בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 7:58 am
דורך [NAMELESS]
החוקר האט געשריבן:@דעת, אויב איך מעג פרעגן, פארוואס דארף דיינס א תגובה אויפזיכט. עס איז נישט קיין לעבעדיגע נפש אדער טייערע חפץ.

אויב האסטו געשפירט אז דיינע ווערטער דארפן/מעגן געשריבן ווערן, דאן וואס האט זיך געטוישט?

אויב ביסטו נישט זיכער, וואלטסטו עס נישט געדארפט שרייבן מתחילה.

אקעי. פאונט טעיקען. איך האב דיליטעד מיין פאוסט.

מיין פאוסט האט געמעגט געשריבן ווערן פונקט ווי די לינק צו וואס איך האב ריפלייט האט געמעגט געפאוסט ווערן.

עס איז נישט מער ווי נארמאל אז א מענטש זאל זיין אפסעט אויב מען נעמט א זאך וואס דער מענטש האט געשריבן און מען באהאלט עס פון אים און יעצט קען דער מענטש מער נישט זיין פארט פון די שמעוס. עס מאכט דיך פילן קינדעריש און פאנישד.

איך האב נישט קיין צוטריט צו מאוחרי. איך בין נישט פאר פון די עליטע דא. עס האט מיך שטארק געבאדערט און איך בין טאקע געווען ארויסגעטשטעקט פאר די לעצטע יאר און א האלב.
קיינער האט נישט ליב זיך צו פילן ווי א פיפטער צום וואגן.

לעצטנס האב איך צוריק אריינגעטשעקט דא און דער טאט האט אויפגעוועקט אין מיר די זאך וואס באדערט מיך שוין לאנג במילא האב איך געשריבן אז איך וואלט עפרישיעטעד צו האבן עקסעס צו די פלאץ ווי מיין פאוסט איז געגאנגען.

אזוי צו אזוי איך קען ווייטער ארויסטשעקן. איי וויל בי אלרייט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 11:48 am
דורך ווייסעכניש
וויפיל תגובות דארף מען אנזאמלען צו טועם זיין פונעם כיבוד?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 4:35 pm
דורך שערי יושר
החוקר האט געשריבן:@דעת, אויב איך מעג פרעגן, פארוואס דארף דיינס א תגובה אויפזיכט. עס איז נישט קיין לעבעדיגע נפש אדער טייערע חפץ.

אויב האסטו געשפירט אז דיינע ווערטער דארפן/מעגן געשריבן ווערן, דאן וואס האט זיך געטוישט?

אויב ביסטו נישט זיכער, וואלטסטו עס נישט געדארפט שרייבן מתחילה.
אז איינער שרייבט עפעס אינמיטן אן אקטיווע שמועס מיינט נישט אז ער וויל עס זאל בלייבן אויפן געוועב לעולם ועד.

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 1:12 am
דורך [NAMELESS]
מנהל האט געשריבן:כ'פארשטיי די פראסטרעישען פון @פונדאַמענטאַל און @דעת, אבער וואס איז מיין אנדערע ברירה? די גוטע נייעס איז אז צוטריט צו מאחורי האט גארנישט צוטוהן מיט זיין "עליטע", נאר פשוט מיט'ן זיין אן אקטיווע מעמבער. ס'וועט מיר זיין א כבוד ענק ביידע צו עפענען מאחורי ווי נאר עטץ האטס אנגעזאמעלט מער תגובות און זענטס דא בקביעות.
איך פארשטיי אז א פלאץ דארף ארבעטן מיט רולס און איך האב נישט קיין טענות.

באט די רולס דארפן זיין בלעק ענד ווייט ענד יו קענט קיפ מאווינג די גאול פאוסט.

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 1:56 am
דורך שמן למאור
שערי יושר האט געשריבן:אז איינער שרייבט עפעס אינמיטן אן אקטיווע שמועס מיינט נישט אז ער וויל עס זאל בלייבן אויפן געוועב לעולם ועד.
זייט וויסן, אז תגובות וואס מען שרייבט אין קאווע שטיבל, קען מען נישט מעקן אדער רעדאגירן נאך אפאר טעג (דאכצעך 4 טעג) און עס בלייבט שוין אזוי לעולם ועד. דיינע אייניקלעך אין 200 דורות פון יעצט וועלן אלע קענען זען וואס די הייליגע זיידע האט געשריבן אין א שוואכע מינוט...

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 10:33 am
דורך יין שרף
שמן למאור האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן:אז איינער שרייבט עפעס אינמיטן אן אקטיווע שמועס מיינט נישט אז ער וויל עס זאל בלייבן אויפן געוועב לעולם ועד.
זייט וויסן, אז תגובות וואס מען שרייבט אין קאווע שטיבל, קען מען נישט מעקן אדער רעדאגירן נאך אפאר טעג (דאכצעך 4 טעג) און עס בלייבט שוין אזוי לעולם ועד. דיינע אייניקלעך אין 200 דורות פון יעצט וועלן אלע קענען זען וואס די הייליגע זיידע האט געשריבן אין א שוואכע מינוט...
הדא היא דכתיב א בעל תשובה דארף שינוי השם..