בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:49 pm
דורך זר זהב
משה רוקח האט געשריבן:איך וואלט ענדערש געגאנגען קיין סיראקיוז אדער ערגעץ אין אפסטעיט ניו יארק ווי איידער מאנראוי.
נו אפשר גיימיר!
ס'דא א חב"ד הויז.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:51 pm
דורך שמואל הלוי
זר; וואס פעלט דיר דארט אויף די שווייצע בערג?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:52 pm
דורך זר זהב
!!Its boring here
.for a visit its good but not to live here
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:55 pm
דורך kliger
how about in main or california
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:25 pm
דורך גאלד
האט שוין איינער אמאל אריינגעטראכט און זיך מצייר געווען וואס וואלט געשען אויב מ'זאל פון איין טאג אויפן אנדערן אפהאקן סעקשן 8 פון יעדען איינעם,
ממש א רעוועלוציע וואס מ'קען זיך נישט מצייר זיין,
לכה"פ 80 פראצענט אידן וועלן נישט קענען עפארדן די הויך רענט,
רענט וועט טראסקען עד לעפר,
די ווערד פון הייזער וועלן אטאטמאטיש טראסקן אומגלויבליך,
האלב וומ"ב וועט גיין גראד גיין פאר קלאוזשער,
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:32 pm
דורך שמואל הלוי
גאלד האט געשריבן:לכה"פ 80 פראצענט אידן וועלן נישט קענען עפארדן די הויך רענט,
רענט וועט טראסקען עד לעפר
די צוויי שורות שטימען נישט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:16 pm
דורך גאלד
חסורי מחסרא והכי קתני
לכה"פ 80 פראצענט אידן וועלן נישט קענען עפארדן די יעצטיגע הויך רענט,
ממילא וועט רענט מוזן טראסקען עד לעפר
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:43 pm
דורך געפילטע פיש
איך יער פאר דעם טאג ווען די פראגראמען וועלן פארוואנדעלט ווערן אין קורץ טערמיניגע הילף זיך צו שטעלען אויף די פיס, אבער דאס לעבן כל ימי חייו אויפן שטייער צאלענדערס חשבון זאל שוין אויפהערן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:10 am
דורך שמעקעדיג
יער?
בקיצור, א הייסער רעפובליקאנער!
סיי ווי אזוי, איז עס נישט מער ווי גערעכט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:50 am
דורך טראכט
עס איז געווען א שטיק צייט צירוק א אינטערוויא אויף קול מבשר מיט עטליכע אידן פין עטליכע געגענטער וואס האבן זיך אוועקגעצויגן פין די שטארק באוואוינטע אידישע געגענטער ווי די רענט איז זייער הויעך, און האבן זיך געצויגן צו א נייע יושב ווי די רענט איז אסאך ביליגער, פין ניו יארק האבן זיי דאכט זיך אינטערוויאירט צוויי אידן איינער פין אפסטעיט ניו יארק (מאנטיסעלא געגענט) און דער צווייטער איז געווען שמעון ראלניצקי וואס זאגט אז ער האט זיך אוועקגעצויגן פין מאנסי און זיך געצויגן צו א געגנט הארט נעבן מאנסי, עס ריפט זיך די טשעסנאט רידזש געגענט, טאקע נישט אין מאנסי, אבער עס איז דאך ממש נעבן מאנסי, סאו די עולם דארט טוט בענעפעטירן צוויי מאל, איינמאל די כרפס... אפס פארפארן... מען בענעפיטירט פין די ביליגע רענט און די זעלבע צייט דארף מען נישט האבן די דאגה וועגן מוסדות פאר די קינדער און כשר'ע געשעפטן א.ד.ג.
סאו פשטות דארף דארט אויסקומען די בעסטע פלאץ פאר א היימישע איד וואס זיכט "ביליג אין ניו יארק".
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:13 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:יער?
בקיצור, א הייסער רעפובליקאנער!
סיי ווי אזוי, איז עס נישט מער ווי גערעכט.
רעפאבליקאנער? איך פאררוף מיך נישט אויף קיין פארטיי, און אין סאשעל אישוס בין איך ווייט פון ריפאבליקען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:14 am
דורך Espresso
טשעסט נאט רידז' איז שוין היינט נישט אסאך ביליגער ווי מאנסי.