער גאט, עקלט מיר ביז גאר. א שטייגער ווי.
"(אבער די ערשטע צוויי טעג האט די אייבישטער נאר געזאגט אז מען זאל ארויסגיין אין מלחמה, אבער ער האט נישט געזאגט אז מען גייט געווינען! יומא דף עג: ...; הא הא, חוזק.. !Fooled you! Fooled you)"
אז די מעשה שטערט דיר אזוי שטארק, זע איך נישט פארוואס דו קענסט נישט זאגן אויף דעם אויך אז ס'נישט ממש געשען, ס'נאר א גוזמא, וכדומה. פארוואס קען מען עס נאר זאגן אויף די גמרא? די רמב"ם זאגט טאקע אויפן מעשה אין 'חומש' ווי בלעם'ס אייזל האט גערעדט, אז דאס איז נאר א משל. אויף ספר יונה איז אויך דא וואס זאגן אז ס'איז א משל אדער א חלום. איך זע נישט פארוואס מען קען נישט לערנען אז עס איז אלעס משלים ארויסצוברענגען א געוויסע מוסר השכל. שערי תירוצים לא ננעלו...
בנוגע דיינע קריטיק וועל איך דיר זאגן אזוי. איך מאך ח"ו נישט דאס גענאר פון גאט, אדרבה איך ברענג ארויס ווי גאט האט געמאכט דאס גענאר פון אונז...
די שרייבסט אבער פון באשעפער כאילו מ'רעדט פון א פראסטע בשר ודם.
דיין געשרייבאכץ וואלט גארנישט שוואכער געווען ווען די לאזט אויס די שטיקלעך
Re: פילגש בגבעה - א בלוטיגע אידישע בירגער קריג
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 1:30 am
דורך צוזאמגעדרייט
ער האט נישט געמאכט קיין לצנות פון באשעפער, ער האט נאר געזאגט אז דער באשעפער האט געמאכט לצנות פון אונז אידן.
דער באשעפער האט אויך געמאכט לצנות פון די מצרים ביי די צען מכות. ווען עס קומט צו אונז הייבסטו אן צו ווערן בייעס, דו שפירסט זיך געטראפן. דיין פראבלעם איז נישט אז דער באשעפער מאכט לצנות פון געוויסע מענטשן, ווייל ביי די מצרים ביסטו דאך מודה אז דער אייבישטער האט געמאכט לצנות, דיין פראבלעם איז בסך הכול אז מ'האט געמאכט לצנות פון דיינע זיידעס.
לויט וויאזוי זיי האבן זיך אויפגעפירט איז לצנות היפש א קילע עונש.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 2:59 am
דורך שמן למאור
שמעון וואלף האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:
איך מאך ח"ו נישט דאס גענאר פון גאט, אדרבה איך ברענג ארויס ווי גאט האט געמאכט דאס גענאר פון אונז...
די שרייבסט אבער פון באשעפער כאילו מ'רעדט פון א פראסטע בשר ודם.
די תורה ברענגט אויך אסאך מאל פסקים וואס עס זעט אויס דערפון ווי מען איז מגשם גאט. א שטייגער ווי וחרה אף השם בכם, עיני ה' אלוקיך בה, וכ' וכ'. פארשטייט זיך אז ס'איז נאר לשבר את האוזן, און מיינט נישט חלילה מגשם צו זיין די באשעפער.
דא איז עס אויך נישט חלילה צו מגשם זיין גאט, ס'איז נאר לשבר את האוזן.
