לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט האחרון האלוקי 'רבינו הקדוש'

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2018 מאל

לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט האחרון האלוקי 'רבינו הקדוש'

שליחה דורך תוהו ובוהו »

קלארשטעלונג: איך בין נישט ידידנו @כוכב און כ'קען נישט זיין אפילו איך וויל. נאר במקום שאין שלש כוכבים נראים איז א סימן אז מ'האט דערגרייכט פולשטענדיגע תוהו ובוהו, סאו הער איי עם.

*

ווער רבינו הקדוש איז דארף מען קיינעם דא אין שטיבל נישט פארציילן. יעדער וואס האט נאר אמאל אנגערירט די קלאמקע פון קאווע שטיבל האט זיך שוין באגעגנט מיט זיינע ציפעדיגע דוגרי'דיגע רייד געשריבן דורך זיין בייסיגן פעדער. גערעכט צי נישט, אויסגעהאלטן צי נישט, הילד איננו - דער בחור איז דא, לעבט און שטויסט ווי בודהא נאך זיין נערווען-בראָך.

זוכסט אביסל חומר למחשבה פון א ארגינעלן פערספעקטיוו - רבינו הקדוש. בייסיגע אין-דיין-פנים געדאנקען - רבינו הקדוש. איפכא מיסתברא'דיגע רעיונות געשריבן כאילו ס'איז א דבר המובן מאליו - ווידער רבינו הקדוש. ווערסט צעשוידערט וויאזוי א איד קען אזוי רעדן - רבינו הקדוש. ווערסט געפלעפט וויאזוי אן אויפגעקלערטער קען אזוי רעדן - ווידער רבינו הקדוש. א נאסטאלגיש סיפור'ל אראפגעלייגט מיט אלע פיטשעווקעס, כאטש האסט נישט קיין אנונג צו וואס דער איד וויל צוקומען - ווידעראמאל רבינו הקדוש. א שארף מליצה, א גוט ווארט, אן עקזאטישע לשון-נופל-על-לשון - רבינו הקדוש. זאפטיגע אויסדרוקן וואס ניטאמאל אלטע פייגא האט געוואוסט וויאזוי צו נוצן - ווייטער רבינו הקדוש.

ס'איז שווער אראפצושרייבן וויפיל רבינו הקדוש האט שוין צוגעגעבן צו אונזער שטיבל; געווען גאר תקופות וואס רבינו הקדוש איז געווען דאס שטיבל און יעדער האט צוגעגעבן צו אים... פון ארגינעלע תורה'דיגע ארטיקלען ביז אנטריסטנדע בייסיגע אטאקעס און אלעס אינדערמיט. צי מ'גלייכט אים צי נישט - רביה"ק קען מען נישט איגנארירן. זיינע ווערטער זענען עפעס מיט וואס מ'דארף זיך ספראווען - מיט דינייעל, הכנעה, שטיין ווייט, וואס אימער ס'ארבעט פאר דיר.

פראוואצירנד און געשליפן, ציניש און סארקאסטיש, עלעקוואנט און בייסיג, מיט אומגלויבליכער גלויבלאזיקייט און געטליכער גאטלאזיקייט; אט האט איר רבינו הקדוש אן דעם פעלץ און ווייסע גאטקעס; דער מענטש אונטער'ן פענאמען.

ליינט און האט הנאה.


*

קנה של ק"ש


ווען און וויאזוי האסטו זיך צום ערשט אנגעשטויסן אין קאווע שטיבל?
כ'האב א חבר מיט וועם איך פלעג אסאך שמועסן איבער פילאזאפיע און אמונה/כפירה, איינמאל אזוי אינמיטן א שמועס האט ער מיר פארציילט איבער עפעס א אידישע פארום וואס רופט זיך 'קאווע שטיבל' וואו מ'שמועסט אויס די אלע ענינים. כ'האב געקליקט די לינק וואס ער האט מיך געשיקט, געליינט אפאר אשכולות, זיך גלייך איינגעשריבן צו קענען קאממענטירן, און די רעשט, ווי מ'זאגט, איז היסטאריע…

פארוואס "רבינו הקדוש"?
דער עיקר כוונה איז געווען דאס שטיק דערפון, כאילו רבינו הקדוש קומט פארקויפן אויפגעקלערטקייט און "כפירה". (וואס כ'האב דעמאלטס גערופן כפירה - וואס איך רוף היינט כפירה איז מיר דאן ניטאמאל בייגעפאלן…)

