בלאט 2 פון 5

נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 8:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קרן זוית האט געשריבן:א איש וואס איז קוואליפיצירט און באהאווענט צו מדריך זיין אידן את המעשה אשר יעשון.
קוואליפיצירט מדריך צו זיין זענען ביידע נישט, נישט די קינדער און נישט די סגפנים (נאך איך :D ), קוק אבער אויף די פראדוקטן וועסטו זעהן אז די וואס זענען אויפגעוואקסן אין א קהילה וואו א סטאבילער מענטש מיט א גאלדענעם בעקיטשע און שיינע שטריימל זיצט אויבנאן זענען געווענליך מער down to earth, זענען מער מצליח אין ביזנעס, און ענדשויען מער זייער לעבן בכלליות. משא"כ די וואס וואקסן אויף ביי די אומסטאבילע סגפנים זאל נישט אויסגערעדט זיין, האבן נישט דעם וועלט און אוודאי נישט יענע וועלט.

נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 8:28 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:א איש וואס איז קוואליפיצירט און באהאווענט צו מדריך זיין אידן את המעשה אשר יעשון.
קוואליפיצירט מדריך צו זיין זענען ביידע נישט, נישט די קינדער און נישט די סגפנים (נאך איך :D ), קוק אבער אויף די פראדוקן וועסטו זעהן אז די וואס זענען אויפגעוואקסן אין א קהילה וואו א סטאבילער מענטש מיט א גאלדענעם בעקיטשע און שיינע שטריימל זיצט אויבנאן זענען געווענליך מער down to earth, זענען מער מצליח אין ביזנעס, און ענדשויען מער זייער לעבן בכלליות. משא"כ די וואס וואקסן אויף ביי די אומסטאבילע סגפנים זאל נישט אויסגערעדט זיין, האבן נישט דעם וועלט און אוודאי נישט יענע וועלט.
קיינער וועלט זיך נישט אויס אויפצואוואקסן ביי די סגפנים, געווענליך איז עס אן אייגענער באשלוס, ע״ע תלמידי ר׳ צבי מאיר מארגנשעכטער וכו׳

נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 8:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יהורם האט געשריבן:קיינער וועלט זיך נישט אויס אויפצואוואקסן ביי די סגפנים, געווענליך איז עס אן אייגענער באשלוס, ע״ע תלמידי ר׳ צבי מאיר מארגנשעכטער וכו׳
מארגנשטערן האלט נאכנישט ביים צווייטן דור, צבי מאיר האלט שוין טיעף אינמיטן און מ'זעהט שוין די זויערע פירות, און וואס איז מיט ר' מאטל זילבער? אין מיינע צייטן האט ער שוין געהאלטן ביים דריטן דור...

נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 8:33 pm
דורך מתבודד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:א איש וואס איז קוואליפיצירט און באהאווענט צו מדריך זיין אידן את המעשה אשר יעשון.
קוואליפיצירט מדריך צו זיין זענען ביידע נישט, נישט די קינדער און נישט די סגפנים (נאך איך :D ), קוק אבער אויף די פראדוקן וועסטו זעהן אז די וואס זענען אויפגעוואקסן אין א קהילה וואו א סטאבילער מענטש מיט א גאלדענעם בעקיטשע און שיינע שטריימל זיצט אויבנאן זענען געווענליך מער down to earth, זענען מער מצליח אין ביזנעס, און ענדשויען מער זייער לעבן בכלליות. משא"כ די וואס וואקסן אויף ביי די אומסטאבילע סגפנים זאל נישט אויסגערעדט זיין, האבן נישט דעם וועלט און אוודאי נישט יענע וועלט.
ביסט דאך אזא לץ. ווערט קומט אן צו די אלע משפיעים (סגפנים כלשונך)? די זענען דאך נאר אזעלכע וואס פאלן ארויס פון די סיסטעמאטישע גאלדענע בעקישע פירערשאפט!

נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 8:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואס הייסט ארויסגעפאלן פונעם סיסטעם? ווען דו האסט זיך געדרייט ביי די כהניסטן ביזטו אויך געווען "ארויסגעפאלן"? האק נישט אין טשייניק, די וואס פאלן ארויס פון די סיסטעם גייען צו אנדערע סארטן משפיעים, א שטייגער ווי דשאו ראוגען און סעם הערריס, פארקערט, די וואס בלייבן יא אינעם סיסטעם נאר זייער טיפש-עשרה בלוט קאכט אביסל טרעפן זיך אן ביי די אלע מאדנע ברואים, שפעטער ווען זיי ווערן מעטשור גייען טאקע רוב צוריק צום גאלדענעם בעקיטשע און לאזן זיך אפ פון די פאנטאזיעס. באמת איז דאס שוין אן אויסגעדראשענע נושא, קוק דא, אבער שוין, חזרה איז אלץ א גוטע זאך האט דער רבי אין חדר געזאגט.

נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 8:52 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:א איש וואס איז קוואליפיצירט און באהאווענט צו מדריך זיין אידן את המעשה אשר יעשון.
קוואליפיצירט מדריך צו זיין זענען ביידע נישט, נישט די קינדער און נישט די סגפנים (נאך איך :D ), קוק אבער אויף די פראדוקן וועסטו זעהן אז די וואס זענען אויפגעוואקסן אין א קהילה וואו א סטאבילער מענטש מיט א גאלדענעם בעקיטשע און שיינע שטריימל זיצט אויבנאן זענען געווענליך מער down to earth, זענען מער מצליח אין ביזנעס, און ענדשויען מער זייער לעבן בכלליות. משא"כ די וואס וואקסן אויף ביי די אומסטאבילע סגפנים זאל נישט אויסגערעדט זיין, האבן נישט דעם וועלט און אוודאי נישט יענע וועלט.
ס'זעהט אויס ווי דו נעמסט דיין אינפארמאציע פון די וועכענטליכע רבי מאגאזינען... דארט איז טאקע נאר דא בילדער פון דיינע צוויי קאטאגאריע מנהיגים. און אמת'ן, ביי א גרויסע טייל פון חסידישער געמיינדע איז טאקע נאר דא די צוויי אפציעס. עס ברויך טאקע א פונדאמענטאלע טשענדש. אבער אפי' יעצט איז דא אסאך וואס טוען און פארשטייען אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן.

נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 9:15 pm
דורך בעל אחריות
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:א איש וואס איז קוואליפיצירט און באהאווענט צו מדריך זיין אידן את המעשה אשר יעשון.
קוואליפיצירט מדריך צו זיין זענען ביידע נישט, נישט די קינדער און נישט די סגפנים (נאך איך :D ), קוק אבער אויף די פראדוקן וועסטו זעהן אז די וואס זענען אויפגעוואקסן אין א קהילה וואו א סטאבילער מענטש מיט א גאלדענעם בעקיטשע און שיינע שטריימל זיצט אויבנאן זענען געווענליך מער down to earth, זענען מער מצליח אין ביזנעס, און ענדשויען מער זייער לעבן בכלליות. משא"כ די וואס וואקסן אויף ביי די אומסטאבילע סגפנים זאל נישט אויסגערעדט זיין, האבן נישט דעם וועלט און אוודאי נישט יענע וועלט.
אזוי ווי קרן זוית זאגט שוין, די שאלה איז אויב עס זענען נישט דא מענטשן וואס זענען סיי ערליכער און מער אויסגעארבעט ווי די "קינדער" און סיי מער נארמאל און down to earth ווי די "סגפנים", לכאורה יא.

נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 9:59 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אוודאי זענען דא ערנסטע מענטשן צום זאך ביי חסידים אויך, פונקט לעצטע וואך האט מיך איינער געזאגט אז ס'איז איהם אויסגעקומען צו רעדן צו איינער איתמר גינזבורג און ער איז נתפעל געווארן צו הערן א חסיד רעדן אזוי צום זאך, אבער וויפיל פון דיזע מענטשן זענען דא צו וועם יעדעס טיענעידשער האט עקסעס און קען זיך אנזאפן מיט עפעס זאכליך? אין די אלגעמיינע אמעריקאנע גאס טוט זיך אן אנלויפעניש פון dark web intellectuals ווי מ'רופט זיי, משפיעים און משפיעות, פאדקעסטערס און בלאגערס, פראפעסארן און גורוס, וואס קומען רעגלמעסיג ארויס צום ציבור אין זייערע יוטיוב טשאנעלס און פאדקעסטס א.ד.ג. און זענען מדריך דעם עולם את המעשה אשר יעשון אין מענטשליכקייט, פינאנץ, רילעישנשיפס, ספיריטשואליטי, וכו' און טיילן אינפארמאציע אין פסיכאלאגיע, היסטאריע, פילאזאפיע, וויסנשאפט, און וואס נישט, וועם קען מען גיין אויסהערן אין די חסידישע גאס? אין מיינע צייטן זענען נאר געוועהן מער ווייניגער די צוויי אפציעס, מעגליך אז היינט איז טאקע אנדערש. :?:

נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 10:24 pm
דורך ליימדארפער
אין עוד מלבדו...
דזשאסט היינט האב איך געזאגט מיינע קינדער, א כלל אין מקבל מרות זיין.
מענדעלע פון בני ברק - האב איך זיי פארציילט - האט א אנהענגער וואס האט מיר אזוי געזאגט;
וואס לויפסטו עהם נאך - פרעג איך יענעם?
ווייל ער לעקט מיך... לעק איך עהם...
- האט ער מיר פארענטפערט.....

אט אזוי קינדערלעך - זאג איך - ווער ס'לעקט, לעקט מען עהם... ווער יענער הערט אויף לעקן, סטאפ זאפארט...

נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 10:40 pm
דורך ליימדארפער
אגב, ער האט געזאגט מהרא''ש אז ווער ס'וועט אויסזאגן תהילים ביי זיין קבר וועט יענער זאפארט טרעפן זיין זיווג.
איך וויל טרעפן ווער ס'איז '''נישט''' געהאלפן געווארן...

ווייל, כ'וויל יענעם זאגן, אז ווער ס'האט יא געטראפן, האט עס אויך נישט מיט דעם קבר, נאר מיט מזל.

Re: הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 12:45 pm
דורך פרנס החודש
ליימדארפער האט געשריבן:אין עוד מלבדו...
דזשאסט היינט האב איך געזאגט מיינע קינדער, א כלל אין מקבל מרות זיין.
מענדעלע פון בני ברק - האב איך זיי פארציילט - האט א אנהענגער וואס האט מיר אזוי געזאגט;
וואס לויפסטו עהם נאך - פרעג איך יענעם?
ווייל ער לעקט מיך... לעק איך עהם...
- האט ער מיר פארענטפערט.....

אט אזוי קינדערלעך - זאג איך - ווער ס'לעקט, לעקט מען עהם... ווער יענער הערט אויף לעקן, סטאפ זאפארט...
אויך מעג מען האבן שכל און פארשטיין אז ווען איינער לעקט צופיל, ענדיגט זיך עס אלץ מיט בייסן.

Re: הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 3:26 pm
דורך טאמבל סאס
ענד דזשאסט טו טשעק: איז יואלי ראטה זיינס א תלמיד אדער דולג בשיטתו?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 3:26 pm
דורך ליימדארפער
פרנס החודש האט געשריבן:
ליימדארפער האט געשריבן:אין עוד מלבדו...
דזשאסט היינט האב איך געזאגט מיינע קינדער, א כלל אין מקבל מרות זיין.
מענדעלע פון בני ברק - האב איך זיי פארציילט - האט א אנהענגער וואס האט מיר אזוי געזאגט;
וואס לויפסטו עהם נאך - פרעג איך יענעם?
ווייל ער לעקט מיך... לעק איך עהם...
- האט ער מיר פארענטפערט.....