(זעט אויס אז ביי טייל מיט א שׂי"ן און ביי טייל מיט א שׁי"ן

)
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 9:24 am
דורך סמבטיון
שמן זיסער, דו פארשטייסט זייער גוט וואס די הערה איז, מען רעד נישט אזוי אויף אוזנזער מלך מלכי המלכים, און ווי שמעון וואלף האט ערווענט, דיין שרייבעריי איז א פלעזשער צו ליינען און שפאנענד ביז גאר באגסן מיט הערליכע מליצות און עס וועט גארנישט אוועק נעמען פון די קוואליטעט ווען די לאזט אויס די פאר לינקע שטיקלך, כאולי מען רעד דא פון א טייוול וואס זיכט אויסצוראטן זיין פאלק ח"ו, יאלא, נעקסט כקען קוים ווארטן פאר די נעקסטע קאפיטל.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 12:07 pm
דורך שמן למאור
אנימאציע ווערסיע.
ווארענונג!! ס'איז נישט געמאכט פאר ווער עס קען נישט פארנעמען קיין ליצנות אדער (הנקרא אצלינו) כפירה!
https://youtu.be/qsqTO6lq99c
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 12:25 pm
דורך מי ימצא
שמן למאור האט געשריבן:אנימאציע ווערסיע.
ווארענונג!! ס'איז נישט געמאכט פאר ווער עס קען נישט פארנעמען קיין ליצנות אדער (הנקרא אצלינו) כפירה!
https://youtu.be/qsqTO6lq99c
( אדער שוואכע הערצער.)
צוריק צום ענין, סאיז מורא'דיג ווי זיי לייגן עס אראפ, אזוי לעבעדיג, און מיט מקורות. @ שמן למאור, צל'ש ווי גוט דו האסט באשריבן, און אויסגעארבעט, אזא ארטיקל. סך הכול האסטו איבערגעטייטשט די פסוקים, מה כל הרעש?
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 12:53 pm
דורך צפת
איינער קען עס כשר'ן, איך זאל עס קענען זען? (איך קען נישט זען יוטוב.)
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 12:58 pm
דורך שמן למאור
צפת האט געשריבן:איינער קען עס כשר'ן, איך זאל עס קענען זען? (איך קען נישט זען יוטוב.)
אז דו האטס נישט קיין יוטוב דאן איז עס נישט פאר דיר...
מען בלאקט יוטוב טאקע נישט צו קענען זען אזעלכע ווידיאוס.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 1:02 pm
דורך מי ימצא
שמן למאור האט געשריבן:צפת האט געשריבן:איינער קען עס כשר'ן, איך זאל עס קענען זען? (איך קען נישט זען יוטוב.)
אז דו האטס נישט קיין יוטוב דאן איז עס נישט פאר דיר...
מען בלאקט יוטוב טאקע נישט צו קענען זען אזעלכע ווידיאוס.
אפשר האט מען אים געבלאקט יוטוב?!
@שמן, ביסט נישט גערעכט. אז איינער וויל קענען עפעס, טאר מען נישט פארקלאפן.
וואס שטערט דיך, אז די סיסטעם ווען צום סוף אונטערגיין?
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 1:04 pm
דורך מתבודד
איינער וואס ליינט קאווע שטיבל אבער בלאקט יוטיוב איז עס געווענליך ווייל ס'גנב'עט אים צופיל צייט, גארנישט מיט פרומקייט צוטון.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 1:20 pm
דורך שמן למאור
בסדר, כ'ווייס אבער נישט קיין אנדערע וועג וויאזוי ארויפצושטעלן א יוטוב ווידיאו חוץ שטעלן א לינק.