וויאזוי באטראכסטו די עוואולאציע וואס ק"ש איז דורכגעגאנגען זינט דו ביסט אנגעקומען?
איך בין אנגעקומען שוין נאך דער עפאכע פון די שטיבל "לייבן", אזוי איז שוין דער עיקר עוואלוציע געווען דערנאך. אבער אפילו ווען איך בין אנגעקומען זענען נאך געווען א שפאר ביסל אזויגערופענע אינטעלעקטואלן מיט טיפע רעליגיעזע/אפאלאגעטישע אנשויאונגען וואס האבן זיך אלע אזוי שטיל אפגעפעקלט איינס ביי איינס. געוויסע טענה'ן אז ס'איז געוועהן אין מיין זכות.

וועלכע ארטיקל אין ק"ש האט דיר דאס מערסטע געכאפט?
עמממ, איך מיין אז מיין אייגענעם אשכול איבער געטוישטע מצוות האט דאס מערסטע אנגעכאפט דעם ענין ביים קארג… ערנסט גערעדט, פראקטישע חידושים האב איך נישט עכט געטראפן אין שטיבל, ממילא איז שווער צו זאגן אז עפעס האט מיך באמת געכאפט.

אויף קאווע שטיבל קומסטו אפיר זייער ציניש און בייסיג; אין פערזענליכן לעבן האסטו אויך אזא צוגאנג? כ'מיין צו פרעגן: ווי ווייט איז דער אנליין רביה"ק-פערסאנע פון דעם אמת'ן-לעבן מענטש דערונטער?
פון נאטור אויס בין איך געפערליך תמימות'דיג, גאליבל, און גראד. ווען איך פרוביר צו זאגן ליגן ווער איך רויט און איך פאנג אן צו שטאלפערן… אזוי, ווען איינער זאגט אדער טוט עפעס וואס ער האלט נישט 100% דערביי, ווייס איך נישט ווי דאס צו עסן און איך ווער בייסיג און ציניש. הגם אין פערזענליכן לעבן האלט איך מיך ווי-נישט-ווי אביסל אין די ראמען ווייל ס'מיר זייער שווער וויי צו טוהן מענטשן, אבער אין אן אנליין שמועס וואו דער מענטש שטייט נישט פאר מיינע אויגן, האב איך נישט גארנישט וואס זאל מיך צוריקהאלטן פון אריינזאגן דברים הקשים כגידין. נאכדערצו ווען ס'איז אויף א פאבליק פארום וואו דער ******'ער פרובירט צו פארפירן אנדערע מענטשן, האב איך א שטערקערער רייץ אז מיין אטאקע זאל ארויסקומען קריסטאל קלאר אז קיינער זאל נישט פאלן פאר די ******.

אבער יא, בכלליות בין איך טאקע זייער straightforward, ממש אן קיין פילטערס און אלעס קען גיין. מ'קען רעדן וואס מ'וויל און טראכטן וואס מ'וויל ווילאנג מ'טוט קיינעם נישט וויי און מ'רעספעקטירט אנדערע מענטשנ'ס דיגניטי. דיגניטי און געפילן רעספעקטיר איך זייער, עגא און קאמפלעקסעס רעספעקטיר איך נישט. אדרבה, איך וועל אויסנוצן יעדע געלעגנהייט עס צו אטאקירן און אויסרייסן, צומאל מיט א בלינדער רציחה. אני ממש לא רואה בעיניים ווען ס'קומט צו די זאכן. ס'נישט כאילו בשיטה, ס'איז פשוט מיין נאטור. איך דארף ניטאמאל טראכטן וואס צו זאגן, ס'קומט נאטירליך פון זיך אליין.

אין זיין אינטערוויו האט דיך @ונבנתה העיר צוגעגליכן מיט געוויסע שטריכן צו החכם @יאיר, וואס אינעם ק"ש זשארגאן איז עס דער גרעסטער קאמפלימענט וואס מ'קען איינעם געבן; וואס זאגסטו דערצו?
איך האב קיינמאל נישט אינטערעקט מיט יאיר, ווייל איך בין אנגעקומען שוין נאך זיינע צייטן. הגם איך זעה דעם צושטעל, אבער איך וואלט מיך מער צוגעגליכן צו @moshav zekeinim. הגם איך זעה נישט דער גרויסער קאמפלימענט פאר מיר, אויב עפעס איז עס א קאמפלימענט פאר יאיר...

