בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:52 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב געדענק איך גוט זאגט רש״י ערגעץ אז קדוש מיינט אפגעשיידט, סיי צו בעסער און סיי צו ערגער (אפשר אויפ׳ן פסוק לא תהיה קדשה מבנות ישראל ולא יהיה קדש מבני ישראל), לויט דעם קענען אלע מנהיגים וואס זענע תלוש מן המציאות זיך רופן הייליג…

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 4:12 pm
דורך הרב שיף
שמעון וואלף האט געשריבן:באמת איז נישט קיין שום חילוק. אין וויזניץ האט מען אזוי געריפן ר' משה'לע - די הייליגע רבי (אפשר שוין ביים אמרי חיים אויך און ביים אהבת ישראל, איך געדענק נישט), און ווען זיין זון מהר"ם איז געווארן רבי האט ער אויטאמאטיש באקומען די טיטול.

די שאלה איז נאר פארוואס זיי ריפן אים נישט די הייליגע ריינע רבי, אזויווי זיי שרייבן אייביג "הקוה"ט"?
טהור מיינט אז מען איז געווען טמא פארדעם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 4:13 pm
דורך הרב שיף
קרן זוית האט געשריבן:
חב''ד הויזן האט געשריבן:און וואס איז עס א חילוק פון 'כבוד קדושת' וואס יעדע איינציגסטע רבי ווערט אנגערופן?
בכלל איז נישט צו פארשטיין מ'זעהט אסאך מאל א כפל הלשון. לדוגמא, כ"ק הגה"ק אדער כ"ק רביה"ק, אדער דריי מאל קדוש, כ"ק רביה"ק זצוק"ל.?
ר' צבי מאיר איז מקפיד צו זאגען זיבען מאל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 5:46 pm
דורך שמעקעדיג
הרב שיף האט געשריבן: טהור מיינט אז מען איז געווען טמא פאר דעם.
ווי יענער ראש ישיבה וואס האט גע'מוסר'ט די בחורים אויף די צולאזטע טענץ ביי די חתונה, זאגנדיג אז וועגן דעם הייסט די "מצוה טאנץ" מיט דעם נאמען, ווייל בעפאר דעם איז עס געווען אן "עבירה טאנץ"...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 9:14 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:באמת איז נישט קיין שום חילוק. אין וויזניץ האט מען אזוי געריפן ר' משה'לע - די הייליגע רבי (אפשר שוין ביים אמרי חיים אויך און ביים אהבת ישראל, איך געדענק נישט), און ווען זיין זון מהר"ם איז געווארן רבי האט ער אויטאמאטיש באקומען די טיטול.

די שאלה איז נאר פארוואס זיי ריפן אים נישט די הייליגע ריינע רבי, אזויווי זיי שרייבן אייביג "הקוה"ט"?
דו זאגסט אז מען ירשנ'ט די טיטל בירושה, וואס ס'איז נאכמער אינטערעסאנט מען הערט אז ביי געוויסע ירשנ'ט מען די זעלבע סארט מופתים

נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2023 2:04 am
דורך berlbalaguleh
בעל אחריות האט געשריבן:סקווירא ביסטו גערעכט, בעלזא אויך און גור אויך, אבער וויזניץ (נישט די הייליגע) און צאנז זענען נישט קיין קולט לעניית דעתי.
נאר זיי גלייבן פשוט אין זייער רבי'ן. ווען די רבי מאכט חתונה קומען די חסידים צו רייטן אויף פערד...! די אלטע אידן קומען צו ריין אויף פאניס. מיט שטריימל און בעקישע, פארשטייצעך...!

נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2023 6:42 am
דורך מרדכי מרדכי
אלע חסידות'ן שרייבן טאקע טיטלען אויף זייער רבי צווישן זיי אויך קדוש אבער עס איז אזויווי מען לייגט צי די טיטל ר' צי עני אינגערמאן.
איז געקומען וויז'ניץ און געזאגט ניין עס איז נישט גענוג נאר ביים שרייבן אויכט ביים זאגן דארף מען דעם רבי'ן פארהייליגן.

נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2023 8:13 am
דורך ליימדארפער
מרדכי מרדכי האט געשריבן:אלע חסידות'ן שרייבן טאקע טיטלען אויף זייער רבי צווישן זיי אויך קדוש אבער עס איז אזויווי מען לייגט צי די טיטל ר' צי עני אינגערמאן.
איז געקומען וויז'ניץ און געזאגט ניין עס איז נישט גענוג נאר ביים שרייבן אויכט ביים זאגן דארף מען דעם רבי'ן פארהייליגן.
קענסט די מעשה פון הקדוש והטהור.
ס'געווען א סעיל פופציג פראצענט אף, פאר אלע ספרי רבינו הקדוש, האט א בחור געוואלט נעמען א סעט משניות פאר'ן סעיל.
זאגט דער מוכר, ניין, דא שטייט כל ספרי רבינו הקדוש והטהור...