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:54 am
דורך דאס איז נישט מיך
איך האב דארעך געליינט ביידע ארטיקלען סיי פון די שופט שמשון הגיבור, און סיי די מעשה פון פלגש בגבעה, איך האב שוין געהאט געהערט פון ביידע,
מיינע הערות אויפן שרייבעריי וועל איך נישט שרייבן דא ווי פארשטענדליך, הגם די עצם שרייבעריי איז זייער שיין אראפּגעלייגט מיט א געשמאק צום ליינען,
נאר וואס א חלק עולם איז געווען סופרייז פארשטיי איך נישט, יענע צייטן האבן אויסגעקוקט אנדערש ווי היינט, סיי די אלגעמיינע וועלט, און סיי להבדיל די אידישע וועלט, די גאנצע קולטור איז געווען אנדערש, די גרויסע באשעפער וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט האט אויסגעשטעלט יעדע דור און יעדע תקופה ווי אזוי ס'זאל זיך פירן, וואס זאל הייסן נארמאל און וואס זאל הייסן ערליך ולהפיך,
ווער עס לערנט אמאל נ''ך זעהט אז ס'איז בכלל נישט צי פארשטיין, די אייבערשטער האט אריינגעברענגט די אידען אין א''י ווי די אידן זענען געווען בערך 800 יאר ביז מ'האט זיי פארטריבן, רוב פון די יארן האט רוב כלל ישראל געדינט עבו''ז, יא געדינט עץ ואבן, אזאך וואס איז נישט מעגליך היינט צי פארשטיין, אבער פאר אזוי פיל יאר נישט צוואנציג און נישט הונדערט, אכט הונדערט יאר, סתם געדינט עץ ואבן ה''י,
אז רוב כלל ישראל די עשרת השבטים וואס זענען געווען אונטער די מלכי ישראל (וואס איך מיין אלע אויב נישט כמעט , זענען ליידער געווען עובדי עבו''ז) האבן נישט געמעגט גיין עולה רגל זיין בשלש רגלים צי די הייליגע בית המקדש, ווייל ירעבם בן נבט האט געשטעלט שומרים קיינעם נישט צי לאזען, און אנשטאט דעם אויפגעשטעלט צוויי עגלי זהב רח''ל, וואס זענען געשטאנען ביז מ'האט פארטריבן די עשרת השבטים,
די הריגות זענען געווען שרעקלעך, אז די בלוט פון זכריה הנביא האט געקאכט אין בית המקדש פאר איבער צוויי הונדערט יאר (אויב איך געדענק גוט), ווייל מ'האט אים געהארגט שלא כדין, מ'האט געזען אין בית המקדש ניסים ונפלאות יעדען טאג, און דאך האט מען באותו מקום קדוש געקענט טון די ערגסטע עבירות,
די גאנצע זמן דערמאלטס איז געווען א אנדערע בחינה ווי מיר קוקען אהן די וועלט, און פארשטייט זיך אז מ'קען גארנישט ארויסנעמען אויף אונז נאך דעם ווי די רבש''ע האט אויסגעשטעלט אונזער דור אנדערש, אחוץ וואס חז''ל זאגען אונז צי טוהן
ויה''ר שלא יצא מוכשול מתחת ידי
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:24 pm
דורך סמבטיון
איך הייב אן צו פארשטיין פארוואס מען האט נישט געלערנט קיין נ"ך ביי אונזערע קרייזן, איך בין געגאנגן פריגן א ערליכע יוד , זאגט ער מיר קענסט עס לערנען אבער נאר מיט מפרשי חז"ל.
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:39 pm
דורך שמן למאור
סמבטיון האט געשריבן:איך הייב אן צו פארשטיין פארוואס מען האט נישט געלערנט קיין נ"ך ביי אונזערע קרייזן, איך בין געגאנגן פריגן א ערליכע יוד , זאגט ער מיר קענסט עס לערנען אבער נאר מיט מפרשי חז"ל.
גערעכט. אלס קינד האב איך געמיינט אז די סיבה פארוואס מען האט נישט געלערנט קיין נ"ך ביי אונז, איז וועגן די זעלבע סיבה פארוואס מען לערנט נישט קיין דוקדוק, פשוט ווייל דאס האבן די משכלים גענומען אלס זייער זאך, און דערפאר האבן אונז זיך דערווייטערט דערפון. אבער איך מיין אז ס'נישט ממש אזוי, מען האט זיך סתם אזוי אפגעהאלטן פון לערנען נ"ך טאקע וועגן די פראבלעמען וואס עס טראגט מיט זיך לכשעצמו, און טאקע וועגן דעם האבן זיך די משכילים גענומען דערצו.