נו, מ'האט געבעטן דו זאלסט נישט זיין ציניש…
נעה, דו כאפסט נישט, כ'מיין בכלל נישט צו זיין ציניש, איך האב באמת א גאר שטארקע סעלף עסטיעם. הגם אויף מיין סעלף קאנפידענס האב איך נאך אסאך צו ארבעטן, אבער מיין סעלף עסטיעם/זעלבסט ווערד איז פעלזן פעסט that nothing can budge. דאס הייסט, אז וויפיל איך קוק ארויף יאיר צו וועם אימער, קוק איך מיך אליין ארויף טויזנט מאל מער. קענסט מיך צוגלייכן צו גאט אליין און ס'וועט מיך נישט בארירן.

זייט צו זייט מיט די קאמפלימענטן וואס דו האסט באקומען דורכאויס דיינע יארן אויף ק"ש פון חשוב'ע ניקים, ביסטו אויך נאכאנאנד געווען אונטער אטאקע דורך חשוב'ע חברי השטיבל א שטייגער ווי @ארי נוהם און אנדערע, וואס דו פלעגסט נעמען זייער לייכט ווי כאילו נישט דיר מיינט מען... וויאזוי קוקסטו עס אן: וואס ציט אטאקעס צו רביה"ק, און וויאזוי ספראוועסטו דיך דערמיט?
איך צי אטאקעס ווייל איך בלייב נישט שטעקן אויף זייטיגע טעכנישע נקודות; איך מאנעווריר מיין וועג ארום דער ****** און איך ציל גראד צום פינטל, און דאס איז עפעס וואס אסאך מענטשן קענען נישט ליידן. זיי ווילן דאך אז מ'זאל יא בלייבן שטעקן ביי די זייטיגע נקודות און מ'זאל פארזעהן די קרומקייט וואס ליגט דערונטער, און דא קומט איינער וואס מיידט אויס אלע pitfalls און מארשירט מיט אן אויפגעהויבענעם קאפ גראד צו דער נקודה און שמייסט דארט אריין מכות רצח, אוודאי ווערן זיי בייז און פארלירן זייער גלייכגעוויכט.

און איך זע נישט וואס ס'איז דא צו נעמען פערזענליך. יענער אטאקירט נישט מיך, ער רעדט בכלל נישט צו מיר, געווענליך זענען די אטאקעס טאקע בבחינת טענו חיטין והודו לזכר קדשו, אן קיין הענט און קיין פיס, ער רעדט פשוט צו זיינע אינערליכע קאמפלעקסן. איך לאז יענעם אויסגעבן זיין ווייטאג און איך גיי מיך ווייטער.

דיין בעסטער ק"ש ארטיקל וואס דו האסט געשריבן?
ווי שוין אויבן געשריבן, מיין אשכול איבער די געטוישטע און פארגעסענע מצוות. הגם איך האב געהאט געשריבן אפאר אנדערע געלונגענע ארטיקלען, א שטייגער ווי "מיין פראבלעם מיט חרדים" און "ספר דברים און די חורבן בית המקדש אין א פאראלעל יוניווערס" (וואס איז אזוי געלונגען געוועהן אז מ'האט עס געברויכט פארמעקן…), אבער יענע ארטיקלען זענען מער געווען א צייטווייליגער גיפט וואס כ'האב געדארפט אויסגעבן. פון א נייטראלן קוקווינקל פאר איינעם וואס האט נישט מיטגעלעבט די טראומע וואס האט געשאפן די וואטעווער, איז עס נישט אזוי ווער-ווייסט-וואס.

ניקס וואס דו גלייכסט זייער שרייבן-סטיל?
@בענדזשאמין פרענקלין, @moshav zekeinim און @גדליה.

האסט שוין אמאל געשריבן פאר'ן וועקער?
ניין. כ'האב גראדע אמאל געשריבן עפעס געפערליך בייסיג פאר'ן וועקער אפאר יאר צוריק איבער'ן יום טוב פסח נאכדעם וואס מ'האט מיך אראפגעדרייט דעם קאפ אז איך זאל עפעס שרייבן, כ'האב אבער נישט קיין הווא אמינא אז ס'גייט אמאל אריינגיין...

