בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 7:08 pm
דורך וואלווי
איינער ווייסט פארוואס truth social ארבעט נישט היינט...?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 7:43 pm
דורך וואלווי
אלע צוזאמען האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:אפשר קען מען ערלעדיגן אז מען זאל זיי ביידע ארעסטירן אין די זעלבע סעל, איך גלייב טראמפ וועט צאלן נאך 130K דאס צושטאנד צו ברענגן..
עט נישט ארבייטן, 'טראמפ' האט געזאגט אז ''she is not my taste'' :lol:
"Horseface"

צו זיין מער פונקטליך....

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 7:47 pm
דורך תקע בשופר
וואס איין בעילת איסור קען חרוב מאכן א מענטש פאר יארן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 8:09 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
פארוואס הייסט עס א בעילת איסור?? אויב איז עס אמת, קען זיין אז ער האט איר מקדש געווען אלץ א פילגש?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 8:26 pm
דורך אלע צוזאמען
תקע בשופר האט געשריבן:וואס איין בעילת איסור קען חרוב מאכן א מענטש פאר יארן.
וואס און ווער איז חרוב? ביז דערווייל רייט 'טראמפ' אויף די סומאטוכע מיט די גאנצע קראפט, און אויף דערווייל העלפט אים עס נאר.
די קעיס איז גארנישט ווערד, אפילו די 'ניו יארק טיימס' האט עס מודה געווען. די איינציגסטע האפענונג וואס די דעמאקראטן האבן איז אז א גאר לינקע דזשורי עט נישט זיך רעכענען מיט די פאקטן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 8:34 pm
דורך צקון לחש
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:פארוואס הייסט עס א בעילת איסור?? אויב איז עס אמת, קען זיין אז ער האט איר מקדש געווען אלץ א פילגש?
קיינער איז נישט מכחיש די עצם הוקאפ, און די מאדעלקע האט זאגאר דיסקרייבד פאר די וועלט טראמפ'ס פריוואטע געשטעל (אויף ג'ימי קימעל בשעתו)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 8:37 pm
דורך וואלווי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:פארוואס הייסט עס א בעילת איסור?? אויב איז עס אמת, קען זיין אז ער האט איר מקדש געווען אלץ א פילגש?
פראבלעם איז, אז ער האט אויסגעטיילט די 130k "קידושין" אסאך נאך די בעילה....

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 9:02 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
א פילגש ברויך מען דען מקדש זיין מיט געלט?? די געלט אויב עפעס איז נאר מתן שכרה בצדה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 9:06 pm
דורך וואלווי
יא יא, בצדה תשים.

והיינו דאהני ליה לדאנאלד....

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 9:14 am
דורך אלע צוזאמען
צקון לחש האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:פארוואס הייסט עס א בעילת איסור?? אויב איז עס אמת, קען זיין אז ער האט איר מקדש געווען אלץ א פילגש?
קיינער איז נישט מכחיש די עצם הוקאפ, און די מאדעלקע האט זאגאר דיסקרייבד פאר די וועלט טראמפ'ס פריוואטע געשטעל (אויף ג'ימי קימעל בשעתו)
נישט אמת, 'טראמפ' לייקענט די גאנצע מעשה

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 10:09 am
דורך צקון לחש
אלע צוזאמען האט געשריבן:נישט אמת, 'טראמפ' לייקענט די גאנצע מעשה
יא, גערעכט, איך האב נישט געוואוסט דאס, זייער אינטערסאנט

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 10:14 am
דורך ליימדארפער
פארוואס גייט מען ארעסטירן טראמפ?
די קעפל דארף זיין, פארוואס ''וויל'' מען אים ארעסטירן.

ווייל; ער גייט קיינמאל נישט ארעסטירט ווערן.

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 10:16 am
דורך הרב שיף
ליימדארפער האט געשריבן:פארוואס גייט מען ארעסטירן טראמפ?
די קעפל דארף זיין, פארוואס ''וויל'' מען אים ארעסטירן.

ווייל; ער גייט קיינמאל נישט ארעסטירט ווערן.
די קעפל איז געקומען נאך וואס טראמפ האט געזאגט אז מען גייט אים ארעסטירן. נישט אז מען וויל אים ארעסטירן.