למעשה אויב גייסטו עס לערנען מיט מפרשי חז"ל, זאלסטו עס אויך נאר לערנען מיט די מפרשים פון שפעטער. לערנען חז"ל אליין קען אויך זיין א סכנה.
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:45 pm
דורך מצפצף
סמבטיון האט געשריבן:איך הייב אן צו פארשטיין פארוואס מען האט נישט געלערנט קיין נ"ך ביי אונזערע קרייזן, איך בין געגאנגן פריגן א ערליכע יוד , זאגט ער מיר קענסט עס לערנען אבער נאר מיט מפרשי חז"ל.
אי משום הא וואלט מען חומש אויך נישט געטארט לערנען.
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2023 12:58 am
דורך דוד שריפטליך
ביי אונז אין חדר האט מען גראדע יא געלערנט תנ"ך סא וועלעכע חסידים האט מען נישט געלערנט נ"ך?
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2023 8:14 pm
דורך יאסל ראקאווער
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:איך האב דארעך געליינט ביידע ארטיקלען סיי פון די שופט שמשון הגיבור, און סיי די מעשה פון פלגש בגבעה, איך האב שוין געהאט געהערט פון ביידע,
מיינע הערות אויפן שרייבעריי וועל איך נישט שרייבן דא ווי פארשטענדליך, הגם די עצם שרייבעריי איז זייער שיין אראפּגעלייגט מיט א געשמאק צום ליינען,
נאר וואס א חלק עולם איז געווען סופרייז פארשטיי איך נישט, יענע צייטן האבן אויסגעקוקט אנדערש ווי היינט, סיי די אלגעמיינע וועלט, און סיי להבדיל די אידישע וועלט, די גאנצע קולטור איז געווען אנדערש, די גרויסע באשעפער וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט האט אויסגעשטעלט יעדע דור און יעדע תקופה ווי אזוי ס'זאל זיך פירן, וואס זאל הייסן נארמאל און וואס זאל הייסן ערליך ולהפיך,
ווער עס לערנט אמאל נ''ך זעהט אז ס'איז בכלל נישט צי פארשטיין, די אייבערשטער האט אריינגעברענגט די אידען אין א''י ווי די אידן זענען געווען בערך 800 יאר ביז מ'האט זיי פארטריבן, רוב פון די יארן האט רוב כלל ישראל געדינט עבו''ז, יא געדינט עץ ואבן, אזאך וואס איז נישט מעגליך היינט צי פארשטיין, אבער פאר אזוי פיל יאר נישט צוואנציג און נישט הונדערט, אכט הונדערט יאר, סתם געדינט עץ ואבן ה''י,
אז רוב כלל ישראל די עשרת השבטים וואס זענען געווען אונטער די מלכי ישראל (וואס איך מיין אלע אויב נישט כמעט , זענען ליידער געווען עובדי עבו''ז) האבן נישט געמעגט גיין עולה רגל זיין בשלש רגלים צי די הייליגע בית המקדש, ווייל ירעבם בן נבט האט געשטעלט שומרים קיינעם נישט צי לאזען, און אנשטאט דעם אויפגעשטעלט צוויי עגלי זהב רח''ל, וואס זענען געשטאנען ביז מ'האט פארטריבן די עשרת השבטים,
די הריגות זענען געווען שרעקלעך, אז די בלוט פון זכריה הנביא האט געקאכט אין בית המקדש פאר איבער צוויי הונדערט יאר (אויב איך געדענק גוט), ווייל מ'האט אים געהארגט שלא כדין, מ'האט געזען אין בית המקדש ניסים ונפלאות יעדען טאג, און דאך האט מען באותו מקום קדוש געקענט טון די ערגסטע עבירות,