האסט געשריבן נאך ערגעצוואו לענגערע ארטיקלען?
ווערן קאלעדזש עססעיס גערעכנט? אויב נישט, דאן איז דער ענטפער אז ניין. אין אידיש זיכער נישט.

מיט בערך א יאר צוריק האסטו פאנטאסטיש געמאלדן אז דו געזעגנסט דיך פונעם שטיבל אויף אייביג, געציילטע מאנאטן דערויף ביסטו שוין ווידער געווען פולקאם אקטיוו; מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר? אדער אין רבינו הקדוש שפראך: בילדותיה מאי סבר ובזקנותיה מאי סבר?
איך האב פשוט געטוהן וואס איך האב געדארפט צו טוהן ביי יענעם שטאפל אין מיין ספיריטואלער און עמאציאנאלער אנטוויקלונג, היינט טוה איך וואס איך דארף צו טוהן פאר מיין יעצטיגער פאזע.


רבינו סר מן הדרך


וויאזוי איז צוגעגאנגען דיין "אויפקלערונג" פראצעדור? ווען האט זיך עס אנגעהויבן און וואו האט עס דיך אלץ געפירט?
איך געדענק נישט פינקטליך ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען, אבער אלס קינד, ארום צעהן יאר אלט, האב איך שוין געהאט פייגלעך אין קאפ. איך פלעג אלץ גיין אין גאס און זעהן "גוים" גיין אנגעטוהן ווי זיי ווילן א.ד.ג. און איך פלעג אלץ וויסן ביי מיר אז ווען איך וועל "ווערן גרויס" וועל איך זיין אזויווי זיי. איך פלעג ליינען אסאך מעשיות פונעם מיטלאלטער און תלמידי בעש"ט, דער מהר"ל מיט די בלוט-בילבולים א.ד.ג., ווי דער גלח צי פריץ האט געפייניגט דעם ארעמען נעבעכדיגן גלות-איד ביז דער רב/רבי האט גע'פועל'ט א ישועה, און איך פלעג מיך אלץ וואונדערן פארוואס דארף מען צוקומען אז דער רבי זאל אונז ראטעווען מיט זיינע כוחות הקדושה ווען מ'קען די גאנצע רדיפות אויסמיידן דורך אליינס ווערן פריצים און גלחים? בקיצור, איך בין געוועהן זיכער אז ווי נאר איך "ווער גרויס" גיי איך צום גלח זיך שמד'ן (קינדערישע השגות…) און זיך לעבן א חיים טובים און פטור ווערן פון די אלע נארישקייטן...

שפעטער בין איך עלטער געווארן און אנגעפאנגען לערנען די ספרים, און ארום 15-16 יאר אלט האב איך "איינגעזעהן" אז מיר טוען נישט זאכן סתם אין דער וועלט אריין. ניין, ס'איז פשוט פראקטישע חשבונות. מ'איז נישט מוז"ל פשוט וועגן די שדים וואס ווערן באשאפן דערפון (כ'געדענק שוין נישט פינקטליך, אבער עפעס אזוי…); מ'היט שבת ווייל ס'ווערט אן עליית העולמות און ס'ברענגט אראפ א השפעה פאר א גאנצע וואך; מ'לייגט תפילין ווייל ס'ברענגט אראפ מוחין, און אזוי ווייטער און ווייטער. דער מהלך איז געווען זייער פשוט, מ'טוט וואס דער רבי הייסט, וואס ס'שטייט אין די ספרים, און אזוי וועט זיין גוט אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט…

שוין, דאס איז אלץ געוועהן גוט אין ישיבה קטנה. שפעטער אין ישיבה גדולה בין איך שוין געווארן מער עקספאוזד צו אנדערע השקפות און שיטות; כ'האב שוין אנגעפאנגען הערן אז ס'דא נאך שיטות אויסער די 'מעלות' און ויואל משה; ס'דא א גר"א/חזון איש/בריסקער רב, א בית ישראל מיט א הרב קוק, רמב"ם און רס"ג, מהר"ל און רמח"ל, בקיצור, ס'נישט אלעס אזוי clear cut ווי מ'זאגט. אזוי האב איך אנגעפאנגען עקספלארירן אנדערע שיטות און מהלכים, און פון דארט איז שוין נישט געוועהן קיין וועג צוריק.