אט אזוי קינדערלעך - זאג איך - ווער ס'לעקט, לעקט מען עהם... ווער יענער הערט אויף לעקן, סטאפ זאפארט...
אויך מעג מען האבן שכל און פארשטיין אז ווען איינער לעקט צופיל, ענדיגט זיך עס אלץ מיט בייסן.
אויך אמת. ממילא הערום יעשה בדעת. דערפאר האט מען דעם געהירן קעסטל אויפ'ן האלדז, אז ווען מ'פאלט אריין ערגעץ וואס איז ענליך צו די נפשות כאפער, וואס אין הכי נמי יענע קענען גוט די מלאכה פון מוח וואשן, אבער ס'איז נאכאלץ דא די נאטור אין מוח פון א מענטש, צו שמעקן וואס איז גוט פאר עהם - אין יעדע מצב, און נעמן דאס בעסטע וואס איז שייך אין יענע מצב. [אויב ס'איז טאקע אזוי געפערליך אז מ'האלט ביי דעם אז דער לעקער ווערט א בייסער...]

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 4:00 pm
דורך מרדכי מרדכי
טאמבל סאס האט געשריבן:ענד דזשאסט טו טשעק: איז יואלי ראטה זיינס א תלמיד אדער דולג בשיטתו?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
ר' יואלי ראטה איז א תלמיד פון מוהרא"ש

Re: הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2023 5:07 am
דורך טאמבל סאס
אגב, ביטע קיפן אין מיינד אז דאס איז אויך א שמוץ אויף סאטמער ווייל ער איז ס"ה זייערס א פרי. דאס אז ער איז אוועק פון דארטן מיינט נישט אז די פארבליבענע מנהיגים זענען נישט אזעלכע אדער נאך ערגערע פראים ווי אים. עס מיינט נאר אז ער האט געזוכט ווייניגער קאמפעטישן איז ער ארויס; אדער איז ער נישט געווען גענוג פרא פון א אדם צו מצליח זיין צו ווערן א מנהיג אין סאטמאר.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2023 11:36 am
דורך פנחסבןאלעזר
ליינענדיג זיינע באשולדיגען טראכט איך מיר, דער ר' משה שלאגט זיך פאר בעלות איבער יבניאל, ווען ער זאל ווערען דער ממשיך, וואלט ער זיך געפירט פונקט ווי זיין טאטע. אויב אזוי, וואס איז דער גרויסע אלארם זיינע? זיין טאטע האט געשלאגען מורדים, און לוחם געוועהן קעגען די וואס האבען אים געשטערט, משתיק געוועהן מאלעסטירטע, דאס איז אלעס סטאנדארטע הנהגות פין אלע חריידישע מנהיגים. מיט איין זאך איז ער געוועהן אייגענארטיג, ער האט זיך איינגערעדט ער האט א פתרון פאר אלע פראבלעמען, און עס געדריקט. אלע מנהיגים רעדען זיך איין זיי פארשטייען און קענען לעזען אלע פראבלעמען, אבער זיי דריקען נישט די נארישע בויכוויי. ער האט יא געדריגט אלעס, און מפיץ געוועהן. נישט צו זאגען, אין זיינע קונטרסים זענען דא אסאך פערל ווערטער און גוטע עצות. און דא קומט אריין ר' יואלי ראטה. ער גייט אין דער מהלך, רעדט זיך איין אז אלע פראבלעמען קען ער לעזען.

און אסאך מאהל האב איך דער הרגשה. ביי אונז רעדט מען נישט די אלע זאכען וואס יואלי ראטה רעדט וועגען, ווי צ.ב.ש. אריין געבען מוט און קוראדזש אין די בחורים און מיידלעך אז זיי קענען פירען א שטוב, קענען ברענגען פרנסה. צו ער זאגט אמת'ע זאכען צו נישט? מן הסתם נישט, אבער מוט אין קוראדזש גיבט ער זיכער אריין, ממילא העלפט עס.

