אנאנים האט געשריבן:אוי ווי עס שטעכט.
איך קוק אויף מיין ווייב, זי קוקט צירוק, ביידע האבן אונז א פראוני פנים אויסגעצויגן, דריי פערטל פארוויינט, אירע אויגן ווייזט ארויס א טיפע טרויער און וויי, די מצב אין מיין קליינע שטילע שטוב ווערט אנגעצויגן, א שטילקייט באהערשט די ליפט, די וואך האט זיך קוים אנגעהויבן פארוואס דארף עס נעמען די דירעקציע?.
שבת קודש איז געווען א פרייליכע ביי מיין שווער'ס פאמיליע מען איז זיך צוזאמגעקומען, פארברענגט צוזאמען און געהאט א געשמאקע עונג שבת, מיין בני בית און איך האבן חושד געווען די שוועגערין, אבער יעצט מוצאי, איז עס געווארן באשטעטיגט מיט א ברירית אין א קלארקייט, אז יא, די שוועגערין, שוין עטליכע אונטער מיך און מיין ווייב, איז פרעגנינט, פון איין זייט איז עס א שמחה אז ב''ה די משפּחה ווערט גרעסער, אבער ווען גייט זיין מיין טורן צו עס מאכן גרעסער, ווען גייט זיין מיין ווייב'ס רייע צו איינמעלדן אירע געשוויסטער אז זי איז טראגעדיג, פארוואס ביי אונז ריקט זיך די באן נישט פאראויס, פארוואס פלאן איך נאכנישט קיין שמחה, פארוואס איז מיין ווייב נאך נישט ביזי איינקויפן קינדער קליידער.
פארוואס פארוואס פארוואס.
איך וויל אויך זיין א טאטע.
שלום וברכה הרב...
דאס האב איך אמאל געשריבען פאר א חבר וואס איז אדורך די זעלבע סיטואציע ווי דיר.
איך האב געזען דיין בריוו דא, האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן ווייל איך בין ליידער אויך אריבער א ענליכע עקספיריענס, דעריבער וויל איך מיטטיילן וויאזוי איך אלס פשוט'ע איד לעב עס דורך.
קודם כל זאלסטו דאנקן דער באשעפער אז די לעבסט אין 2023 ווייל די דרך הטבע אין בלויז געציילטע יאר ארום וועט זיין אינגאנצן אנדערש ווי די היינטיגע דרך הטבע, רעד מיט איינער וואס איז געווען א אינגערמאן צוואנציג יאר צוריק וועט ער דיר קענען זאגן ווי שנעל די וועלט טוישט זיך מיט אלעס, ממילא נאך אביסל וועט בעזרהשי"ת די דרך הטבע פאר דיר, זיין אינגאנצן צום גוטן.
און יעצט צום פאוינט, איך קען ליידער אויך שרייען אז איך בין געשטארבן ח"ו, עס איז געווען צייטן וואס איך האב טאקע געמיינט אז דאס איז עס, עס איז געווען שרעקליך פארווייטאגט, ביז איך האב געזען אז איך בין דער וואס מאכט די ווייטאג גרעסער און גרעסער, ווייל איך האב פשוט נישט געגלייבט אין דער אייבערשטער, אבער ב"ה לכבוד דעם האב איך באקומען א מתנה וואס הייסט אמונה פשוטה, און נאר אזוי קען מען עס דורך לעבן און זיין אמת'דיג צופרידן מיט זיך.
וואס מיינט אמונה פשוטה? איך האב זיך אויסגעלערנט אז איך דארף נישט וויסן "פארוואס" עס איז אזוי, נאר אייביג וויסען אז עס איז אזוי, ווייל דער אייבערשטער וויל אזוי, און אז איך דארף נישט און גיי נישט האבן די זעלבע וואס יענער האט, ווי למשל קינדער, געלט, געזונט, אא"וו,
און וויאזוי עס וועט זיין, איז עס נאר ווייל דער אייבערשטער וויל אזוי, און איך קען גארנישט טון נאר בעטן און בעטן פון אים פאר די ישועה.
אבער מען דארף געדענקן אז ער טוט וואס ער וויל און איך דארף נישט און קען נישט און גיי נישט פארשטיין, און וויאזוי עס איז, דאס איז די "אמת'ע תכלית" אויף דער וועלט.
פארשטייט זיך אבער אז מען דארף אייביג געדענקען אז אנצוקומען צו אמת'ע אמונה קען מען נאר דורך האבן אמת'ע שלום בית, און װי די לייגסט עס אראפ איז דאס נישט די פראבלעם, און אויב יא מוז מען ארבייטן קודם נאר אויף דעם, לאמיר אבער נישט יעצט אריינגיין אין די סוגיא.
איינמאל מען נעמט עס אריין אין קאפ, יא, עס זאגט זיך טאקע אסאך גרינגער ווי עס אויסצופירן, (אבער עס איז ממילא נישט דא קיין אנדער ברירה) קוקט מען אן די לעבן מיט א אנדערע בליק און מען ווערט צופרידן אויף וואס מען האט יא ב"ה, און מען ווערט א מענטש ציווישן מענטשן, ווייל אז מען איז צופרידן פון זיך טראכט מען נישט פארצרה'ט, ממילא וועלן אלע ארומיגע מענטשן דיך טריטען װי א נארמאלע מענטש ביז די וועסט פילן באמת אז די ביסט פונקט אזוי ווי יעדער איינער, ווייל דער אמת'ער אמת איז אז ביז משיח'ס טאג האט קיינער נישט אלעס וואס מען וויל.
טראכט גוט ווייל עס איז גוט!
דער אייבישטער זאל העלפן אז די זאלסט וועלן לעבן, און לעבן א פרייליכע און גליקלכע לעבן מיט אמת'ע הרחבת הדעת!