ביי די 19 האט מיך מיין טאטע געשיקט לערנען קיין ארץ ישראל, וואו איך בין שפעטער פארכאפט געווארן אין ציונות. איך פלעג אויך א שטיק צייט גיין תכלת און פילעווען אין יענע סארט שטותים, דעמאלטס האט זיך שוין אנגעפאנגען מיין "הידרדרות" אין אידישקייט (פארשטייסט, תכלת איז דאך א דאורייתא, תפילה איז נאר א דרבנן, און אז איך גיי מיט תכלת בין איך דאך שוין בעסער פון דיר, ווער ביסטו מיך איינצוטיילן וואס צו טוהן? תפילין יעדן טאג איז דאך סתם אזוי א המצאה פונעם פרי מגדים, א.א.וו.). ביי די 21 האב איך אויסגעטראפן דעיוו רובין וואס האט מיך אויטאמאטיש געפירט צו סעם הערריס, בען שפירא, קריסטאפער היטשענס, און די גאנצע חבריא, און פאר א שיינע פאר יאר האב איך געפילעוועט אין יענע סארט שטותים. מיט א יאר-צוויי צוריק האב איך אויסגעטראפן ענערגיע היילונג, יאגע, א.ד.ג. און פון דעמאלטס און ווייטער איז מיין לעבנסקוואליטעט פארבעסערט געווארן לאין ערך, און ס'ווערט נאר בעסער און בעסער עקספאונענשילי פון טאג צו טאג.

א הייקעלע פראגע: דו אינדענטיפיצירסט זיך 'ארטאדאקסיש'?
כ'האב שוין פריער גערעדט איבער מיין סעלף עסטיעם, דאס הייסט, אז איך אידענטיפיציר מיך מיט מיך אליינס. איך האב מיך קיינמאל נישט אידענטיפיצירט מיט א זאך וואס איז אינדרויסן פון מיר. איך אידענטיפיציר מיך מיט רבינו הקדוש, און סיי וואס ס'שטימט מיט מיך קען גיין, און וואס ס'שטימט נישט מיט מיך איז מעיקרא אפגעפרעגט. אבער אביסל צו ענטפערן די פראגע, מיין טאג-טעגליכער לעבן ווערט מער ווייניגער געפירט אויפ'ן מאדערן-ארטאדאקס-לייט לעבנסשטייגער.


רבינו בחיי


ביי וועלכן יארגאנג האסטו באקומען אינטערנעט צוטריט?
ביי די 20, ווען כ'האב מיך געקויפט א טאבלעט מיט געלט וואס כ'האב באקומען פאר'ן נעמען בחינות אין ישיבה…

ביי וועלכן יארגאנג האסטו חתונה געהאט?
דער אמת איז אז איך האב קיינמאל נישט געהייראט… בשעת איך בין נאך געוועהן א יושב על הגדר (100% אין שפאן בין איך קיינמאל נישט געגאנגען, פון אלס קליין קינד), האט מען מיך פרובירט אריינצופעקלען מיט שוואכע סחורה אבער איך האב מיך נישט געלאזט. איינמאל איך בין אוועק בין איך געווארן פארנומען מיט אנדערע זאכן, און ס'איז מיר נאכנישט אויסגעקומען צו פאקוסירן דערויף, ועוד חזון למועד.

דו געבסט כסדר אנצודייטן אז דו וואוינסט נישט אין קיין חרד'יש-באוואוינטער געגנט, איז דאס ריכטיג?
יא.

דו טוסט אין פאעזיע אדער אין סיי וועלכע אנדערע אַרט?
קיינמאל. איך האב נישט קיין שטארקע טעיסט אין ארט. דעם וועג ווי איך קוק עס אן איז ארט נישט מער ווי א קאופינג מעכאניזם צו דיעלן מיט טראומע, און איך האב אנדערע וועגן ווי איך דיעל מיט מיינע טראומעס. כאטש וואס אין זעלטענע פעלער, ווען א ספעציפיש שטיקל פאעזיע רעדט צו מיין טראומע, האב איך יא הנאה.

