בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 2:42 am
דורך וואלווי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איי זאלן נאר די פרויען האבן נעגל צו וואס ברויכן עס די מענער? א גוטע קשיא!
מ'וואלט געקענט טענה'ן שלא לבייש מי שאין לו, נאר דעמאלטס וואלט שווער געווארן פארוואס די פרויען האבן נישט קיין

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 5:06 am
דורך צקון לחש
וואלווי האט געשריבן:מ'מעג מהרהר זיין א פסוק אין מרחץ?
דו שרייבסט בבדיחותא אבער לעצם הענין מיין איך אז עס תלוי אויב ס'איז דא זוהמא און ביה"כ.
כלומר, אלץ ערוה אויס איז הרהור נישט קיין פראבלעםַ!
עמער ווארטן אויף @מי אני.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 5:42 am
דורך וואלווי
דוד המלך'ס שאוער thought איז געווען זיין מילה.
כמובא בגמ' מנחות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:48 am
דורך הקטן
וואלווי האט געשריבן:מ'וואלט געקענט טענה'ן שלא לבייש מי שאין לו, נאר דעמאלטס וואלט שווער געווארן פארוואס די פרויען האבן נישט קיין
בנוגע פרויען האט דאך סיגמנד פרויד שוין איינגעריסען אז דאס מאכט אן קנאה במעשה בראשית

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 9:44 pm
דורך pseudonym1
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:"סייענטיסטן פרובירן שוין יאָרן צו פאַרשטיין געבן מיט פאַרשידענע תירוצים פאַרוואָס אַ מענטש האָט פינגער אויף די פיס. פינגער קען איך נאָך פאַרשטיין, אָבער וואָס פעלט אויס נעגל אויף די פיס? טראַכט אַ רגע, עס האָט נישט קיין זון!"

כדי די פרויען זאלן קענען קאלירן די נעגל מיט א שיינעם פעדיקיור. איי זאלן נאר די פרויען האבן נעגל צו וואס ברויכן עס די מענער? א גוטע קשיא!
פאר די זעלבע סיבה פארוואס מענער האבן דדים.

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2023 2:08 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
pseudonym1 האט געשריבן: פאר די זעלבע סיבה פארוואס מענער האבן דדים
מיט אזאנע דדים קען מען נישט גיין צום טיש
[emoji1787]

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2023 8:50 pm
דורך מן הסתם
וואלווי האט געשריבן:מ'וואלט געקענט טענה'ן שלא לבייש מי שאין לו, נאר דעמאלטס וואלט שווער געווארן פארוואס די פרויען האבן נישט קיין
אויב מעג איך פרעגן.. פארוואס האט א מאן ניפ*ס אויפן ברוסט קאסטן?

אה! יעצט באמערק איך ווי דערוילעם בארירט שוין דעם ענין. אפשר קען איינער מסביר זיין די צוועק דערפון?

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 11:15 am
דורך צקון לחש
די צוועק איז אפשר דיזיין, קען זיין ס'איז אויך סענסיטיוו צו סטימיולעישאן און קען העלפן צו ס*קסואלע אראוזעל.
למעשה אבער מוז נישט זיין עס האט א צוועק, נעמליך די מענטשליכע גוף ווערט קודם באשאפן אלץ נקבה און נאר נאכדעם ווערט דער זכר א זכר (כך שמעתי).

Re: שאוער מחשבות

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 12:09 pm
דורך צוזאמגעדרייט
צקון לחש האט געשריבן: נעמליך די מענטשליכע גוף ווערט קודם באשאפן אלץ נקבה און נאר נאכדעם ווערט דער זכר א זכר (כך שמעתי).
איך מיין אז דו האסט א טעות. ווי איך האב פארשטאנען איז, פון אנהייב אן ווען דאס זוימען ווערט פאראייניגט מיטן איי, שלאגן זיך [אזוי צו זאגן] די קראמעזאנען אויס, און איין צד געוואונט.

איך האב דאס געהערט בנוגע וויאזוי דער מענטש וועט אויסזעהן, למשל די קאליר האר וכדו'. קען אבער זיין אז ג'ענדער ווערט געפארעמט אויף א צווייטע מאכעניזעם אינגאנצן. אדרבה, אויב איינער קען קלאר מאכן וועט עס זיין עפרישיעטעד.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 1:06 pm
דורך Nanach
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן: נעמליך די מענטשליכע גוף ווערט קודם באשאפן אלץ נקבה און נאר נאכדעם ווערט דער זכר א זכר (כך שמעתי).
איך מיין אז דו האסט א טעות. ווי איך האב פארשטאנען איז, פון אנהייב אן ווען דאס זוימען ווערט פאראייניגט מיטן איי, שלאגן זיך [אזוי צו זאגן] די קראמעזאנען אויס, און איין צד געוואונט.