וואס דער מהראש האט געטוהן מיט אפאר פרענקען, טוט יואלי ראטה מיט אונזערע שוואכערע מוחות, וואס אונז ווארפען אוועק פיקט ער אויף, און הייבט זיי, און ברענגט אריין א רוח החיים. קען מען דאס קריטיקירען אלץ א קולט? מען קען. אבער וואס איז בעסער פאר זיי, זיי זאלען בלייבען ביי אונז אויף די פרינדזעס, אדער ביי אים אויף דער פעדעסטעל?

זאל מיר מוחל זיין דער בנש"ק'ל, אבער זיין טאטע האט מער אויפגעטוהן פין אים. מיט זיין גזענות כעס און אלע מדות מגונות וואס ער שרייבט, האט ער אויפגעשטעלט עפעס, איבערגלאזט עפעס. דער בנש"ק'ל לאזט גארנישט איבער חוץ א וועלט מיט טענות און השמצות.

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 7:12 am
דורך טאמבל סאס
עמיצער ווייסט אויב דער ארטיקל איז/וועט ערשינען/ערשיינען איבערגעטייטשט צו ענגליש?

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 7:28 am
דורך טאמבל סאס
פנחסבןאלעזר האט געשריבן: ווען ער זאל ווערען דער ממשיך, וואלט ער זיך געפירט פונקט ווי זיין טאטע.
ס'קוקט נישט אויס אזוי. זעה ווי ער שרייבט:
מושי שיק האט געשריבן:"בתלמוד התורה הילדים היו צועקים לי ברסלב משיגינע, התביישתי בפעילות של אבי שלא היתה מקובלת.

"לא אשכח את תפילת ראש השנה באומן. ילד שזוכה לראות את האלפים עוברים בשורה אצל אבי, מנשקים את ידו ביראת כבוד. זה היה מחזה מרשים מאוד. אבל כשחזרנו הביתה לדירה והיינו רק שנינו, הוא לקח סבון, שטף היטב את ידיו ואמר: 'אני מקווה שהפרענקים לא הדביקו אותי באיידס'. את יודעת מה זה עושה למוח שלי? מה קורה כאן?".
קענטליך אז ער האט שוין געפיהלט אפשיי צו געוויסע פון זיין טאטנ'ס התנהגותער, אלס קינד.

אבער איך וויל ווייזן אז דיין תגובה פארמאגט אין זיך עלעמענטן פון מאנופולאציע.. דו הויבסט אן:
פנחסבןאלעזר האט געשריבן:אויב אזוי, וואס איז דער גרויסע אלארם זיינע? זיין טאטע האט געשלאגען מורדים, און לוחם געוועהן קעגען די וואס האבען אים געשטערט, משתיק געוועהן מאלעסטירטע, דאס איז אלעס סטאנדארטע הנהגות פין אלע חריידישע מנהיגים. מיט איין זאך איז ער געוועהן אייגענארטיג, ער האט זיך איינגערעדט ער האט א פתרון פאר אלע פראבלעמען, און עס געדריקט. אלע מנהיגים רעדען זיך איין זיי פארשטייען און קענען לעזען אלע פראבלעמען, אבער זיי דריקען נישט די נארישע בויכוויי. ער האט יא געדריגט אלעס, און מפיץ געוועהן.
זיך מאכענדיג ווי דו אפפראווסט נישט. אבער נאכדעם ריקסטו אריין אזעלכע סטעיטמענטס ווי:
פנחסבןאלעזר האט געשריבן:נישט צו זאגען, אין זיינע קונטרסים זענען דא אסאך פערל ווערטער און גוטע עצות.
און די זעלבע מיט יואלי ראטה. דו הויבסט אן:
פנחסבןאלעזר האט געשריבן: און דא קומט אריין ר' יואלי ראטה. ער גייט אין דער מהלך, רעדט זיך איין אז אלע פראבלעמען קען ער לעזען.
אבער דו ענדיגסט:
פנחסבןאלעזר האט געשריבן:און אסאך מאהל האב איך דער הרגשה. ביי אונז רעדט מען נישט די אלע זאכען וואס יואלי ראטה רעדט וועגען, ווי צ.ב.ש. אריין געבען מוט און קוראדזש אין די בחורים און מיידלעך אז זיי קענען פירען א שטוב, קענען ברענגען פרנסה. צו ער זאגט אמת'ע זאכען צו נישט? מן הסתם נישט, אבער מוט אין קוראדזש גיבט ער זיכער אריין, ממילא העלפט עס.
נאכדעם ווייטער, חוזר לראש, דרייט ווידער אויס דעם דאשיק:
פנחסבןאלעזר האט געשריבן:וואס דער מהראש האט געטוהן מיט אפאר פרענקען, טוט יואלי ראטה מיט אונזערע שוואכערע מוחות, וואס אונז ווארפען אוועק פיקט ער אויף, און הייבט זיי, און ברענגט אריין א רוח החיים. קען מען דאס קריטיקירען אלץ א קולט? מען קען.
און דאן, עוד הפעם מיט די שבחים:
פנחסבןאלעזר האט געשריבן:אבער וואס איז בעסער פאר זיי, זיי זאלען בלייבען ביי אונז אויף די פרינדזעס, אדער ביי אים אויף דער פעדעסטעל?