אן אינטערעסאנטער פילם/בוך וואס דו האסט לעצטנס געזען/געליינט?
כ'האב שוין לאנג נישט געליינט/געקוקט עפעס, כ'האב פשוט נישט קיין כח מער צו man-made פאנטאזיעס. אפילו לעצטנס ווען איך בין געווען אויף א פליגער און איך האב געקוקט אפאר פילמס פשוט צו שטופן די צייט איז מיר זייער שווער געווען מיטצוהאלטן. אויב געדענק איך גוט, איז דאס לעצטע בוך וואס איך האב דורכגעליינט (כ'מיין, אויסגעהערט אויף אודיובוקס…) געוועהן The Power of Now פון Eckhart Tolle, מיט איבער א יאר צוריק. איך פלעג מאכן מעדיטאציע דערויף; פשוט זיצן און אויסהערן די לויטער ריינע דברי אלהים חיים יוצאים מפי כהן גדול בקדושה ובטהרה און עס טיעף ארייננעמען אין די ביינער און נשמה, ווי קען מען דערנאך צוריקגיין ליינען און קוקן די אלע שטותים?

מוזיק וואס דו גלייכסט צו הערן?
אמאל פלעג איך נאר גלייכן פארצייטישע חסידישע ניגונים, שפעטער ווען איך האב געקוקט דעם פילם Amadeus, האב איך באקומען א שטארק געפיל פאר קלאסישע מוזיק, בעיקר מאצארט. ממש לעצטנס האב איך מיך אסאך געעפנט נפשיות'דיג, און כ'האב פארלוירן מיין געפיל פאר פארצייטישע חסידישע ניגונים און אנשטאט באקומען א שטארקע טעם אין פאפ. ביאנסע און ריהאננא זענען לכאורה מיינע פעיוואריטס. מיינע צוויי פעיוואריט ספיריטואלע ניגונים וואס איך שפיל אויף ווען איך טוה מיין עבודה, זענען א ספרד'ישער אל מסתתר און Om Namah Shivaya פון Krishna Das.

געדענקסט נאך איינעם פון די ערשטע צוויי רביה"ק'ס?
ניין, וטוב שככה.

א ספר אין וואס דו האסט לעצטנס אריינגעקוקט? (ניין, אן אנליין סידור דאזענט קאונט.)
איך גיי אין שוהל יעדן שבת צו כמעט אלע תפילות, און איך עפן א פיזישן סידור… פון צייט צו צייט מיש איך אויף א רענדאם ספר וואס איך זעה אויפ'ן טיש. לעצנטס האב איך געעפנט א בן איש חי און כ'האב אפילו מיטגעטיילט אין 'קאווע שטיבל' א טשיקאוו שטיקל וואס כ'האב דארט געטראפן.


שיטה הקדושה


דריי באקאנטע פיגורן וואס דו וואלסט געזאגט אז זיי האבן געהאט א השפעה אויף דיין וועלט-אויסקוק און מהלך המחשבה?
דאס קען צעטיילט ווערן צו מיין ערשטן גילגול און מיין היינטיגער גילגול. אין מיין ערשטן גילגול וואלט איך געזאגט, פארשטייט זיך אויסער מיינע עלטערן וכו', 1) דער רבי פון דער קהילה וואו איך בין אויפגעוואקסן, 2) רבי מאטל זילבער, און 3) רבי יחזקאל שרגא ווייס פון מאנסי. אבער שפעטער האב איך געדארפט אסאך ארבעטן to unlearn וואס איך האב געלערנט פון זיי… היינט וואלט איך געזאגט זענען די דריי מענטשן 1) מיין גורו ביי וועם איך בין זיך מתאבק בעפר רגליו ושותה בצמא את דבריו לעתים קרובות, הגם ער איז נישט ממש א פאבליק פיגור, זיכער נישט אלס גורו, און אוודאי נישט אין דער אידישער גאס, אבער אסאך מענטשן קענען איהם, 2) Eckhart Tolle, און 3) סעם הערריס.

א מיינונג וואס דו האסט געטוישט אין די לעצטע צוויי יאר...?
WOW, איין מיינונג האב איך געטוישט? אמאל פלעג איך האלטן אז חרדים האבן א לעגיטימע טענה/מהלך/וואטעווער (הגם איך האב קיינמאל נישט געהאלטן אז זיי זענען ממש גערעכט, אבער כ'האב געהאלטן אז זיי האבן א פוינט) - היינט נישט. אמאל פלעג איך האלטן אז געלט און גשמיות'דיגע באקוועמליכקייטן זענען מינדערוויכטיג - היינט נישט. אמאל פלעג איך האלטן אז מיסטיקע איז לויטער פאנטאזיעס - היינט נישט. און אזוי ווייטער און ווייטער…

אן אמונה טפלה אין וואס רביה"ק גלייבט רח"ל?
איך גלייב מער ווייניגער אין אלע אמונות טפילות וואס זענען אנגענומען אין אלע מיסטישע און ספיריטואלע צירקלען; נשמות און רוחות, מלאכים און שדים, גלגולים (הגם ס'איז נישט דעם זעלבן סארט גלגול אין וואס חרדים גלייבן כלומפרשט), יאגע און קבלה, ענערגיע שטיינער, א.א.וו.

