בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 9:17 pm
דורך שעפטאל
סאנטיאגא האט געשריבן:איין הערה לגבי די חרדי'שע געזעלשאפט, און איך וויל זאגן א preface: איך בין ווייט פון א חרדי ליבהאבער שוין אזוי לאנג ווי איך בין א קאווע שטיבל מיטגליד, (ווער ס'האט נאר אמאל אויפגעפאסט איין תגובה מיינער) אבער צו זאגן אז חרדים אלס א קאלעקטיוו האבן נישט קיין שום וועליוס איז אינגאנצן נישט ריכטיג. וכו' ....
וואס פארשטייסטו נישט? אזוי רעדט א צינישע מענטש!
דאס איז נישט א ארטיקל וואס @רבה"ק האט געשריבן אראפצורייסן חרדים, דאס איז א פשוט'ע אינטערוויא און מען קען נישט מדייק זיין יעדע ווארט
נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 10:39 pm
דורך סאנטיאגא
שעפטאל האט געשריבן:סאנטיאגא האט געשריבן:איין הערה לגבי די חרדי'שע געזעלשאפט, און איך וויל זאגן א preface: איך בין ווייט פון א חרדי ליבהאבער שוין אזוי לאנג ווי איך בין א קאווע שטיבל מיטגליד, (ווער ס'האט נאר אמאל אויפגעפאסט איין תגובה מיינער) אבער צו זאגן אז חרדים אלס א קאלעקטיוו האבן נישט קיין שום וועליוס איז אינגאנצן נישט ריכטיג. וכו' ....
וואס פארשטייסטו נישט? אזוי רעדט א צינישע מענטש!
דאס איז נישט א ארטיקל וואס @רבה"ק האט געשריבן אראפצורייסן חרדים, דאס איז א פשוט'ע אינטערוויא און מען קען נישט מדייק זיין יעדע ווארט
אריין מיט א לינק צו צינישיזם'ס וויקיפדיה בלאט...
נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 10:52 pm
דורך צקון לחש
תוהו ובוהו האט געשריבן:אדער אין רבינו הקדוש שפראך: בילדותיה מאי סבר ובזקנותיה מאי סבר?

תלמיד חכם וואס דו ביסט..
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 2:18 am
דורך רביה''ק זי''ע
סאנטיאגא האט געשריבן:בעת ס'זענען דא אסאך waste of talents אין די געמיינדע, מענטשן וואס זענען אזוי אינטעלעקטואל און שארף אז זיי וואלטן באמת געקענט זיין חרדישע נאבל פרייז געווינער וכו' פילע אנדערע זענען נישט קיין שטריקן מרצונם הטוב... רבינו! ווי איז דיין הארץ?
ערשטנס, די ווערטער "מרצונם הטוב" האב איך נישט געזאגט.
צווייטנס, געוויסע האבן פריער עפעס ערווענט וועגן "קלעימס" און "אפשטעמפלען", איך האב גארנישט גע"קלעימ"ט אדער "אפגעשטעמפלט", מ'האט מיר פשוט געפרעגט מיין point of view און אויף דעם האב איך געענטפערט וואס איך זעה. האסט קשיות וויאזוי איך מעג זעהן? וויאזוי איך מעג זאגן וואס איך זעה? אז דו האלטסט אז א מענטש טאר נישט רעדן איבער זיינע פערזענליכע מיינונגען און עקספיריענסעס האסטו מתחילה געדארפט איבערהיפן דעם אשכול, אויב ביזטו פערזענליך געטריגערט געווארן פון די מיינונג פון עפעס אן אנאנינעם לץ פון קאוועשטיבל נעם זיך ארבעטן אויף דיין סעלף עסטיעם. אויב ווילסטו בעסער פארשטיין מיין POV איבער חרדים פרעג זיך די זעלבע פראגע איבער די אמיש, "וואס איז דיין בליק אויף דער אמיש געזעלשאפט?", און קוק צו דיין ענטפער ענדלט נישט אין מיין בליק איבער חרדים.
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 10:54 pm
דורך חדשים
מיר איז געווען א חידוש וואס רביה”ק זאגט אז לייגן תפילין יעדן טאג איז נאר א חידוש פון פרי מגדים. איך קען נישט יעדע פרי מגדים, איך ווייס נאר אז די פרי מגדים אין די הקדמה בנושא מצוה חיובית/קיומית נוצט תפילין בכל יום אלץ עקזעמפאל פאר א מצוה חיובית. אבער בפשטות איז עס דאך געבויעט אויף א בפירושע גמרא אין מנחות מד. אמר רב ששת כל שאינו מניח תפילין עובר בשמונה עשה. וואס די ראשונים לערנען אז עס מיינט בכל יום. (נישט אויסצומישן מיט תפילין כל היום, וואס איז א עקסטערע שמועס אויב עס איז א חיוב מן התורה אדער נאר א מצוה קיומית). אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממנו וואס איז פשט פון די דאזיגע ווערטער.
נשלח: דינסטאג אפריל 11, 2023 12:40 am
דורך צקון לחש
חדשים האט געשריבן:מיר איז געווען א חידוש וואס רביה”ק זאגט אז לייגן תפילין יעדן טאג איז נאר א חידוש פון פרי מגדים. איך קען נישט יעדע פרי מגדים, איך ווייס נאר אז די פרי מגדים אין די הקדמה בנושא מצוה חיובית/קיומית נוצט תפילין בכל יום אלץ עקזעמפאל פאר א מצוה חיובית. אבער בפשטות איז עס דאך געבויעט אויף א בפירושע גמרא אין מנחות מד. אמר רב ששת כל שאינו מניח תפילין עובר בשמונה עשה. וואס די ראשונים לערנען אז עס מיינט בכל יום. (נישט אויסצומישן מיט תפילין כל היום, וואס איז א עקסטערע שמועס אויב עס איז א חיוב מן התורה אדער נאר א מצוה קיומית). אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממנו וואס איז פשט פון די דאזיגע ווערטער.
ביי רביה"ק איז דער פרי מגדים במדריגת האמוראים והראשונים וא"ש
נשלח: דינסטאג אפריל 11, 2023 2:24 pm
דורך חדשים
איך האב יעצט נאכגעגעקוקט די פרי מגדים אין סימן ל”ז א”א סעיף ב’, האב איך געזען פונקט פארקערט. לכאורה וואלט מען ווען פארשטאנען עפ”י פשטות אז עס איז דא א חיוב צו זיין אנגעטון מיט תפילין א גאנצן טאג. די חידוש פון פרי מגדים איז אז מען איז יוצא מן התורה פאר איין רגע און עס איז נישטא קיין חיוב עס אנצוטון א גאנצן טאג. ער ענדיגט נאר צו אז עס איז דא א מצוה קיומית ללובשו בכל היום.
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 10:24 am
דורך שמעקעדיג
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 7:31 am
דורך הרב שיף
אונזער הייליגע רבי.
וויבאלד די פאסט איז געווען דורך א צווייטער, מוז איך לייגען מיין לייק אויף די וועג. איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינען איבער דיר, און אויך איבער די טאפיקס וואס דו האסט געטאשט אויפן שפיץ גאפל, און וואנטש זאלסט טרעפען א פאסיגע רעבעצן און האבען נחת.
און די משפחה איז מען דיר גשטאנען און וועג פון גיין אויף דיין אייגענעם וועג?
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 10:19 am
דורך רביה''ק זי''ע
הרב שיף האט געשריבן:און די משפחה איז מען דיר גשטאנען און וועג פון גיין אויף דיין אייגענעם וועג?
בפועל איז גארנישט געוועהן וואס זיי האבן געקענט טוהן, ס'נישט כאילו איך האב קינדער אין די מוסדות וועם מ'קען סטראשען מיט ארויסווארפן צו וואס. סתם מוסר און קירוב רייד פון זיידע באבע, זודיגע טרערן און טענטראמס פון טאטע מאמע איז יא געוועהן, די עקשנים פון זיי האלטן עס נאך אן ביז'ן היינטיגן טאג (און זיי וואונדערן זיך נאך פארוואס איך הייב נאר אויף די פאון אויף זיי נאך צעהן מאל רופן...) פון געשוויסטער, פעטערס, מומעס, קוזינס האב איך קיינמאל קיין מוק נישט געהערט, אדרבה, איך בין דער וועם זיי רופן ווען זיי דארפן אויסגעבן זייער ווייטאג אויפ'ן "סיסטעם" (יעדער אויף זיין דרגה "אויפגעקלערטקייט"). נישט אז זיי האבן מיר אמאל געגעבן חיזוק צו וואס, הגם די הערכה וואס זיי האבן צו מיר באופן כללי איז די גרעסטע חיזוק וואס קען נאר זיין, זיי ווייסן נאר אז עפעס איז נישט בסדר דארט אבער זיי ווייסן נישט וויאזוי זיך ארויסצוזעהן דערפון און זיי קוקן זיך צו פון דער זייט צו זעהן מיט וואסערע פתרונות זייער באליעבטער און געשעצטער ברודער/נעפיו/קוזין וועט אויפקומען, איך האף זיי נישט צו אנטוישן.

איך האב אויך א שוועסטער און א קוזין מיט וועם איך בין צוזאמען אויפגעקלערט געווארן, נישט אלץ אויפ'ן זעלבן pace, אבער מיר פלעגן זיך אסאך אויסשארפן אין די ענינים און זיך געבן חיזוק איינער דעם אנדערן ארויסצוקריכן פונעם באקס, במחשבה ובמעשה.
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 9:29 pm
דורך הרב שיף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:הרב שיף האט געשריבן:און די משפחה איז מען דיר גשטאנען און וועג פון גיין אויף דיין אייגענעם וועג?
געשוויסטער, פעטערס, מומעס, קוזינס האב איך קיינמאל קיין מוק נישט געהערט, אדרבה, איך בין דער וועם זיי רופן ווען זיי דארפן אויסגעבן זייער ווייטאג אויפ'ן "סיסטעם"
איך האב אויך א שוועסטער און א קוזין מיט וועם איך בין צוזאמען אויפגעקלערט געווארן, נישט אלץ אויפ'ן זעלבן pace, אבער מיר פלעגן זיך אסאך אויסשארפן אין די ענינים און זיך געבן חיזוק איינער דעם אנדערן ארויסצוקריכן פונעם באקס, במחשבה ובמעשה.
ברוך השם פאר דעם, עס איז וויכטיג פאר יעדעם צו האבען עפעס חיזוק צו גיין און זיין וועג, צו זאל עס זיין א
ארויס צו גיין פון די באקס, אדער אריין און די באקס, סוף סוף איז וויכטיג און געשמאק צו האבען עפעס משפחה.
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 9:22 am
דורך שמעקעדיג
הרב שיף האט געשריבן:
ברוך השם פאר דעם
חייב אדם לברך וכו' כשם שמברך על וכו'....