זאל מיר מוחל זיין דער בנש"ק'ל, אבער זיין טאטע האט מער אויפגעטוהן פין אים. מיט זיין גזענות כעס און אלע מדות מגונות וואס ער שרייבט, האט ער אויפגעשטעלט עפעס, איבערגלאזט עפעס. דער בנש"ק'ל לאזט גארנישט איבער חוץ א וועלט מיט טענות און השמצות.
אלזא, א גראדער מענטש זאל אובבאכט געבן ווי אזוי ער ווערט נשפע פון דיינע ווערטער.. אפגעזען וואס דו האלטסט באמת, טוט א פתלתול'דיגע גערעדאכץ נישט ארבעטן EITHER WAY. שוין, גענוג גערעדט.

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 1:59 pm
דורך פנחסבןאלעזר
ווען איך זאל וויסן וואס איך האלט וואלט גוט געוועהן.
עס איז גארנישט ראנג ארויס צוברענגען צוויי זאכן פין א מטבע. נישט אלעס איז בלעק און ווייט.

און דער זוהן פייט זיך אויך דער בעלות פין פארשידענע זאכען אין יבניאל, ווי עס שטייט דארט אין דער ארטיקל, שמע מינה ער וויל אויך זיין דער רבי פין די פרענקען. און זאל ער פרובירן איינרעדען א צווייטער אז ער וועט מאכן סדר מיט דער מאלעסטערס.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 7:46 am
דורך כלבאשבוע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 10:16 am
דורך מרדכי מרדכי
נאכן זענען די ערשטע עפיזאוד, קוקט מיר אויס אז דער מוישי איז א געלטגייציגער וואס שרייט מיר קומט אלעס. ענק זענען מיינס ווייל איך בין בעסער פון ענק.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 5:45 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב דורכגעקוקט דעם ערשטן עפיזאד, און עס איז פונקט ווי איך האב זיך פארגעשטעלט. א פארדרייטע ירושה שמוץ וועש מעשה.

איך קען נאר זאגן אויף אזויפיל אז מושי שיק איז א נידריגער מאניפולירער, א מענטש וואס וועט פאר אביסל נקמה און ניצחון און אפשר אפאר דאלאר אויך, פארקויפן זיין פארשטארבענעם פאטער פאר סעיל. די סכום שקרים וואס דער רעדט צאם איז עד להפליא, אנגעהויבן פונעם פאקט אז ער דערציילט וואסערע מלכות׳דיג קינד ער איז געווען, און אז יעדער האט זיך געבוקט פאר אים, ווען מאידך גיסא פארציילט ער אז ער האט זיך געשעמט אז ער איז א ברסלב׳ער, און אויך ווייסט יעדער איינער צו זאגן אז מוהרא״ש האט געהאט א נאמען אין אמעריקע אלס טאטאלער משוגענער און בעל דמיון, שטימט פשוט נישט מיטן גירסא אז יעדער האט אים געגעבן כבוד.