דאכצעך אז אין זאכן וואס זענען מער קרובים אל השכל גלייבסטו נישט...
די אלע אמונות טפילות אין וואס איך גלייב איז נישט ווייל ס'איז עפעס געפערליך מסתבר אז איך בין געקומען צו דער מסקנא אז ס'מוז זיין אמת, ס'איז פשוט אז גראדע קאמוניקיר איך מיט נשמות פון צייט צו צייט; גראדע האנדל איך מיט ענערגיעס און רוחות, א.א.וו.

נאך א נקודה: גלייבן קען האבן 2 באדייטן. למשל, אז איינער זאגט אז ער גלייבט אין זיין רבי קען עס מיינען איינס פון די צוויי: 1) ער איז לאגיש איבערצייגט אז זיין רבי עקזיסטירט. 3) ער איז עמאושינעלי אינוועסטעד אין זיין רבי. איז אזוי, לגבי זיין עמאושינעלי אינוועסטעד האב איך שוין פריער גערעדט אז די איינציגסטע זאך אין וואס איך בין עמאציאנאל אינוועסטירט איז נאר מיר אליין און אלעס וואס דרייט זיך ארום מיר. צ.ב. איך בין קיינמאל נישט עכט דורכגעגאנגען קיין אזויגערופענע אמונה קריזיס ווייל איך בין קיינמאל נישט געוועהן עמאושינעלי אינוועסטעד דערין. ס'איז אזויווי דו זאלסט היינט געוואויר ווערן אז קאקאש קעיק איז געזונט, שוין, איז פון היינט און ווייטער ווען מ'וויל זיך פילן הייליג וועט מען שוין נישט דארפן עסן אלפאלפא ספראוטס נאר מ'וועט קענען עסן פיצא אנשטאט. ס'נישט דא וואס צו נעמען פערזענליך. דאס הייסט אזוי, די אלע זאכן אין וואס איך גלייב יא אדער נישט זענען אלע ארום דעם ערשטן סארט גלייבן. איך בין נישט עמאושינעלי אינוועסטעד אין שדים ורוחות נאר גראדע אינטערעקט איך מיט זיי פון צייט צו צייט; איך בין נישט אינוועסטעד אין מיינע ענערגיע קריסטאלס נאר גראדע פונקט ארבעט עס פאר מיר.

פארצייל עפעס אן עקספיריענס וואס דו האסט געהאט מיט א נשמה/רוח/דיבוק/וואטעווער...
באמת פיל איך נישט באקוועם צו רעדן פון די זאכן מיט מענטשן וואס פארשטייען נישט דערצו, ס'פילט זיך בערך ווי צו רעדן איבער עוואלושען צו א חרדי, זייער נישט קיין איינגענעמע געפיל… בכלל, האב איך נאכנישט גענוג אנטוויקלט מיינע חושים צו קענען מבחין זיין וואס איז עכט און וואס איז אייגן-פאבריצירטע דמיונות, און איך דארף זיך נאך ספראוון מיט אנדערע מענטשנ'ס דזשאדזשמענט, אבער עפעס א סאפט ספאט האב איך דאך פאר קאוועשטיבל וועל איך יא עפעס פארציילן.