די גאנצע זמן דערמאלטס איז געווען א אנדערע בחינה ווי מיר קוקען אהן די וועלט, און פארשטייט זיך אז מ'קען גארנישט ארויסנעמען אויף אונז נאך דעם ווי די רבש''ע האט אויסגעשטעלט אונזער דור אנדערש, אחוץ וואס חז''ל זאגען אונז צי טוהן
ויה''ר שלא יצא מוכשול מתחת ידי
איך האב נישט קיין קלארקייט אויף די שטארקע שאלות פון די פסוקי תנ"ך. ס'איז מיר אויך נישט קיין שאלה אויף מיין הייליגע אמונה. אבער איין זאך, דאס וואס די זאגסט מיט אזא פשטות אלס א defense פאר טראדיציאנאלע חרידי thinking איז די גרעסטע שאלה אויף זייער מהלך המחשבה. דהיינו, פארוואס ווען ס'קומט צו א אויסווארפישע מעשה נעמסטו די מהלך אז מ'פארשטייט נישט יענע צייטען אבער ווען ס'קומט צו אזוינע פלעצער ווי די גמרא לייגט אראפ חמשה עשר באב שידוכים צענע, אדער די פסוק זאגט ויישק יעקב לרחל וכו' וכו' זאגט מען ס'איז נישט פשוט פשט. פארוואס נישט?
סתם אזוי וואונדערט מיר פארוואס די תרי"ג מצוות איז רעלעוואנט אויב ס'איז געגעבן געווארן צו א אנדערע מין בני אדם לויט דיין מהלך.
מיר איז עס בכלל נישט שווער. ווייל אנשטאט זאגן אז די עבירות אין ביהמ"ק איז עפעס וואס איך פארשטיי נישט. זאג איך אז די ניסים ונפלאות איז עפעס וואס מ'פארשטייט נישט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2023 9:17 pm
דורך דאס איז נישט מיך
קיינמאל נישט געוויסט אז די פסוק וישק יעקב לרחל לערענט מען נישט כפשוטו?
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2023 9:30 pm
דורך סקעפטיקער
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:קיינמאל נישט געוויסט אז די פסוק וישק יעקב לרחל לערענט מען נישט כפשוטו?
מ'טייטשט עס, אבער מ'לערנט עס נישט
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2023 9:35 pm
דורך דאס איז נישט מיך
סקעפטיקער האט געשריבן:דאס איז נישט מיך האט געשריבן:קיינמאל נישט געוויסט אז די פסוק וישק יעקב לרחל לערענט מען נישט כפשוטו?
מ'טייטשט עס, אבער מ'לערנט עס נישט
וואס דען איז פשט ?
און וואס איז די פראבלעם אז ער האט איר געקושט ?
(פונקט ווי ער האט געמעגט חתונה האבן מיט צוויי שוועסטער'ס ווייל ס'איז פאר מתן תורה האט ער געמעגט קושן זיין ערשטע קאזין)
Re: פילגש בגבעה - א בלוטיגע אידישע בירגער קריג
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2023 10:15 pm
דורך צוזאמגעדרייט
ֻ
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:42 pm
דורך קהל'ס נער
מען קען זייער פשוט פארענטפערען דעם וישק יעקב לרחל, אז ס'מיינט אז ער האט איר געביסן, אזוי ווי מען טייטשט דעם וישקהו פון עשיו צו יעקב אז ער האט עים געביסן.....
נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:09 am
דורך וואלווי
קהל'ס נער האט געשריבן:מען קען זייער פשוט פארענטפערען דעם וישק יעקב לרחל, אז ס'מיינט אז ער האט איר געביסן, אזוי ווי מען טייטשט דעם וישקהו פון עשיו צו יעקב אז ער האט עים געביסן.....
כאפסט וואס גייט פאר, נאכדעם האט דער אייבערשטער געדארפט מאכן א נס אז רחל'ס האלדז איז געווארן הארט ווי א שטיין