נאך א זאך, אויב איז זיין טאטע געווען אזא געפערליכער מענטש ווי ער דערציילט, דאן פארוואס טוט ער זיך אויף צום ענדע אז ער האט דאס אלעס אויפגעשטעלט? און וואס איז זיין הויפט טענה? אז מ׳האט אים נישט געלאזט ממשיך זיין דעם טאטנס דרכים... אויב אזוי קומט דאך אויס אז ווען נישט זיין טאטע האט אים אויסגעשלאסן פון די ירושה, וואלט ער שטילגעשוויגן און אנגעגאנגען מיט די גאנצע חרפה פאר יארן לאנג.

ער הייבט אן די עפיזאד מיט א מעשה אז ביי זיין טאטנס לוי׳ האט ער אויפגעהויבן א שטעקן צו ווייזן פאר די המונים אז מען זאל מאכן פלאץ און באערדיגן זיין פאטער. למעשה גערעדט איז דאך באקאנט אז מושי האט געטיילט וויסטע מכות ביי זיין טאטנס לוי׳, ווייל ער האט זיך נאך דעמאלטס איינגערעדט אז ער גייט איבערנעמען די מלוכה איינמאל מען עפנט אויף די צוואה. דאס איז געווען שקר נומער איינס, און פון דארטן און ווייטער ציט ער א קייט פון לגיונות אז איך בין רויט געווארן פאר זיינעטוועגן.

דער האט ארויפגעלייגט אויף טעלעוויזיע א פריוואטע אינטימישע קליפ פון די משפחה איבער זיין טאטנס טויטן בעט, ווען מוהרא״ש ליגט דארטן באוואוסטלאז און פארבינדן צו מאשינען. וועלכע נארמאלע מענטש גייט דאס טון צו זיין טאטן? מ׳מוז דאך זיין שרעקליך פאררוקט. און נאך עפעס, ער איז דאך ניטאמאל דער עלטסטער זון. ער האט נאך ברידער און שוועסטער העכער זיך, מיט וועלכער סמכות קומט ער בעטן אז ער דארף אלעס ירש׳ענען?

עפעס א סתירה צווישן טענות אויף די קולט וואס זיין טאטע האט געעפנט, און טענות פארוואס ער האט עס נישט איבערגענומען. אויב וואלט ער געווען קעגן דאס נעמען תמימות׳דיגע ספרדים און זיי פארוואנדלען אין חסידיש אויסזעענדע חאניאקעס, פארוואס האט ער עס געשטופט אלע יארן? פארוואס איז ער נישט ארויסגעקומען בחיים חיותו און אפגעלאכט פון דעם קמיע מיט וואס זיין טאטע האט געפאכעט?

אי לכך, נאכן אים כאפן ביי אזויפיל שקרים וכזבים, און נאכן זען די אומעטישע אויפפירונג כלפי זיין טאטן, גלייב איך שוין נישט קיין איין ווארט פון דעם נארישן ווערדלאזער טעלעוויזיע סעריע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 7:25 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
גם אני מצטרף להנ"ל.

ביים זעהן די אנפאנג וואו ער פארציילט וועגן די שלעגערייען ביי זיין טאטע'ס לווייה האב איך נישט געקענט כאפן וואו ער צילט צו (איך האב נישט געוואוסט וואס יהורם ווייסט וועגן די לווייה). יעצט שטימט שוין.

איך פרוביר צו טראכטן וואס אן אבדזשעקטיווער קוקער פון די סעריעס דארף טראכטן. וואס וויל מוישי אחוץ געלט און פאוער?

---

דאס נעמט נישט אוועק פון די חסרונות און פראבלעמען פון מוהרא"ש.