דערמאנסט מיך, מיט א שטיק צייט צוריק האב איך געהאלפן א חבר אויסליידיגן א הויז וואס ער האט געקויפט וואס איז געוועהן אנגעפולט מיט שמאנטשקעס. גראדע יענער האט זייער אן אנטוויקלטער חוש צו אזויגערופענע "רוחניות'דיגע" זאכן וכו'. איינס פון די זאכן וואס די פריערדיגע אייגנטימער האבן איבערגעלאזט איז געוועהן אן אויסגעלאשענעם פרידזשידער אנגעפולט מיט עסן וואס האט אנגעשטינקען די גאנצע ד' אמות ארום, און כדי צו באשטעטיגן צי ס'איז נאך אין א נוצבארן צושטאנד צי נישט האט מען עס געדארפט עפענען… בקיצור, איך האב מיך גוט אנגעפאנצערט מיט א מאסק און גיפט, איך עפן די טיר, און ס'איז איבערגעפולט מיט maggots. כ'האב מיך גענומען שפריצן מיט אלע כוחות און זיי האבן אנגעפאלן שטארבן ווי maggots… אינמיטן פיל איך ווי די maggots נעמען זיך פליען און קלעבן זיך אן אין מיר... ס'האט מיך אנגעכאפט א מין עקל שלא מעלמא הדין, ממש הונדערטער maggots באדעקן מיין קערפער פון קאפ ביז פיס. איך פרוביר זיי אפצושאקלען אבער זיי האלטן זיך אן פעסט… מיטאמאל טראכט איך אזוי צו מיר, זייט ווען קענען maggots פליען? עפעס שטימט נישט דא… איך קוק מיך אום און איך זעה טאקע ווי די חברה ליגן אויסגע'שחט'ן, איך קוק אויף מיינע קליידער און איך זעה נישט גארנישט, כ'האב שוין אנגעפאנגען האבן קאמפלעקסעס אז אפשר דמיון איך… אינגאנצן פארלוירן לויף איך צו מיין חבר און איך פרעג איהם וואס איז פשט? נעמט ער זיך לאכן און ער זאגט: "יא, אזוי גייט עס אייביג, ווען מ'הארגעט א חיה פליעט די נשמה ארויס און ס'קלעבט זיך אן אינעם מערדער און מאכט איהם משוגע, אבער דאס עקלדיג געפיל גייט אוועק נאך אפאר מינוט". וכך הווה, צוביסלעך זענען זיי איינס ביי איינס בטל געווארן אין מיין ענערגיע פעלד, און נאך אזא 20 מינוט האט זיך אלעס בארואיגט…

און פון וואו ווייסטו אז די אלע זאכן זענען טאקע נישט אבי דמיונות?
מאכסט מיך לאכן, און פון וואו ווייסטו אז דאס וואס דו ווערסט זאט פון ברויט און פלייש איז נישט דמיונות? און ווען דו רעדסט מיט מיר איז עס אפשר אויך דמיונות? ווי האט נאר מיין ערשטער יאגע טיטשער מיך געזאגט ווען איך האב איהם געפרעגט עפעס ענליך: "און אז ס'איז דמיונות איז וואס? למעשה ארבעט עס פיין, אסאך בעסער ווי די 'נישט דמיונות'..."

דיין בליק אויף דער חרד'ישער געזעלשאפט (דזשאסט אין קעיס איינער האט יעצט אויסגעטרעטן נעילה פון 2018)?
חרדים אלס א קאממיוניטי האבן נישט קיין שום וועליוס, מאראלן, אדער עטיקס, פשוט ליידיגע שטריקעס וואס האלטן נישט ביי גארנישט און נוצן גאט און ר' משה איסרליש אלס א תירוץ פאר זייער פוילקייט זיך אויפצושטעלן און זיך נעמען אין די הענט אריין.
-----
וואס זענען דיינע חסרונות?
איך האב איין גרויסער חסרון, איך אנערקען נישט אין מיינע חסרונות… נאך חסרונות וואס איך האב, איך בין א גרויסער עקשן, איך בין אביסעלע צו self-centered, און נאך און נאך…

א היימישע אויסגאבע וואס דו ליינסט?
עד שאתה שואל וועלכע היימישע אויסגאבעס איך ליין, פרעג מיך צו איך ליין בכלל אומ-היימישע אויסגאבעס… ווען האב איך דען די נערוון און צייט זיך אראפצוזעצן ליינען יענעמ'ס בויכווייטאג און קאמפלעקסעס? איך האב גענוג אייגענע…

וואו זעסטו זיך אין צען יאר ארום? (פארהאן א חרם הקדמונים נישט צו פארענדיגן א חרד'ישן אינטערוויו אָן דער דעצידירנדער פראגע.)
איך זעה מיך אלס א צאמשטעל פון עקיבא וויינגארטן און אוהד אזרחי. הגם איך האף זוכה צו זיין צו נאך גילויים וואס איך וועל קענען מצרף זיין צו מיין וואטעווער, אבער די זענען מיינע איצטיגע השגות.

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר