בלאט 2 פון 5
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 9:25 am
דורך [NAMELESS]
טאמבל סאס האט געשריבן:יא, אבער פונוואס? א הארץ קאנדישען? א פעטע דייעט? קאלעסטראל? דייעביטיס? אווערוועיט וכ"ו?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
געהאט א הארץ קאנדישאן
זיינע 3 ברודער ר' שלום ר' אייזיק און ר' ברוך יודא זענען נעבעך אויך אוועק יונג אויף אזא אופן ה''י
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 9:40 am
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:יא, אבער פונוואס? א הארץ קאנדישען? א פעטע דייעט? קאלעסטראל? דייעביטיס? אווערוועיט וכ"ו?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
געהאט א הארץ קאנדישאן
זיינע 3 ברודער ר' שלום ר' אייזיק און ר' ברוך יודא זענען נעבעך אויך אוועק יונג אויף אזא אופן ה''י
.
און זיין טאטע דאכט זיך אויך
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 10:16 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 10:57 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:23 am
דורך שאלתיאל
אפשר קען איינער באשרייבן אביסל זיין לעבן און שאפן פון ר' מיכאל'ן זצ"ל? כ'האב אים נישט געקענט פערזענליך נאר פון זיין פובליק קערעקטער, ער האט געמאכט א רושם פון א צוקער זיסע איד, א שטיק הארץ. חבל על דאבדין. ווי וויל מיס יו ר' מיכאל.
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:32 am
דורך [NAMELESS]
מורא'דיגע הספדים, ספעשל פון ליפא
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:39 am
דורך [NAMELESS]
איבער 4000 מענטשן האלטן מיט די לוי' לייוו
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:41 am
דורך וויליאמסבורגער
האט זיך אפגעהאקט ביי מיר. נאך איינער האט די פראבלעם?
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:42 am
דורך קאצקע ציקער
וויליאמסבורגער האט געשריבן:האט זיך אפגעהאקט ביי מיר. נאך איינער האט די פראבלעם?
Yup
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:43 am
דורך שערי יושר
יא
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:49 am
דורך אינגערמאנטשיקל
ביי מיר אויך.
אוי האט ליפא מיך געמאכט בוכה'נען.
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:50 am
דורך וויליאמסבורגער
צוריק אנליין
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:52 am
דורך אינגערמאנטשיקל
צוריק אפפליין.
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 4:51 pm
דורך [NAMELESS]
מאיר לאבין האט געשריבן:
איך האב נישט געקענט מיכאל שניצלער, אבער איך האב גענומען די צייט צו מיטהאלטן זיין לוי׳ - ווייל איך האב געשפירט אז איך האב פארלוירן א פערזענליכע ידיד.
זיין לוי׳ האט מיר אביסל קלארער געשטעלט פארוואס איך האב אזוי געשפירט - די הספדים זענען געווען אנדערש, מען האט נישט געטייטשט קיין פסוקים און נישט פארציילט קיין באבע מעשיות. מען האט נישט גערעדט פון קיין מלאך - מען האט גערעדט פון א מענשט, מיט שטארקייטן און שוואכקייטן, מען האט מען האט געוויינט, געזינגען און גערעדט פון הארץ.
און דאס איז פארוואס אזויפיל מענטשן האבן פארגאסן דארטן הייסע טרערן. מיכאל איז געווען א מענטש מיט אן אויער פאר דמעת העשוקים - די צוקלאפטע, די וועלכע זענען אוועקגעשטויסן געווארן צום גרונד פונעם סאציאלע פיראמידע. אבער נישט איינער וואס האט געהאלפן שטייענדיג ביים שפיץ, נאר האט זיך געראנגלט מיט זיי אין די בלאטע.
ער איז געווען א חבר פאר די וועלכע באלאנגן נישט צו די שיינע משפחות, די וועלכע זענען נישט אנגענומען געווארן אין די ישיבות למצויינים, די וועלכע זענען נאכנישט חתונה געהאט אדער מער נישט חתונה געהאט. ער האט זיי באמת ליב געהאט, און די הערצער וואס האבן דאס געשפירט שפירן זיך היינט פאר׳יתומ׳ט און צוקלאפט
מיר לעבן אין א וועלט פון חסד, חסד בליהט ב״ה ביי כלל ישראל מער ווי סיי ווען. אידן געבן אויס הונדערטער מיליאנען, מענטשן געבן אוועק צייט און געלט צו העלפן אנדערע. אבער נאך אלס - דער ארימאן באקומט קארטאפל אויף פסח און דער עושר קריגט שישי. דער וואס האט דער פאסיגער לעצטער נאמען טוט דער שידוך וואס ער חלומ׳ט און דער וואס נישט ווערט בא׳חסד׳ט מיט גוטהארציגע שדכנים.