איך האב דאס געהערט בנוגע וויאזוי דער מענטש וועט אויסזעהן, למשל די קאליר האר וכדו'. קען אבער זיין אז ג'ענדער ווערט געפארעמט אויף א צווייטע מאכעניזעם אינגאנצן. אדרבה, אויב איינער קען קלאר מאכן וועט עס זיין עפרישיעטעד.
דאס איז נישט לגבי גענדער, גענדער איז אוועק געשטעלט פון דיערשטע מינוט xy אדער xx

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 2:20 pm
דורך מי אני
ווי דר. מערי דזשעין שׁעפרי שרייבט:
Geneticists have discovered that all human embryos start life as females, as do all embryos of mammals. About the 2nd month the fetal tests elaborate enough androgens to offset the maternal estrogens and maleness develops
און זיי:
all developing embryos become feminized unless masculinizing influences come into play at key times during gestation
דא טוהן זיי דאס דורך און ברענגען אלס א ראיה די דדי איש. און זיי ברענגען צו פון דר. ריטשערד בּריבּיעסאס:
nipples are formed very early during embryotic development. Post-pregnancy, women produce hormones like prolactin and oxytocin that allow their nipples to fulfill their purpose — to produce milk. Without production of these hormones, men don’t lactate, although they definitely could in the presence of these important hormones
(ואולי קען מען מיט דעם עפעס טייטשן דאס וואס די גמרא זאגט בברכות ס. אז הזכר יוסף נתהפך להנקיבה דינה במעי לאה ע״ש. והיינו, ״צוריק״ צו א נקיבה.)

ועיין ברמ״א ביו״ד סימן פז סעיף ו אודות חלב זכר לגבי בשר בחלב. וע״ש בש״ך ס״ק טז בחילוק בזה בין חלב זכר של אדם וחלב זכר של בהמה ע״ש.

וידוע הגמרא בשבת נג: און דאס קען זיין א רמז אין די געדאנק וואס אביי זאגט דארט דערויף ״שנשתנו לו סדרי בראשית״, והיינו אז ער איז צוריקגעגאנגען צו וויאזוי די עמבּריאוֺ הייבט זיך אָן בראשיתה. ובענינא דיומא טרעפט מען דאס אויך ביי מרדכי (ילקו״ש אסתר סימן תתרנג) אז מרדכי האט מניק געווען אסתר ע״ש.

Re: שאוער מחשבות

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 4:20 pm
דורך צוזאמגעדרייט
-בא'חן'טע מאה שערים קינדערלעך. וווואאאססס? בא'חן'ט? מאקסימום קאנטאקט וואס איר ווילט מיט זיי האבן איז א נוי סוכה בילד. ווייסטו וואס, לאמיר אייך געבן א ווארימע ברכה: דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלסט געבוירן א סטאדע בא'חן'טע מאה שערים קינדערלעך. נו זאג אמן, איך הער נישט!

Re: שאוער מחשבות

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 1:34 pm
דורך צוזאמגעדרייט
-ווען איך פליק א שפין און ער פליהט א זיבן אכט פיס ווייט, ווייסט ער ווי ער איז? דאס מיינט אז ער דארף אנהויבן זוכן א היים פון דאס ניי?

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:24 pm
דורך אבטח ולא אפחד
פ"וו מאכט מען נישט דעם זייף-באר מיט אזוינע שקיעות ובליטות חריצין ונעיצין אז ס"זאל זעך מיר נישט ארויסגליטשן כסדר?

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 3:07 pm
דורך [NAMELESS]
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:פ"וו מאכט מען נישט דעם זייף-באר מיט אזוינע שקיעות ובליטות חריצין ונעיצין אז ס"זאל זעך מיר נישט ארויסגליטשן כסדר?
עס ווערט נאס און נאכדעם פלאך.

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 4:03 pm
דורך צוויבל קניפער
כפתור האט געשריבן:"אָבער וואָס פעלט אויס נעגל אויף די פיס?"
האלאו, וויאזוי פלאנסטו צו קראצן דיין פוס און מיטן שומענעסרע?
די אמת'ע סיבה איז פאר די ביינער אין פוס צו האבן א הארטערע באשיצונג ווי נאָר די הויט און ווייל עס איז דא אסאך סענסיטיווע נערוון ביי די שפּיץ פינגער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 5:18 pm
דורך פאליטיקאנט
פארוואס איז דא סענסיטיווע נערוון דארט...

נשלח: זונטאג מאי 28, 2023 3:51 am
דורך שמעקעדיג
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:-בא'חן'טע מאה שערים קינדערלעך. וווואאאססס? בא'חן'ט? מאקסימום קאנטאקט וואס איר ווילט מיט זיי האבן איז א נוי סוכה בילד. ווייסטו וואס, לאמיר אייך געבן א ווארימע ברכה: דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלסט געבוירן א סטאדע בא'חן'טע מאה שערים קינדערלעך. נו זאג אמן, איך הער נישט!
פארשטיי איך נישט דעם צוזאמשטעל.

שטעל זיך פאר איינער זאגט דיר אז א "פאפי" (puppy) איז זייער קיוט. וועסטו יענעם אויך געבן א ברכה אז ער זאל געבוירן א סטאדע פאפי'ס?

חן מיינט נישט אז איך וויל יענץ האבן אדער געבוירן. חן מיינט אז עס איז זיס, קיוט.