מיכאל האט נישט געטון קיין חסד, ער איז פשוט געווען א לב נשבר וואס האט גענוצט יעדע שטאפל פון זיין סוקסעס צו דינען אלס א שופר פאר די וועלכע האבן נישט די פלאטפארמע צו לאזן הערן זייער ווייטאג. ער האט נישט געזוכט קיין מעמבערשיפ אין די קלאב פון די געלונגענע און מוצלח׳דיגע. ער האט נישט געזוכט צו געפעלן פאר די מזרח אידן, ער האט געטראגן זיין צובראכן הארץ מיט שטאלץ אויף זיין ארבל און עס געזונגען פון זיין נשמה.
ער איז געווען א ידיד פאר יעדן וואס האט זיך געשפירט פארגעסן, בא׳עוולט, אנדערש, נישט-גענוג, צופיל, נישט נארמאל. ער איז געווען א מענטש אין א וועלט וואו מענטשן פרובירן צו באהאלטן זייער מענטשהייט. ער האט זיך נישט געשעמט מיט זיין הארץ און די וועלט האט געזען די שיינקייט אין א צובראכן הארץ און אים באצאלט מיט ליבשאפט.
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:03 pm
דורך הרב שיף
ווי אויך פאר ווער עס האט זיך נישט געשפירט פארגעסן, ער האט נישט דוקא נאנט געווען מיט ציבראכענע, נאר מיט יעדען וואס האט געוואלט זיין שמייכל.
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:19 pm
דורך מרדכי מרדכי
איך האב פריער געהערט ליפא'ס הספד און איך האב מיך דערזעהן וויינען.
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:20 pm
דורך הערשער
ליפא האסט מיר אויסגעוואשען מיין נשמה, שוין לאנג נישט אזוי געוויינט
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 9:18 am
דורך [NAMELESS]
מיכאל'ס לעצטע אויפטריט, ביי יתומים אין ירושלים
https://youtu.be/kvtOPD1mBI0
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 11:55 am
דורך ככלי מלא בושה
how come מרדכי בן דוד איז נישט געווען ביי די לוויה ער איז געווען זיין חברותא יארן לאנג
נשלח: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:44 pm
דורך היכי דמי
ככלי מלא בושה האט געשריבן:how come מרדכי בן דוד איז נישט געווען ביי די לוויה ער איז געווען זיין חברותא יארן לאנג
ער איז געווען מעבר לים אויף יום טוב, זעהט אויס אז ער האט נישט געקענט צוריקרוקן זיין טיקעט
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 3:47 pm
דורך היכי דמי
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 6:01 pm
דורך הרב שיף
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 6:36 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז באמת זייער שיין צו זעהן וויאזוי אידן רעדן ארום און פארציילן מיט הרגשים איבער די כוח הנגינה פון ר' מיכאל ע"ה, ווי אזוי ער האט אינספירירט און מחזק געוועזן אלפים מישראל מיט זיין זינגען. אנדערע ברענגען ארויס וויפיל סידיס ער האט מחבר געווען במשך השנים. אויך איז דא לענגערע הערכה פון אים אין אייוועלט געוויסע פרעגן צו ער איז טאקע אזא גדול אין נגינה אזויווי אנדערע היסטארישע אידישע מנגנים.
מיין שאלה איז, וואס עפעס ביי א זינגער טוט מען ארומרעדן און דורכטאן ווי טויגליך און קוואליפיצירט ער איז געוועזן און זיין דערהויבענע פלאם אין זינגען און צו ער איז טאקע געווען ממש א יחיד בדורו, אבער ווען עס קומט צו מנהיגי ואדמורי קהילות, וואס דאס איז אונזער רוחניות'דיגער לעבן, עס נעמט ארום אונזער טאג טעגליכער הנהגה, דארט זעהט מען נישט אז מ'זאל איבערשמועסן און פרעגען וויפיל און וואסערע קוואליפיקאציעס זיי האבן געהאט אדער וויפיל מענטשען זיי האבן מחזק געווען אדער וויפיל תשובה ספרים זיי האבן ארויסגעגעבן ??
איז דאס נאר ביי חסידים? וואס טוט זיך ביי דער אלגעמיינער אידישע וועלט, איז א גדול ומנהיג בישראל אויך נישט קיין נושא און א וויכטיגע פאזיציע צו פארשטיין און וויסען אז מ'ברויך זיין קוואליפיצירט?