Re: שאוער מחשבות

נשלח: זונטאג מאי 28, 2023 11:05 am
דורך טמיר
די ענטפערס אין די אשכול זענען אויך פרודעצירט אין שאוער, אדער נאר די שאלות?

Re: שאוער מחשבות

נשלח: זונטאג מאי 28, 2023 11:35 am
דורך טמיר
וואס איז די בושה צי זיין קראנק? און איז דאס א היימישע קרענק, אדער אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך אזוי?

לכאורה איז די ביאור, א מענטש האט נישט ליב צי ווערן באטראכט ווי א שוואכלינג, דוגמת צי ארימקייט וואס מענטשן שעמען זיך מיט. אבער עס איז נישט דומה, עניות (הגם אז "לא לחכמים לחם" וכן להיפך, דאך איז דא א מקום צי) קען מען זאגן אז ער איז נישט אזוי קליג / טויגליך, אבער געזונט איז דאך נישט עפעס וואס האט מיט א מענטשנ'ס מעלות אדער חסרונות בעצם. טא וואס איז די בושה?

נשלח: זונטאג מאי 28, 2023 9:46 pm
דורך וואלווי
טמיר האט געשריבן:וואס איז די בושה צי זיין קראנק? און איז דאס א היימישע קרענק, אדער אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך אזוי?

לכאורה איז די ביאור, א מענטש האט נישט ליב צי ווערן באטראכט ווי א שוואכלינג, דוגמת צי ארימקייט וואס מענטשן שעמען זיך מיט. אבער עס איז נישט דומה, עניות (הגם אז "לא לחכמים לחם" וכן להיפך, דאך איז דא א מקום צי) קען מען זאגן אז ער איז נישט אזוי קליג / טויגליך, אבער געזונט איז דאך נישט עפעס וואס האט מיט א מענטשנ'ס מעלות אדער חסרונות בעצם. טא וואס איז די בושה?
לכאורה א תולדה דתולדה פון די fear פון טויט. קודם אלס די עצם קרענק, ס'מאכט די מענטש aware פון זיין וואלנרבליטי אקעגן אנדערע מענטשן וואס איז נישט באטעמט. דערנאך די כלליות'דיגע בושה, א יעדע זאך וואס א מענטש געפינט זיך מעסטן די בושות, קומט פון די inferior געפול ווען ער טויג נישט אדער האט נישט, לויט ווי די סטנדארד פון norm איז. דאס באשאפט א פחד פון ארויספאלען און struggle for survival וואס די עקסטרים איז טויט, וואס דאס מיינט מער נישט האבן א לעבן פון norm און equal צו א יעדען.

Re: שאוער מחשבות

נשלח: זונטאג מאי 28, 2023 11:01 pm

מענטשן האבן מורא פון וואלנערעביליטי, כאילו זיי זענען שוואך, און אז עס גייט אפעקטן זייער רילעישאנשיפס. בקיצור מענטשן פרובירן זיך אהערצושטעלן פערפעקט און עפעס וואס טוט אנדייטן אז נישט שעמט מען זיך מיט דעם.

די אמת איז אבער פונקט פארקערט, איינער וואס איז באקוועם מיט וואלנערעביליטי איז שטארק געזונט און אמת מיט זיך און גלייבט אז ער איז ווערט, וואס ברענגט שטערקער רילעישענשיפס!

ויש להאריך.

Re: שאוער מחשבות

נשלח: זונטאג מאי 28, 2023 11:08 pm
דורך טמיר
וואלווי האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:וואס איז די בושה צי זיין קראנק? און איז דאס א היימישע קרענק, אדער אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך אזוי?

לכאורה איז די ביאור, א מענטש האט נישט ליב צי ווערן באטראכט ווי א שוואכלינג, דוגמת צי ארימקייט וואס מענטשן שעמען זיך מיט. אבער עס איז נישט דומה, עניות (הגם אז "לא לחכמים לחם" וכן להיפך, דאך איז דא א מקום צי) קען מען זאגן אז ער איז נישט אזוי קליג / טויגליך, אבער געזונט איז דאך נישט עפעס וואס האט מיט א מענטשנ'ס מעלות אדער חסרונות בעצם. טא וואס איז די בושה?
לכאורה א תולדה דתולדה פון די fear פון טויט. קודם אלס די עצם קרענק, ס'מאכט די מענטש aware פון זיין וואלנרבליטי אקעגן אנדערע מענטשן וואס איז נישט באטעמט. דערנאך די כלליות'דיגע בושה, א יעדע זאך וואס א מענטש געפינט זיך מעסטן די בושות, קומט פון די inferior געפול ווען ער טויג נישט אדער האט נישט, לויט ווי די סטנדארד פון norm איז. דאס באשאפט א פחד פון ארויספאלען און struggle for survival וואס די עקסטרים איז טויט, וואס דאס מיינט מער נישט האבן א לעבן פון norm און equal צו א יעדען.
די רעדסט פון "פחד", וואס איז פארשטענדליך. אבער וואס איז די בושה?

ווייטער די בושה פון נישט "האבן", על דא אנו דנים! און וואס דו דערמאנבט די בושה פון נישט טויגן, ווי קומט עס אריין דא?